א. ס'איז בַאוואוסט דער ווָארט פון רבותינו נשיאינו, ַאז שבת בראשית איז נוגע צו דעם גַאנצן יָאר. ַאזוי ווי מ'שטעלט זיך ַאוועק שבת בראשית, ַאזוי גייט ַא גַאנץ יָאר.
אין ווָאס בַאשטייט די אויסגעטיילטקייט פון שבת בראשית, ַאז דוקא פון אים ווערט נמשך על כל ימי השנה? לכאורה איז דָאס דער תוכן פון גַאנץ חודש תשרי: תשרי — אותיות רשית — איז דער רשית פון כל השנה כולה, וכידוע ַאז די מועדים אין חודש תשרי (המרובה במועדות) זיינען מועדים כלליים פון וועלכע עס ווערט נמשך אויף דעם גַאנצן יָאר, ָאנהויבנדיק פון ראש השנה, וועלכער ווערט ָאנגערופן בשם „ראש השנה" דערפַאר ווָאס ער איז דער „קָאּפ" ווָאס איז כולל אין זיך און פירט ָאן מיט ַאלע טעג פון יָאר, ועד"ז יום הכפורים (וועלכער ווערט אויך ָאנגערופן „ראש השנה" בכתוב), ועד"ז חג הסוכות, זמן שמחתנו, ביז שמיני עצרת ושמחת תורה — איז פַארווָאס צייכנט מען אויס שבת בראשית דערמיט ַאז „ווי מ'שטעלט זיך ַאוועק שבת בראשית ַאזוי גייט ַא גַאנץ יָאר"?
איז די נקודת הביאור אין דעם — בפשטות: שבת בראשית בַאצייכנט דעם איבערגַאנג פון חודש תשרי, המרובה במועדות, אין דעם געוויינלעכן טָאג־טעגלעך לעבן שטייגער בשאר חדשי השנה:
שבת בראשית איז (א) דער סיום וסך־הכל פון חודש תשרי — זייענדיק דער לעצטער שבת פון דעם חודש, ווען עס ווערט די עלי' ושלימות (ויכולו) פון דעם סיום המועדים פון חודש תשרי — שמיני עצרת ושמחת תורה, וועלכע קלייבן צוזַאמען (עצרת מלשון קליטה) און ברענגען ַאריין אין ַא פנימיות ַאלע ימים טובים פון חודש תשרי; און אויך (ב) די התחלה פון דער עבודה הרגילה פון דעם קומענדיקן יָאר — זייענדיק שבת מברכים חודש מר־חשון, דער ערשטער „ווָאכעדיקער" חודש פון דעם נייעם יָאר (וועלכער הָאט ניט קיינע ימים טובים וכו'), ווען עס הויבט זיך ָאן, כידוע, דער עיקר עבודה פון „ויעקב הלך לדרכו", לדרכו דוקא — בעניני העולם ועובדין דחול, איש תחת גפנו ותחת תאנתו.
און וויבַאלד ַאז שבת בראשית שליסט אין זיך איין ביידע ענינים — דער לעצטער שבת אין חודש תשרי, וועלכער בענטשט דעם ערשטן „ווָאכעדיקן" חודש אין יָאר — דערפַאר גיט ער ַא סּפעציעלן כח אויף דער הנהגה פון ַא גַאנץ יָאר: (די מועדים אין) חודש תשרי עצמו — היות ַאז ער איז בדרגת „רשית" — איז ער אויפגעהויבן און ָאּפגעטיילט (מובדל ומרומם) פון שאר חדשי השנה, ער איז ָאנגעפילט (מרובה) מיט מצוות און קדושה (ובלשון המדרש: „מושבע בכל, גתות בתוכו, ברכות בתוכו, כפור בתוכו כו'"), ובמילא איז מען ניט ַאזוי פַארזיכערט ַאז מ'וועט קענען ממשיך זיין דעם אויפגעהויבענעם מצב פון חודש תשרי אויך אין די איינפַאכע ווָאכן־טעג פון יָאר;
משא"כ שבת בראשית, זייענדיק סיי דער ָאּפשלוס פון חודש תשרי און סיי די התחלה פון דעם „ווָאכעדיקן" יָאר (ָאנהויבנדיק פון (שבת מברכים) חודש חשון) — כמרומז אויך אין דעם ווָארט (שבת) בראשית — פון לשון התחלה און ראש — דער ָאנהויבס און קָאּפ פון דעם יָאר. נוסף לזה ווָאס פ' בראשית איז אויך די ערשטע פרשה אין תורה, די התחלה פון קריאת כל ה(פרשיות שב)תורה, וועלכע מ'לייענט און מיט וועלכע מ'דַארף לעבן במשך דעם גַאנצן יָאר — איז ער ַא „ממוצע המחבר" ביניהם, וועלכער גיט דעם כח מיוחד ַאז בהתאם צו דעם אופן ווי מ'שטעלט זיך דעמולט ַאוועק זָאל ַאזוי גיין ַא גַאנץ יָאר; מ'זָאל ממשיך זיין פון דעם מצב נעלה בחודש תשרי אין דער טָאג טעגלעכער עבודה אין וועלט, בימי החול ובעובדין דחול.
