Skip to content

די מחלקת צווישן הבל און קין

לב שומע - אידיש | October 08, 2026

עולם הזה אדער עולם הבא • קין און הבל האבן זיך צעטיילט וועלטן • ויהי מקץ ימים • וואס איז דער עיקר און וואס איז דער טפל? • התקן עצמך בפרוזדור – כדי שתכנס לטרקלין

עולם הזה אדער עולם הבא

עס שטייט אין פסוק (ד א-ה) אדם הראשון האט געהאט צוויי קינדער קין און הבל, ויהי הבל רעה צאן וקין היה עבד אדמה. הבל האט געפאשעט שאף, און קין איז געווען א פעלד-ארבעטער. ויהי מקץ ימים ויבא קין מפרי האדמה מנחה לה'. והבל הביא גם הוא מבכורות צאנו ומחלבהן, וישע ה' אל הבל ואל מנחתו, ואל קין ואל מנחתו לא שעה. קין און הבל האבן ביידע געברענגט א קרבן פארן אייבערשטן, און דער באשעפער האט אנגענומען די מנחה פון הבל, און נישט פון קין.

דער כלי יקר (ד ג) גיבט צו פארשטיין די פרשה און די מחלקת צווישן די צוויי ברידער, און פארוואס דער באשעפער האט נאר אנגענומען די קרבן פון הבל און נישט פון קין.

קודם פרעגט ער פשוט אין פסוק, וואס מיינט דאס ויהי מקץ ימים עס איז געווען די ענדע פון די טעג, און קין מיט זיין ברודער הבל האבן געברענגט א מנחה פאר השי"ת, וועלכע ענדע פון וועלכע טעג?

ערקלערט דער כלי יקר, קין און הבל האבן געהאט א יסודות'דיגע מחלקת; צי די עיקר וועלט איז עולם הזה אדער עולם הבא. קין וואס האט זיך באשעפטיגט מיט די ערד, ער איז געווען א אוהב אדמה, ער האט ליב געהאט זיין ארבעט, און אריין געלייגט זיין גאנצע כח מיט אקערן און זייען, האט געהאלטן אז מען דארף גוט אויסנוצן די עולם הזה, זיך לאזן וואויל גיין מיט אלע תענוגים און תאוות, אבער הבל האט געהאלטן אז דער עיקר וועלט איז די עולם הבא, דארטן לעבט מען אן אייביגע לעבן, און די לעבן דא אויף דער וועלט איז נאר כדי צו קענען אנקומען צום עיקר תכלית וואס דאס איז בעולם הבא, און צוליב דעם האט ער געפאשעט שאף, צו קענען לעבן א העכערע לעבן מיט התבודדות און נאנטקייט צום בורא עולם, אזוי ווי משה רבינו און דוד המלך וואס זענען געווען פאסטעכער פון שאף, און צו קענען ברענגען קרבנות להשי"ת.

קין און הבל האבן זיך צעטיילט וועלטן

די צוויי ברידער – קין און הבל, האבן זיך צעטיילט, קין האט גענומען עולם הזה, און הבל האט זיך אויסגעקליבן עולם הבא, אזוי ווי מיר געפינען (מדרש רבה שמות לא יח) ביי עשו און יעקב וואס האבן זיך צעטיילט, ווען יעקב האט גענומען עולם הבא, און עשו האט אויסגעקליבן דאס פארקערטער. אזוי ווי עס שטייט אין מדרש (בראשית רבה כב טז) קין לקח לחלקו קרקעות והבל לקח מטלטלין וכו', קין האט גענומען קרקעות, וואס דאס איז מרמז אויף עפעס וואס מען קען נישט מיט נעמען מיט זיך, עס בלייבט דא אויף דער וועלט, און הבל האט גענומען מטלטלין וואס דאס קומט צו ווייזן אז מען קען דאס ארום טראגן מיט זיך, און מען קען דאס מיט נעמען אויף יענע וועלט.ב

ויהי מקץ ימים

מיט דעם פארשטייט מען די לשון הפסוק 'ויהי מקץ ימים' עס איז געווען די ענדע פון די טעג, קין האט זיך געזען אז עס קומט אן ענדע צו זיין לעבן, און ער האט זיך געכאפט אז ער גייט זיך געזעגענען פון אלע זיינע שווערע האראוואניע וואס ער האט אריין געלייגט במשך זיין לעבן, דעריבער האט ער געכאפט א שטיקל התעוררות, און ער האט געכאפט אפאר ביליגע פלאקס און ער האט דאס געברענגט א מנחה פארן באשעפער, צו יוצא זיין דערמיט זיין חלק התעוררות, אבער המלוה לעני בשעת דחקו, איינער וואס איז נישט געוואוינט צו געבן צדקה, און צו מקריב זיין קרבנות, קען דאס נישט קומען מיטן גאנצן ריינע הארץ, דעריבער האט דער באשעפער נישט אנגענומען זיין קרבן.

וואס איז דער עיקר און וואס איז דער טפל?

דער געדאנק שטימט זייער שיין מיט די ווארט וואס דער תפארת שלמה (ליקוטים) ברענגט בשם הרב הצדיק זאקעלקעוו ז"ל: אויף די פסוק (שם) ויהי הבל רעה צאן וקין היה עבד אדמה. עס איז באקאנט וואס עס שטייט אין חז"ל (מגילה י:) אז 'ויהי' איז א לשון פון 'צער', און 'והיה' איז א לשון פון 'שמחה'. דער תכלית און דער עיקר פון די בריאה פארוואס מיר זענען באשאפן געווארן איז נאר צוליב צו מאכן א נחת רוח און צו דינען דעם אייבערשטן, אבער כדי צו קענען דינען דעם באשעפער, מוז מען שאפן פרנסה צו קענען לעבן, ועושה צדקה בכל עת – זה המפרנס אשתו ובניו (כתובות נ.), אבער דער חלוק צווישן א צדיק וואס דינט דעם באשעפער, און צו איינער וואס טראכט נישט וועגן דעם רבונו של עולם, א צדיק אפלו ער ארבעט און ער איז עוסק במשא ומתן, פארשטייט ער אז דאס איז נאר א טפל פון זיין לעבן, דער עיקר איז צו לעבן ערליך און דינען דעם באשעפער, ווידער א רשע לויפט נאך אלע תענוגים און הבלי עולם הזה, ווייל ער האלט אז דאס איז דער עיקר לעבן.

