א מענטש וואס גלייבט אז עס 'וועט זיין גוט' האט ער נאך נישט קיין ביטחון בשלימות, נאר ווען ער גלייבט אז אין די שלעכטס ליגט שוין דאס גוטס דאס הייסט בטחון!!
- Bereishis
- 5787
- Yiddish
א מענטש וואס גלייבט אז עס 'וועט זיין גוט' האט ער נאך נישט קיין ביטחון בשלימות, נאר ווען ער גלייבט אז אין די שלעכטס ליגט שוין דאס גוטס דאס הייסט בטחון!!
קען דען זיין א ענדערונג אין די ווילן פון אייבערשטען??
שטייט אין דער וואכענדיגע פרשה (א, א) 'בְּרֵאשִׁית בָּרָא אֱלֹהִים אֵת הַשָּׁמַיִם וְהָאָרֶץ', און רש"י טוהט ערקלערן, אז פארוואס שטייט נישט 'ברא ה'', ווייל אין אנהייב איז ארויף אויף די מחשבה צו באשאפן דער וועלט מיט מידת הדין, נאר ער האט געזעהן אז די וועלט קען נישט עקזיסטירן מיט מידת הדין אליינט, האט ער פון פאראויס באשאפן מידת הרחמים און עס באהאפט נאכדעם צוזאמען מיט די מידת הדין, ווי עס שטייט ווייטער אין פסוק (ב, ד) 'בְּיוֹם עֲשׂוֹת ה' אֱלֹהִים אֶרֶץ וְשָׁמָיִם', (מיינט צוזאגן, אז די שם אלקים וואס ווייזט אויף מדת הדין, מיט די שם יו"ה וואס ווייזט אויף מדת הרחמים, אז מיט ביידע צוזאמען האט דער באשעפער געמאכט די הימל און ערד).
פרעגט אויף דעם הרה"ק דער מאור עינים פון טשערנאביל זי"ע (אין זיין ספר פרשת לך לך ד"ה ויאמר ה'), ווי אזוי לאזט זיך זאגן אז עס איז פארהאן אזא זאך ווי ענדערונגען ביים אייבערשטען, וואס זעהט אלעס פון פאראויס ביז ענדע פון די וועלט, האט ער דאך זיכער געזעהן פון אנפאנג אז עס וועט נישט קענען עקזיסטירן נאר מיט מידת הדין אליין, אויב אזוי איז דאך נישט פאסיג צו זאגן אז ער האט געוואלט באשאפן די וועלט אין אנהייב מיט מידת הדין אליין, ווייל ער האט דאך געוויסט אז עס איז נישט מעגליך צו באשאפן אזא וועלט.
ערקלערט די הייליגע מאור עינים די כוונה פון די ווערטער, אז ווי באוויסט האט דער באשעפער באשאפן די וועלט מיט דער ציל צו מאכן גוטס פאר די מענטשהייט, אזוי ווי ער איז א שטיק גוטס, קומט ארויס נאר גוטס פון אים כביכול, דעריבער האט ער באשאפן א וועלט מיט באשעפענישן, וואס זיי זאלן ערקענען אין זיין קעניגרייך און זאלן געניסן פון זיין גוטסקייט, אבער אזוי ווי עס איז נישט פארהאן קיין גרעניץ צו זיין מידת החסד, איז נישט געווען מעגליך צו באשאפן א באגרעניצטע וועלט מיט אומבאגרעניצטע גוטסקייט, ווייל אזוי קענען נישט באגרעניצטע באשעפענישן באקומען די גוטסקייטן פונעם רב חסד וואס איז אן קיין באגרעניצונג.
למשל הדבר דומה, צו די לעכטיגקייט פונעם זון, וואס עס איז אוממעגליך פאר מענטשן זיך צו באנוצען מיט איר לעכטיגקייט, נאר דערנאך וואס מען טוהט פארקלענערן און פארדעקן איר שטארקע לעכטיגקייט ביז ווען די מענטשליכע אויגן קענען פארטראגן דאס לעכטיגקייט, אזוי אויך, טראץ דעם וואס די משל איז נישט דומה למשל ווען מען רעדט פון די באשעפער וואס מלא כל הארץ כבודו, אבער דאך קען מען עטוואס באקומען א באגריף פארוואס האט דער באשעפער געדארפט באשאפן די וועלט מיט ביידע מדות צוזאמען מידת הרחמים מיט מידת הדין, ווייל בלויז מיט מידת הרחמים אליינט וואלט נישט געווען מעגליך פאר פליישיגע מענטשן מיט זייערע באגרעניצטע כוחות צו באקומען אזא לעכטיגקייט און גוטסקייט אזוי ווי עס איז נישט מעגליך צו קוקען אויף די זון אן קיין פארדעקונג, דעריבער האט דער באשעפער באשאפן מיט דאס מידת הדין וואס טוהט פארקלענערן און פארדעקן די גרויסע מידת החסד, און אזוי ווערט מעגליך פארן מענטשן צו באקומען די מידת החסד פון אייבערשטען.
