Skip to content
Project Likkutei Sichos

Likkutei Sichot - Bereishit (Chelek 15, Sicha 5)

  • Bereishis
  • 5784
  • Yiddish
View printout

בראשית ה

א. אין סיום פון דער היינטיקער סדרה שטעלט זיך רש"י אויף "כי נחמתי כי עשיתים", און איז מפרש "חשבתי מה לעשות על אשר עשיתים".

איז אין דעם ניט פארשטענדיק:

א) דער ווארט "נחמתי" האט אין פשוטן דעם באדייט פון חרטה, וואלט לכאורה געדארפט זיין דער פירוש הפשוט פון "נחמתי כי עשיתים": איך האב חרטה געהאט אויף דעם וואס איך האב זיי געמאכט, אזוי ווי עס טייטשט דער תרגום (ניט בלויז דער תרגום יונתן, וואס זיין פירוש איז לפעמים ע"ד הדרש, נאר אויך דער תרגום אונקלוס, וואס זיין פירוש איז ע"פ פשט) — ווי קומט עס וואס רש"י — וואס ער איז מפרש פשוטו של מקרא — לערנט דא אן אנדער פירוש, איך האב געטראכט וואס צו טאן צוליב דעם וואס איך האב זיי געמאכט. נאכמער:

ב) א פסוק פריער גיט רש"י ארויס א כלל: "כל לשון ניחום שבמקרא — לשון נמלך מה לעשות כו' כולם לשון מחשבה אחרת הם", אז דער לשון ניחום אין תנ"ך מיינט אלעמאל א מחשבה וואס איז אנדערש (האבנדיק חרטה) פון א פריערדיקע מחשבה; איז לויט דעם כלל האט דאך אויך "נחמתי" געדארפט זיין א לשון חרטה — פארוואס טייטשט עס דא רש"י אנדערש?

ב. מען וואלט לכאורה געקאנט זאגן אז רש"י פארטייטשט ניט "נחמתי" אלס לשון חרטה דערפאר ווייל אפילו א קינד פארשטייט אז ביי דעם אויבערשטן איז ניט שייך ער זאל האבן חרטה [און ווי עס שטייט "לא איש א-ל ויכזב ובן אדם ויתנחם"] און דערפאר מוז ער לערנען דא "נחמתי — חשבתי וכו'". דאס איז אבער לגמרי ניט מובן: ווארום, אויך דער דאזיקער פריערדיקער פסוק רעדט דאך וועגן דעם אויבערשטן "וינחם ה'", און פונדעסטוועגן זאגט דארט רש"י אז "וינחם" מיינט "נהפכה מחשבתו של מקום".

נאכמער: צווישן די ראיות וואס רש"י בריינגט דארטן דערצו — איז אויך פאראן דער פסוק גופא ["לא איש א-ל ויכזב] ובן אדם ויתנחם", און דאך טייטשט רש"י מלשון חרטה. זעט מען דאך דערפון אז (מאיזה טעם שיהי') איז ניט שייך דא די קשיא ביי דעם אויבערשטן, און ווי מען געפינט אויך אין די אנדערע פסוקים וועלכע רש"י בריינגט דארט — "ועל עבדיו יתנחם"; וינחם ה' על הרעה"; נחמתי כי המלכתי" — וואס הגם אז אין זיי אלע רעדט זיך וועגן דעם אויבערשטן, פונדעסטוועגן, וואס לשון מחשבה אחרת הם". היינט פארוואס זאל ער אויך "נחמתי כי עשיתים" ניט מפרש זיין לויטן זעלביקן כלל פון "לשון מחשבה אחרת הם"?

ג) לויט פירש"י אז "נחמתי" מיינט "חשבתי מה לעשות", איז ניט גלאטיק דער המשך "כי עשיתים", וואס דארף א נתינת טעם אויף "נחמתי" ("נחמתי" — כ'האב געטראכט וואס צו טאן, "כי" — ווייל, "עשיתים"), בעת בפשטות איז כ'האב זיי געמאכט, אין דעם וואס "רבה רעת האדם": ווייל זיי האבן געזינדיקט, קלערט דער אויבערשטער כביכול וואס צו טאן מיט זיי — מיט וואס איז "עשיתים" א טעם אויף "נחמתי"?