און דאס איז מרמז אין פסוק, ויהי הבל רועה צאן - לשון צער, ווען ער האט געפאשעט די שאף איז ער געווען בצער, ווייל באמת האט ער געוואלט אין יענער צייט זיצן און לערנען, אבער ער האט געדארפט ברענגען פרנסה, ווידער ביי קין שטייט וקין היה עובד אדמה - לשון שמחה, ער איז געווען בשמחה און צעפרידן מיט זיין ארבעט, ער האט ליבערשט געוואלט זיצן אין פעלד, ווי אין בית המדרש, דערפאר וישע ד' אל הבל ואל מנחתו ואל קין לא שעה האט דער באשעפער אנגענומען די מנחה פון הבל, און נישט פון קין.

התקן עצמך בפרוזדור - כדי שתכנס לטרקלין

דער יסוד דארף שטענדיג זיין פאר'ן אויגן, מען דארף זיך שטענדיג אליין פרעגן וואס איז מיין תכלית אויף דער וועלט, וואס איז דער טפל און וואס איז דער עיקר? מען דארף געדענקען די ווערטער פונעם תנא (פרק ד אבות משנה טז) 'רבי יעקב אומר: העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין'.ג

וואס מען זאמלט זיך אן אויף דער וועלט, גייט מען זוכה זיין צו עסן די פרות אויף יענער וועלט. דער חפץ חיים שרייבט אין זיין ספר שם עולם (חלק א - פרק יט) אז ער האט געהערט אז דער ווילנא גאון זצ"ל האט געוויינט איידער ער איז אוועק פון די וועלט, ווען מען האט אים געפרעגט פארוואס ער וויינט, האט ער געזאגט "ווי טייער און שיין איז דער וועלט וואס מען קען אריין כאפן און זיך אנזאמלען מיט תורה און מצות, אבער איינמאל מען קומט ארויף אויבן, קען מען גארנישט צולייגן, וואס מען ברענגט זיך מיט דאס האט מען. און אפלו פאר אלע געלט אין די וועלט, קען מען נישט מקיים זיין מער קיין שום מצוה בעולם הבא, אבער אין עולם הזה קען מען מיט א קליינע פרוטה זוכה זיין צו זען די פני השכינה, מיט די מצוה פון ציצית וואס קאסט נישט מער ווי עטליכע פרוטות, קען מען זען די שכינה הקדושה 'שכל הזהיר בה זוכה ורואה פני שכינה' (מנחות מג.).

ב. עס איז באקאנט די משל וואס דער חובת הלבבות (שער ג - שער עבודת האלוקים פרק ט) שרייבט איבער א שטאט וואס די איינוואוינער האבן אויפגענומען יעדע יאר א נייע קעניג וואס זאל פירן די שטאט, דער ערשטער קעניג האט זיך געבויט פאלאצן און אינוועסטירט אסאך געלט קאפ און מח, צו קענען בויען זיין רייכטום, אבער ווען דער יאר איז פארביי, האט מען אים פארשיקט פון אמט, און ער איז געבליבן אן גארנישט, ער האט נישט געקענט מיט נעמען די רייכטום וואס ער האט זיך אויפגעבויט.

דערנאך האבן זיי אויפגענומען א נייע קעניג, אבער דער קעניג האט פארשטאנען אז ער גייט דא נאר הערשן פאר א קורצע וויילע, האט ער ארויס גענומען אלע טייערע חפצים און ווערדפולע זאכן צו אן אנדערע שטאט, און ווען זיין טערמין האט זיך געענדיגט, איז ער אריבער וואוינען צו דעם אנדערן שטאט, און דארטן האט ער געקענט הנאה האבן פון אלע זאכן וואס ער האט דארטן אוועקגעלייגט במשך די יאר וואס ער איז געווען קעניג.

די נמשל איז פארשטענדליך, דער טיפש וואס זאמלט זיך אן אלע זיינע יארן דא אין עולם הזה אלע סארטן גוטס, און ער כאפט נישט אז נאך א קארגע הונדערט יאר, דארף מען אלעס איבערלאזן און מען קען גארנישט מיט נעמען, אבער דער חכם וואס פארשטייט אז די וועלט איז נאר א דורכגאנג צום עיקר וועלט – עולם הבא, האט שכל און זאמלט זיך איין אסך מצות, ער בויעט זיך אויף גוטע פאלאצן פאר די אמת'ע וועלט וואס ער וועט קענען הנאה האבן דערפון אויף שטענדיג בעולם הנצחי.

ג. עס שטייט אין דברי יחזקאל (פר' וארא) אז דערפאר ווערן אידן אנגערופן 'עברים' אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (שמות ה ג) אלוקי העברים, ווייל עברים איז א לשון פון א דורכגאנג, די וועלט איז נאר א דורכגאנג צום עולם הבא, אזוי ווי א מענטש וואס גייט פון איין פלאץ צום צווייטן, ווייל דער עיקר וועלט איז בעולם שכולו טוב.

PDF Preview