קומט דאך אויס אז אין דאס מידת הדין ליגט דערין א שטיק חסד פון אייבערשטען וואס נאר דורך איר קומט ארויס די חסדים ורחמים.
און דאס איז די באדייט וואס חז"ל זאגן אונז אז אין אנהייב איז ארויף אויף די מחשבה צו באשאפן דער וועלט מיט מידת הדין, נאר ער האט געזעהן אז די וועלט קען נישט עקזיסטירן מיט מידת הדין אליינט, האט ער פון פאראויס באשאפן מידת הרחמים און עס באהאפט נאכדעם צוזאמען מיט די מידת הדין, ווייל נאר מיט דעם וואס עס איז אויסגעמישט די מידת הדין קומט ארויס דורך דעם די חסד.
ענדיגט צו דער הייליגע מאור עינים זיין פייערדיגע ווערטער: "און אזוי ווי די באשאפונג פונעם וועלט וואס איז א שטיק גוטסקייט פאר די מענטשהייט, האט געמוזט ווערן באשאפן אויף אזא פארעם אז פון פאראויס דארף זיין דין וואס פארקלענערט די שטארקע לעכטיגקייט ביז ווען עס ווערט אראפגעברענגט פאר די מענטשן, דאס זעלבע איז אויך אין דער וועלט רעגלמעסיג, פאר וואס די באשעפער וויל ברענגען געוויסע גוטסקייטן פאר דעם מענטש אים גוט צומאכן, פאדערט זיך א בחינה פון דין דערוועגן דער מענטש זאל קענען פארטראגן די גוטסקייט וואס דער באשעפער וויל אים געבן.
ווייל אן די מדת הדין וואס קומט פארדעם, קען נישט דער מענטש אננעמען דאס גרויסע אור וואס שיינט אראפ פון אויבן.
קען מען פאדערן פון א מענטש צו דאנקען אויף שלעכטס דאס זעלבע ווי ער דאנקט אויף גוטס??
מיט דעם קען מען פארשטיין די ווערטער וואס חז"ל זאגן (ברכות ס.) 'אז א מענטש איז מחויב צו דאנקען אויף די שלעכטע זאכן וואס קוקט אים אויס פאר שלעכט אין זיינע אויגן, מיט אזא פרייליכקייט אזוי ווי ער דאנקט אויף די גוטע זאכן', ווייל אין אמת'ן איז דאך אלעס נאר לטובה פאר דעם מענטש ווייל פון אייבערשטען קומט קיין שלעכטס נישט ארויס, און נאך מער ווי דעם, די שלעכטס אליין איז גאר גוט פאר אים, און דאס וואס עס זעהט אים אויס טונקל און שווארץ, איז נאר פארדעם וואס דערוועגן צו קענען באקומען די חסד און רחמים פון אייבערשטען מוז עס קודם ווערן פארגראבט און פארדעקט ביז עס קען אנקומען צו דעם מענטש און דער מענטש זאל עס קענען פארטראגן, און וויפיל גרעסער די השפעה פון מדת החסד איז, אזוי פיל דארף עס ווערן פארקלענערט און פארגראבט עס זאל קענען אנקומען צום באנוץ פונעם מענטש.
אויב אזוי ווען דער מענטש דערהערט די פונקט און ער טוהט גלייבן דערין, קען ער זיכער דאנקען אויף דעם טראץ וואס עס זעהט אויס נישט גוט פאר אים מיט זיינע פליישיגע אויגן, ווייל דאס איז דאך די צוגרייטונג צו באקומען די חסד פון אייבערשטען', אזוי איז נאך מאריך דארט דער מאור עינים אין די פונקט.