ג. וועט מען עס פארשטיין דורך א פריערדיקע פיסקא אין פירש"י אויפן זעלבן פסוק, וואס אויך יענער פירוש איז לכאורה ניט לויטן דרך הפשט: אויף "ויאמר ה' אמחה את האדם" זאגט רש"י "הוא עפר ואביא עליו מים ואמחה אותו, לכך נאמר לשון מיחוי".

דער פשוט'ער טייטש פון "אמחה" איז — אפמעקן, אזוי ווי "מחה אמחה", אדער "תמחה" וואס שטייט ביי עמלק; (וואס דארט קען מען דאך ניט איינזעצן אז דאס מיינט "אביא עליהם מים") און ס'איז אזא דבר פשוט אז "אמחה" מיינט אפמעקן, אז רש"י טייטשט עס דארט ניט אפ, ווייל דאס פאדערט גארניט קיין פירוש. און ביי "אמחה את האדם" מוז רש"י מפרש זיין, און אין א חידוש'דיקן אופן: "אביא עליו מים ואמחה אותו"!?

איז דער ביאור אין דעם: אין דעם המשך פון דעם ענין (אין דער קומענדיקער סדרה), האט דער אויבערשטער אנגעזאגט נח'ן ער זאל מאכן א תיבה אין וועלכע עס זאלן אריינגיין נח ובניו ואשתו ונשי בניו און אויך פון אלע מיני בע"ח, בכדי צו געראטעוועט ווערן פון דעם מבול. במילא קען מען דאך ניט לערנען אז "אמחה" דא מיינט, ווי אין פשוטן, אפמעקן (ד.ה. פולשטענדיק אפווישן) פון דער וועלט "מאדם עד בהמה עד רמש ועד עוף השמים" — וויבאלד אז עס זיינען דאך ניט אלע אפגעווישט געווארן פון דער וועלט.

[און מען דארף גאר ניט אנקומען צו דער שפעטערדיקער סדרה: אין אונדזער סדרה גופא, מיט איין פסוק ווייטער, ווערט געזאגט: "ונח מצא חן בעיני ה'". קען מען דאך שוין ניט זאגן, אז מיט "אמחה את האדם אשר בראתי", האט דער אויבערשטער געמיינט אפמעקן דעם מין האנושי, ווארום נח איז דאך ניט איינגעשלאסן אין דעם, וויבאלד אז "מצא חן בעיני ה'".

און אין אמת'ן דארף מען גאר דערצו ניט האבן קיין ראי' אפילו פון ווייטערדיקן פסוק; לערנענדיק דעם פסוק גופא בעת מ'זעט פאר זיך א וועלט מיט מענטשן און אלערליי בע"ח, ווערט באלד קלאר אז מיט "אמחה גו' מאדם עד בהמה גו'", האט דער אויבערשטער ניט געמיינט אפצומעקן דעם מין האנושי און אלע בע"ח].

דערריבער לערנט רש"י, אז "אמחה" (דא, משא"כ בעמלק) מיינט: ביסול מאכן צעגיין, צעלאזן אין וואסער. ובמילא איז קיין סתירה ניט וואס "נח ואשר אתו בתיבה" זיינען געבליבן גאנץ, די גזירה איז דאך געווען ניט אפווישן נאר "מיחוי", און — דורך מים, דערריבער זיינען נמחה געווארן די באשעפענישן וואס מ'האט אריינגעגעבן אין מים; אבער די וואס זיינען געווען אין דער תיבה, באשיצט פון מים, זיי האט די גזירת אמחה ניט אנגערירט און זיינען געבליבן גאנץ.

