Skip to content

Letter 9

Rebbe Responsa | October 09, 2026

RABBI MENACHEM M. SCHNEERSON
Lubavitch
770 Eastern Parkway
Brooklyn. N. Y. 11213
493-9250

מנחם מענדל שניאורסאהן
ליובאוויטש
770 איסטערן פּאַרקוויי
ברוקלין, ג.י.

ב"ה, כ"ח שבט ה'תשל"ו
ברוקלין, נ.י.

הוו"ח אי א נו"נ כו'
מולה יוסף חיים שי'
שלום וברכה!

און פ"נ
אייער בריוו איז ערהאלטען געווארען, און השי"ת זאל ממלא זיין
משאלות לבבו לטובה ולברכה.

געוויס איז איבעריג צו אונטערשטרייכן, אז די טעגלעכע הנהגה
אין איינקלאנג מיט דעם אויבערשטענ"ס רצון אין דער צנור און כלי צו
באקומען דעם אויבערשטענ"ס ברכות, און א הוספה אין עניני תורה ומצותי"
ברענגט א הוספה אין דעם אויבערשטענ"ס ברכות אין וואס מ"נויטיגט זיך,
חאטש דעם אויבערשטענ"ס מצוות דארף מען ממלא זיין צוליב זיי אליין
און ניט צוליב זייער שכר.

און אין צוזאמענהאנג מיט דעם טאג פון יו"ד שבט, דער יארצייט-
הילולא פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, וואס אויף זיין הייליגען ציון וועט מען
אייך מזכיר זיין בתפלה, איז איצט די צייט ווען יעדער איינער און איינע
פון אונז דארף זיך אריינטראכטן אין דעם ווי דער בעל-ההילולא האט מקדיש
געווען זיין לעבן צו פארשטארקען און פארשפרייטן תורה און אידישקייט,
אן פשרות, מיט מסירת-נפש ממש.

און דער עיקר איז דאך מעשה בפועל - אז דאס אריינטראכן זיך אין
דעם זאל ברענגען יעדן איינעם און איינע צו מוסיף זיין אין דער ארבעט
און פעולות פון דעם בעל-ההילולא, בפרט אז דער בעל-ההילולא שטייט צו-
זאמען מיט די אלע וועלכע זעצן פאר זיין הייליגע ארבעט, און זיינע ברכות
באגלייטן זיי שטענדיק, צו מצליח זיין אין דעם און אויך אין זייערע
אייגענע ענינים, בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בברכה להצלחה ולבשורות טובות
בכל האמור

PDF Preview