מ'האָט שוין געזען בגלוי די נפלאות בתחלת שנה זו – בהמשך צו די נפלאות בשנה שעברה – במיוחד בקשר מיט דעם, אַז מדינה ההיא (רוסלאַנד) לאָזט אַרויס און איז מסייע טויזנטער טויזנטער אידן צו עולה זיין קיין ארץ ישראל (און אין נאָך ערטער), וואו זיי קענען לעבן אין פולע פרייהייט בחייהם הפרטיים – דער גילוי פון מעלתם של ישראל, באופן אַז אויך אוה"ע זיינען אין דעם מכיר און מסייע.
ובהקדים, אַז – דער גילוי והכרה בעולם און פון אוה"ע אין מעלתם של ישראל ווערט נתחזק מדור לדור, קומענדיק אַלס נעענטער צו דער גאולה האמיתית והשלימה, ווען עס וועט מקוים ווערן דער "והלכו גוים לאורך"1, "והיו מלכים אומניך ושרותיהם מניקותיך"2, וכו'.
און אַלס הכנה לזה, איז במשך הדורות – אויך אין זמן הגלות – געפינט מען אַז אפילו אוה"ע האָבן מכיר געווען אַז אידן זיינען דער עם הנבחר. כנראה בכו"כ מדרשי חז"ל [לדוגמא: די גמרא אין זבחים3, אַז אַ מלך פון אוה"ע האָט מסייע געווען אַז אַ איד זאָל זיין אָנגעטאָן "לכבוד ולתפארת", "אקיים בך והיו מלכים אומניך", ועוד].
וכידוע אויך, אַז אוה"ע רופן אָן אידן בלשונם (אויך ווען זיי רעדן איינער מיט דעם צווייטן) – דעם "עם הנבחר".
און אין דעם איז צוגעקומען נאָכמער בדורות האחרונים4, ובמיוחד – במדינת ארצות הברית (ועוד מדינות), וועלכע איז אַ מדינה של חסד, וואָס לאָזט אידן טאָן זייער עבודה מתוך מנוחת הנפש ומנוחת הגוף, און איז זיי נאָך מסייע בזה, און מסייע אידן אין ארץ ישראל וכו'.
ובזה גופא – איז צוגעקומען נאָכמער בשנים האחרונות, ובפרט בשנה שעברה (שנת אראנו נפלאות) און תחלת שנה זו (שנת נפלאות בה) – בנוגע צו דער היתר יציאה און סיוע פון מדינה ההיא בעליית אחינו בנ"י לארץ ישראל, כנ"ל.
(משיחות ש"פ בראשית, מבה"ח מר־חשון תשנ"ב)