ד. לכאורה קען מען אויף דעם פרעגן: ווי קען מען זאגן, אז פון דעם וואס נח ואשר אתו בתיבה זיינען געבליבן גאנץ, האט דעם הכרח צו לערנען אז "נחמתי כי עשיתים" מיינט ניט קיין חרטה אויף זייער באשאפן — רש"י אליין טייטשט דאך אויף "וינחם ה' כי עשה", אז דער אויבערשטער האט חרטה געהאט און "נהפכה מחשבתו למדה"ד", און מאידך גיסא, קען מען דאך אויך אין יענעם פסוק פרעגן די זעלבע קשיא: אויב דער אויבערשטער האט חרטה געהאט אויף דער באשאפונג פון מענטשן, היינט ווי איז געבליבן דער קיום פון מין אנושי? ד.ה. אז וואס באשטייט די נפק"מ צווישן דעם פסוק "נחמתי" און דעם פריערדיקן פסוק "וינחם ה'", וואס דארטן קען רש"י לערנען אז דאס מיינט חרטה, און אין "נחמתי" מיינט ניט ל' חרטה, נאר "חשבתי מה לעשות כו'"?

איז דער ביאור אין דעם: אין פריערדיקן פסוק שטייט "ויתעצב אל לבו". און דאס לערנט אונז, אז דארט רעדט ניט דער פסוק וועגן דעם אויבערשטנס א גזירה וואס איז אראפגעקומען אין דיבור, נאר וועגן זיין מחשבה, וואס ער האט געטראכט כביכול בינו לבין עצמו. און ווי רש"י איז דארט עטליכע מאל מדייק און מדגיש דעם לשון מחשבה: "נהפכה מחשבתו; עלה במחשבה לפניו; מחשבה אחרת הם".

און וויבאלד אז דער ניחום איז געווען בלויז במחשבה, איז קיין קשיא ניט פארוואס איז אזוי ניט געווען אין פועל ממש, ווייל יענער ניחום איז געבליבן אין מחשבה כביכול און איז ניט אראפגעקומען אין קיין גזירה בדיבור. משא"כ אין אונדזער פסוק שטייט "ויאמר ה' גו'" וואס דאס מיינט א גזירה דורך אמירה —

און דעם אויבערשטנ'ס גזירה מוז דאך מקוים ווערן, דערריבער קען מען ניט זאגן אז דער דיבור ("אמחה") האט געמיינט אפצוווישן די נבראים, און במילא איז "נחמתי" ניט קיין חרטה אויף דער באשאפונג, כנ"ל.

ה. ע"פ הנ"ל קומט אויס, אז אין דעם אויבערשטנ'ס אמירה "אמחה את האדם גו'" האט זיך אויסגעזאגט א פארקערטע טערונג לגבי דער פריערדיקער מחשבה: פריער במחשבתו איז געווען חרטה אויף דער באשאפונג (דאס מיינט — היפך הקיום) פון גאנצן מין אנושי ובע"ח; שפעטער אבער האט דער אויבערשטער געזאגט "אמחה את האדם", א מיחוי דורך מים, וואס דורך דעם וועט די גזירה ניט חל זיין אויף נח וכל ב"ב כו'.

וואס האט געבראכט די נטי' לקולא פון "אמחה", וויבאלד אז פריער איז עלה במחשבתו בנוגע צום גאנצן מין האדם? פארשטייט מען עס בסיום הפסוק: "כי (ווייל) נחמתי כי עשיתים" — איך האב זיי באקערט וואס צו טאן מיט זיי צוליב דעם וואס איך האב זיי באשאפן; ד.ה. וויבאלד אז איך האב זיי באשאפן, זיי זיינען מעשי ידיו של הקב"ה, דארף איך געפינען א וועג אויפצוהאלטן זייער קיום — ומהאי טעמא איז בלויז "אמחה את האדם וגו' (במים)".