מיר טרעפן אויך אין די גמרא מסכת שבת (עז:) אן אינטרעסאנטע מעשה: "רבי זירא האט געטראפן רב יהודה מאלנאי ווען ער איז געשטאנען ביים טיר פון זיין שווער און איז געווען אין א גוטע שטימונג, וואס מען האט אים דאן געקענט פרעגן אלע סארטן שאלות און ער האט אויף אלעס געענטפערט, האט אים רבי זירא געפרעגט, פארוואס ציגעלעך זכרים גייען פאר די נקבות, האט ער אים געענטפערט ווייל אזוי איז אויך באשאפן געווארן די וועלט און אנהויב איז געווען טונקל און דערנאך איז געקומען די לעכטיגקייט, און ווי רש"י ערקלערט דארט די כוונה, אז נארמאל עיזים זכרים זענען שווארץ און נארמאל רחלות זענען ווייס', ע"כ.
דארף מען צו פארשטיין שיחתן של אבות לכולם, און וואס האט רבי יהודה געמיינט צוזאגן מיט זיין ענטפער 'ברישא חשוכא והדר נהורא'.
ווען מען קוקט אריין אין דעם ספר שערי תשובה (שער השני אות ה') שרייבט ער אזוי: "עס פאדערט זיך פון דער בעל הבוטח בה', צו האפן אין די צייט וואס ער געפונט זיך אין א נויט, אז די טונקעלקייט ווי ער געפונט יעצט, דאס זעלבסט וועט זיין די סיבה און וועט צוברענגען די לעכטיגקייט וואס וועט קומען אויף אים, און עס איז א קלארע פסוק ווי עס שטייט (מיכה ז, ח) 'אַל תִּשְׂמְחִי אֹיַבְתִּי לִי, כִּי נָפַלְתִּי קָמְתִּי כִּי אֵשֵׁב בַּחֹשֶׁךְ ה' אוֹר לִי'. און טייטשן דאס אפ חז"ל אין מדרש (שוחר טוב ה, א) 'ווייל ווען נישט איך וואלט געפאלן וואלט איך נישט געטוהן אויפשטיין, און ווען נישט איך וואלט געזיצן אין די טונקעלקייט וואלט איך נישט דערגרייכט דאס ליכטיגקייט וכו', דעריבער ווען עס קומט א שטרענגקייט אויף א ערליכע מענטש זאל ער וויסן אז עס איז נאר א נסיון פאר אים, דערוועגן ער זאל באקומען מער שכר אויף יענע וועלט און אין עולם הבא, ווי אין פסוק שטייט (דברים ח, טז) 'לְמַעַן עַנֹּתְךָ וּלְמַעַן נַסֹּתֶךָ לְהֵיטִבְךָ בְּאַחֲרִיתֶךָ'", עכ"ל.
דער גאון בעל מחבר ספר פחד יצחק זצ"ל ווען ער פלעגט פארלערנען פאר די תלמידים די הייליגע ווערטער פונעם רבינו יונה אין ספר שערי תשובה: "עס פאדערט זיך פון דער בעל הבוטח בה', צו האפן אין די צייט וואס ער געפונט זיך אין א נויט, אז די טונקעלקייט ווי ער געפונט יעצט, דאס זעלבסט וועט זיין די סיבה און וועט צוברענגען די לעכטיגקייט וואס וועט קומען אויף אים".
פלעגט ער מאלמאל צולייגן מיט זיין זיסען שפראך, "אט דער מענטש וואס גלייבט אז עס וועט זיין גוט, ער איז נאך נישט קיין גאנצע מאמין, ווייל ווילאנג דער מענטש גלייבט נישט אז דאס וואס קוקט יעצט אויס דאס ערגסטע דא ליגט דאס גוטס און אט דאס וועט אים צוברענגען צו זעהן דאס גוטס, פעלט אים נאך א שטיק בטחון", און דאס איז מידת הבטחון שיטת רבינו יונה.
ווי מען טרעפט ביי מכירת יוסף, ווען די ברודערס האבן אים פארקויפט קיין מצרים, האט דאך דאס דעמאלטס אויסגעזעהן דאס ערגסטע זאך וואס זיי האבן געקענט טוהן פאר זייער ברודער, און ביים ענדע האט זיך ארויסגעוויזן און איז אנטדעקט געווארן די גרויסע חסד וואס דער באשעפער האט געמאכט דורך דעם, ווי די פסוק זאגט (בראשית מה, ה) 'כִּי לְמִחְיָה שְׁלָחַנִי אֱלֹהִים', ווייל דאס געטליכקייט וואס ליגט אינעם בריה און די כוחות אלקות וואס זי פארמאגט איז אלעס בגזירת עליון וואס מיר קענען נישט פארשטיין, אויך די פשוטע זאכן וואס מיר זעהן מיט אונזערע אויגן.