ווי ס'איז אויך מובן פון דעם תוכן פון פ' בראשית (ווָאס על שם זה ווערט דער שבת ָאנגערופן „שבת בראשית"), וועלכע רעדט וועגן מעשה בראשית: דורך לייענען אין תורה פסוק בראשית — „בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ" — ווערט בַאנייט דער בַאשַאף פון כל עניני העולם פַאר דעם נייעם יָאר (ווָארום קוב"ה אסתכל באורייתא וברא עלמא, בר נש אסתכל בה באורייתא ומקיים עלמא). ווָאס דָאס גיט דעם כח צו ַאוועקשטעלן ווי־עס־דַארף־צו־זיין די עבודה בעניני העולם במשך דעם קומענדיקן יָאר.
ב. דער ענין אין דעם וועט מען קלערער פַארשטיין לויט דברי חז"ל בדיוק הלשון „בראשית" [„מקדם ברא אלקים אין כתיב כאן, ומתחילה אין כתיב כאן, אלא בראשית"] — „בשביל התורה שנקראת ראשית דרכו ובשביל ישראל שנקראו ראשית תבואתו".
וויבַאלד ַאז די דרשה פון חז"ל איז אויף דעם ווָארט „בראשית" — ווָאס בַאציט זיך בפשטות הכתובים צו ראשית פון בריאת שמים וארץ מיט ַאלע פרטי הבריאה (ווי עס רעדט זיך בהמשך הכתובים) — איז מסתבר זָאגן, ובפרט ע"פ הידוע ַאז צוויי פירושים אין איין ווָארט הָאבן צווישן זיך ַא שייכות (ווי מ'זעט עס אין דעם לימוד פון „שעטנז", „שוע טווי ונוז"), ַאז די דרשה קומט ניט שולל זיין דעם פירוש הפשוט אין „בראשית" (ַאז דָאס גייט אויף ראשית הבריאה), נָאר עס קומט מוסיף זיין דעם דרש, ַאז דָאס גייט אויף תורה וישראל שנקראו „ראשית".
לפי"ז דַארף מען הָאבן ַא ביאור אין דער שייכות צווישן דעם פירוש חז"ל און דעם פירוש הפשוט — בפשטות זיינען זיי גָאר פירושים מן הקצה אל הקצה: לויט דרשת חז"ל גייט „בראשית" ניט אויף בריאת העולם, נָאר אויף תורה וישראל („בשביל התורה כו' ובשביל ישראל") — ווָאס זיי זיינען קדמו לבריאה ושלא בערך העכער פון דער בריאה?
די קשיא איז נָאך שטַארקער לויט פרש"י עה"פ, וועלכער ברענגט ביידע פירושים, וז"ל: „אין המקרא הזה [„בראשית ברא"] אומר אלא דרשוני, כמ"ש רז"ל בשביל התורה כו' ובשביל ישראל כו'". דערנָאך איז רש"י ממשיך: „ואם באת לפרש כפשוטו כך פרשהו, בראשית בריית שמים וארץ והארץ היתה תהו ובהו וחושך וגו' (דעמולט איז געווען) ויאמר אלקים יהי אור כו', שאין לך ראשית בתורה שאינו דבוק לתיבה שלאחריו".
איז ניט פַארשטַאנדיק: וויבַאלד ַאז „בראשית ברא" גייט בפשטות הכתובים אויף בריאת השמים והארץ, און רש"י ַאליין זָאגט ַאז זיין צווייטער פירוש (ַאז „בראשית" בַאציט זיך צו דער בריאה) איז „כפשוטו", משא"כ דער ערשטער פירוש איז „דרשוני" — פַארווָאס ברענגט רש"י בכלל די דרשה (ווָאס ענינו פון פירוש רש"י איז פשוטו של מקרא), ַאז „בראשית" גייט גָאר אויף כוונת הבריאה (תורה וישראל) וועלכע זיינען קדמו ושלא בערך העכער פַאר דער בריאה? אפילו אויב רש"י דַארף (מאיזה סיבה) ברענגען די דרשה, הָאט ער עכ"פ געדַארפט מקדים זיין דעם פירוש „כפשוטו"?!