לויט דעם איז אויך מובן, אז דער טייטש פון רש"י "נחמתי — חשבתי מה לעשות" איז ניט קיין סתירה צום כלל אז כל לשון ניחום מיינט מחשבה אחרת: אויך דא טראגט דאס אין זיך דעם באדייט פון חרטה, אבער די חרטה איז ניט אויף דעם וואס "עשיתים", נאר אויף דער פריערדיקער מחשבה, וואס האט ארומגענומען אלע נבראים אן אויסנאם.

ו. דער פירוש אין רש"י אויף "כי נחמתי" איז [ווי יעדער ענין אין תורה — מלשון הוראה] אויך א הוראה בעבודת ה':

ווי געזאגט פריער, קען רש"י ניט טייטשן דעם "נחמתי" אין אונדזער פסוק חרטה אויף דער עשי' פון די נבראים — ע"ד ווי ער טייטשט פריער ביי "וינחם ה' כי עשה את האדם בארץ" — ווייל דא שטייט "ויאמר ה'", איז עס שוין א גזירה וואס מוז דורכגעפירט ווערן בפועל.

און דאס איז א הוראה, אויף ווי ווייט מען דארף זיין זהיר בדיבורו. ווארום וויבאלד אז צדיקים [וואס לבוראם] מיינט מען אלע אידן, כמ"ש "ועמך כולם צדיקים"] דומים לבוראם, האט דער דיבור פון א אידן א ווירקונג. און דערריבער דארף מען זיין זייער פארזיכטיג ניט ארויסצוברענגען בדיבור עפעס א ניט-גוטן ווארט אויף א צווייטן, ווארום דער דיבור פון א אידן קען שאטן.

בעת מען טראכט וועגן דעם צווייטנס רע אין מחשבה, איז מען דערמיט עובר אויף א הארבן איסור; דאס קען אבער יענעם ניט שאטן (אויף אזוי פיל?), בעת אבער מען זאגט עס ארויס בדיבור, קען יענער ליידן דערפון.

דערמיט איז פארשטאנדיק דער ז. נאך א הוראה פון פרש"י הנ"ל:

דער טעם וואס די חרטה אויף דער בריאה איז ניט ארויס בדיבור, איז ווייל "חשבתי מה לעשות על אשר עשיתים". ד.ה. ניט בלויז וואס די גזירה איז ניט געקומען בדיבור, נאר אפילו מחשבה איז ניט געווען קיין החלטה צו מאכן דעם מענטשן. ס'איז מלכתחילה געווען נאר א מחשבה פון ניחום וחרטה, אבער אז קיין החלטה "מה לעשות". און וויבאלד אז "עשיתים", זיי זיינען מעשי ידיו של הקב"ה, איז איבערגעוויבן געווארן די מחשבה לטובה, אז נח ואשר אתו בתיבה, זאלן בלייבן לעבן.

און דאס איז א הוראה פאר יעדערן: אפילו ווען מעט זעט ר"ל אויף א צווייטן אידן אז רבה רעתו און "וכל יצר מחשבות לבו רק רע כל היום", אבער וויבאלד אז יעדער איד איז נצר מטעי מעשי ידיו של הקב"ה, דארף מען אויף אים ניט ארויסטראגן ח"ו קיין פס"ד — אפילו ניט במחשבה — נאר מען דארף אים דן זיין לכף זכות.

ומה-דאך דער אויבערשטער, וואס ער איז בוחן כליות ולב, און ס'איז ניט שייך ביי אים קיין טעות ח"ו, און ווען ער האט געזען אז רבה רעת האדם איז דאס דאך געוויס געווען ריכטיק — פונדעסטוועגן האט ער זיך אפגעהאלטן פון ארויסטראגן לויט דעם א פס"ד מוחלט; עאכו"כ א מענטש, וואס איז עלול צו מאכן א טעות, טאר ער געוויס ניט פעסטשטעלן און ארויסקומען וועגן יענעם מיט א שלעכטער מיינונג. ווייל ס'איז גאר און גאר מעגליך אז ס'איז לגמרי ניט אזוי ווי אים ווייזט זיך אויס, וכפס"ד, וכפסק-דין המש' —

More in this printout

View the whole printout