אזוי שרייבט דער משגיח רבי ירוחם פון מיר זצ"ל (מאמרים פ' שלח): "אוואו זעהן מיר מער די גילוי און די הנהגה פונעם באשעפער, דורך די תורה שבכתב וואס מיר האבן באקומען אויפן בארג סיני מיט א געוואלדיגע פאראדע און הייליגקייט פון אייבערשטען אליין, אדער דורך די בעל תורה שבעל פה וואס חז"ל האבן עס געמאכט אין די שווערסטע צייטן און פינסטערע יארן פון גלות און צער, זיכער דורך די תושבע"פ, נאר דורך אזא פינסטערניש און טונקעלקייט דערקענט זיך די הנהגה פון אייבערשטען אויף א עקסטערן אופן, און נאר דורך די טונקעלקייט האבן מיר זוכה געווען צו אזא לעכטיגע תורה שבעל פה".
ווי אזוי ברענגט צו שלאפען אויף די ערד צו וואקסן א גדול בישראל??
שרייבט דער משגיח ווייטער: "די זעלבע איז אויך ביי תורה, תורה איז דאך נקנית ביסורים ווי די גמרא זאגט (ברכות ה.), וואס הייסט יסורים לערנען אונז אויך אויס חז"ל אין משניות, 'כך היא דרכה של תורה פת במלח תאכל ומים במשורה תשתה ועל הארץ תישן וחיי צער תחיה וכו'' (אבות ו, ד). אראפצוהאלטן ליגט אין דעם אז דורך שלאפן אויף דער ערד ווערט מען א גאון, זיכער נישט, אז מיט דעם אליין וואקסט מען אויס א ת"ח, נאר ווען דער מענטש לערנט תורה מיט חיי צער און פארשווארצט זיך פאר תורה דא ליגט די סגולה פאר זיין הצלחה אין תורה, און אויב דער מענטש וועט לערנען די זעלבע שעות און זעלבע מאס תורה אבער מיט תענוגי עולם הזה, קען ער נישט וואקסן און מצליח זיין ריכטיג אין תורה, ווי מיר האבען ערקלערט אז דייקא פון די טונקעלקייט קומט ארויס די זיסטע און בעסטע זאכן, און דאס איז די באדייט פון 'תורה נקנית ביסורים'.
"זאג איך אייך יעצט אויס א סוד גדול, אז די עיקר ציל פון אייבערשטען באמת איז אז די תיקון פון די בריאה זאל קומען דורך חושך, וואס הייסט טוב ורע, ווייל דער חושך איז א תכלית צוצוברענגען די תיקון הבריאה נאך ששת אלפי שנין.
און אט דאס איז דער ערקלערונג אין די ווערטער פון חז"ל: "משיח בא בדור שכולו חייב" (סנהדרין צח.), אז משיח וועט קומען נאר צו א דור וואס לעבט אין א שרעקליכע טונקעלקייט וואס מען זעהט נישט קיין וועג ארויס, און פון דעם חשכות וועט ארויסקומען די געוואלדיגע לעכטיגקייט, ווייל אין דעם חושך הערשט א גרויסן אור.
דאס מיינט, אז טראץ דעם וואס עס וואלט מער געפאסט אז משיח זאל קומען אין א דור וואס איז מער געארט און מער לעכטיג, וואס מען זעהט אין איר אור ה' ווי די פריערדיגע דורות וואס האבען באלאכטן אידישע הערצער מיט א קלארקייט פון אמונה און בטחון, אבער ניין, זענען חז"ל אונז מגלה אז קאוועד אין א דור וואס הערשט טונקעלקייט א פארנעפעלטע וועלט פון רוחניות דארט איז ראוי אז משיח זאל זיך אנטפלעקן.
"און ווער וועט זיין משיח אין אזא דור, נישט איינער פון די דורות ראשונים די גדולי הדורות, נאר משיח וועט זיין פון דעם נידריגן דור דער גרעסטע אין יענעם דור.
"דא ליגט א דערהער אז גדול הדור ווערט געמאסטן לפי דער דור וואס מיר געפונען זיך דערין, און דער וואס איז גרעסטער פון די דור ווי ער געפונט זיך אין אזא חשכות'דיגע דור ער וועט זיין ראוי צו זיין משיח, זעהט מען אז ווי מער טונקל עס איז קומט ארויס דאס גרעסטע פון כלל ישראל, ווייל דאס חושך איז די סיבה צו דעם גרויסן אור."
מיט דעם קען מען פארשטיין די גמרא וואס מיר האבן פריער דערמאנט אין מסכת שבת, וואס רבי זירא האט געפרעגט רב יהודה פארוואס גייען די עזים פאר די רחלות, ווייל עזים ווייזט אויף מידת הדין (פון לשון עז קשה), האט ער געפרעגט פארוואס דארף גיין מידת הדין פאר מידת הרחמים, האט ער אים געענטפערט, אזוי ווי דאס באשאפען ווערן פון די וועלט, וואס שטייט דערביי ויהי ערב ויהי בוקר, אז עס קען נישט עקזיסטירן קיין רחמים אויב עס ווערט נישט פארדעקט מיט דין פארדעם, און דאס דין איז א הכנה פאר די חסדים און השפעות, ווי די זוה"ק שרייבט 'עס איז נישט דא קיין לעכטיגקייט נאר ווען עס גייט ארויס פון די טונקל'.
פארוואס רופען חז"ל א בלינדער מיטן נאמען 'סגי נהור'??
און אזוי טוהט אויך ערקלערן דער הייליגע חפץ חיים (אין זיין ספר תורה אור): "עס זאל נישט זיין קיין וואונדער אין אונזער אויגן, ווי אזוי איז דאס אז פלוצלונג וועט זיך משיח אנטפלעקן אין אזא פינסטערניש, ווייל 'מאת ה' היתה זאת היא נפלאת בעינינו', ווי מיר האבן שוין בייגעוואוינט די זאך ביי יציאת מצרים, וואס איז געווען דאס אנהייב און ערשטע אנטפלעקונג פון כבוד מלכותו יתברך אויף דער וועלט, און דעמאלטס פאר די צייט פון די גאולה האט נישט דערזעהן קיין שום פונק פון לעכטיגקייט, נאר פונקט פארקערט, עס האט זיך פארשטארקערט די טונקעלקייט פון דאס גלות, ווען די אלע אידן זענען געווען געצווינגען מיט עבודת פרך, און אונטערטעניג ווי נידריגע קנעכט פאר די גויים".
"און נישט נאר אין גשמיות נאר אויך אין רוחניות האט געוועלטיגט די כח הטומאה אויף דאס הייליגקייט פון כלל ישראל ביז אסאך אידן זענען געפאלן אין די עבירה פון עבודה זרה ווי די מקטרגים האבען געזאגט פארן אייבערשטען ביים ים סוף הללו והללו עובדי ע"ז, און טראץ דעם אין די טיפסטע פינסטערניש האט זיך פלוצלונג אנטפלעקט דער מלך מלכי המלכים הקב"ה און זיי אויסגעלייזט און ארויסגענומען פון די טונקעלקייט צו א גרויסן ליכטיגקייט, און אזוי וועט אויך זיין די גאולה העתידה".
ענדיגט דער חפץ חיים זיינע ווערטער מיט א פלאקער: "לאמיר נישט שוואך ווערן פון צו ווארטן מיט א האפענונג יעדע מינוט אויף די גאולה שלימה וואס וועט קומען פלוצלונג, ווי דער באשעפער האט אונז דאך שוין באוויזען אמאל, ווי עס ווערט געברענגט אין מדרש ויושע: 'האט משה רבינו געזאגט פאר די אידן, האט עטס געזעהן די אלע ניסים וואס דער באשעפער האט געטוהן מיט אונז בזמן הזה, אזוי וועט דער באשעפער אויך מאכן אזעלכע ניסים לעתיד לבוא אין די צייט וואס ער וועט אויסלייזן אידישע קינדער פון די גלות'.
דערפאר רופען אן חז"ל א בלינדער מיטן נאמען 'סגי נהור' מיט א שפראך וואס איז פונקט דאס פארקערטע פונעם אמת'ן באדייט, ערקלערט אונז כ"ק אדמו"ר מליובאוויטש זי"ע, ווייל ווי מער עס הערשט א טונקעלקייט לויט דעם קעגן דעם וועט ווערן פארמערט דאס ליכטיגקייט, אויב אזוי א בלינדער מענטש וואס לעבט שטענדיג אין א טונקעלקייט, וועט זיכער ווערן לעתיד פאר אים זייער ליכטיג, ווייל דאס חושך איז א הכנה אויף דאס גרויסע ליכטיגקייט און טובה וואס וועט קומען אויף אים.