נָאכמער: בנוגע צו כללות פתיחת התורה מיט „בראשית ברא גו'" איז רש"י מפרש (בפירושו לפני זה), ַאז „לא הי' צריך להתחיל את התורה אלא מהחודש הזה לכם שהיא מצוה ראשונה שנצטוו בה ישראל, ומה טעם פתח בבראשית כו'". ווָאס דערפון איז מובן, ַאז התחלת התורה איז ניט בענין תורה (ומצוות) וישראל, נָאר בנוגע צו דער בריאה עצמה („כח מעשיו הגיד לעמו"). ואעפ"כ ברענגט דערנָאך רש"י ַאז „בראשית" גייט (ניט אויף דער בריאה, נָאר) אויף תורה וישראל!
ג. ויש לומר דער ביאור אין דעם: פון לשון חז"ל ַאז „בראשית" מיינט כוונת ותכלית כל הבריאה — „בשביל התורה שנקראת ראשית ובשביל ישראל שנקראו ראשית" — איז מובן, ַאז דָאס ווָאס תורה וישראל זיינען „ראשית" („מחשבתן של ישראל קדמה לכל דבר") רעדט זיך ניט (נָאר) ווי זיי זיינען לגמרי העכער פון דער בריאה (ווָארום דעמולט ּפַאסט ניט זָאגן ַאז זיי זיינען „ראשית" פון דער בריאה, און ַאז די בריאה איז בַאשַאפן געווָארן בשבילם, ווָאס דָאס ווייזט אויף ַא שייכות ביניהם), נָאר (בעיקר) ַאז (דָאס שפיגלט זיך ָאּפ אויך למטה, ַאז) ווי זיי זיינען ַא טייל פון דער בריאה — זיינען זיי „ראשית" הבריאה, ווָאס בשבילם נברא העולם.
ווי פַארשטַאנדיק פון דעם לשון „ראשית" גופא: „ראשית" — ווי אין „ראשית תבואתה" (ווָאס גייט אויף אידן) — בַאדייט ַאז דער „ראשית" איז מלכתחילה (ניט ָאּפגעטיילט פון די איבעריקע תבואה, נָאר ער געפינט זיך) צוזַאמען ַאלס איין זַאך מיט די גַאנצע תבואה, און דערנָאך קלייבט מען אים אויס ַאלס „ראשית תבואתו".
וועט מען עס פַארשטיין לויט דעם ביאור אין תניא אין לשון התפלה — „ובנו בחרת מכל עם ולשון":
דער ַאלטער רבי איז מבאר אין תניא, ַאז „ובנו בחרת מכל עם ולשון הוא הגוף החומרי הנדמה בחומריותו לגופי אומות העולם". ווָארום: בחירה איז שייך צו זָאגן דוקא צווישן זַאכן וועלכע זיינען גלייך איינע צו דער צווייטער (בענין המבוקש); בַא זַאכן ווָאס הָאבן ניט קיין צדדים שווים, קיין געמיינזַאמע תכונות צווישן זיך, זיי געפינען זיך אין צוויי בַאזונדערע ערטער ָאדער דרגות, ּפַאסט ניט זָאגן בחירה, ווָארום עס ווענדט זיך ווָאס מען וויל, און וואו מ'געפינט זיך, וממה־נפשך: ָאדער דער בוחר (ורצונו) געפינט זיך „במקום" פון דער ערשטער זַאך, ָאדער „במקום" פון דער צווייטער זַאך.
און דָאס ווָאס ער איז בוחר אין איינער פון זיי (און ניט אין דעם צווייטן) איז ניט צוליב קיין טעם, נָאר ווייל כך בחר. אויב ער קלייבט עּפעס אויס צוליב ַא טעם (צוליב די מעלה אין דער זַאך) — איז דָאס אויך ניט קיין בחירה אמיתית, בחירה חפשית — ווָארום דער טעם איז פועל ַא נטי' ווָאס איז אים מכריח צו אויסקלייבן די זַאך; בחירה אמיתית (בחירה חפשית) איז בשעת ס'איז ניטָא אויף דעם קיין טעם און קיין נטי' כו', מערניט ווָאס ער איז ַאזוי בוחר ווייל ַאזוי וויל ער.
דערפַאר איז בחירה אמיתית שייך זָאגן נָאר בנוגע דעם גוף ווָאס איז „נדמה בחומריותו לגופי אוה"ע": בשעת עס רעדט זיך וועגן דער נשמה פון ַא אידן — איז ניט שייך זָאגן „ובנו בחרת", ווָארום די אידישע נשמה, וועלכע איז ַא „חלק אלוקה ממעל ממש", הָאט קיין פַארגלייך ניט צו אומות העולם להבדיל, במילא ּפַאסט אויף דעם ניט קיין בחירה. עד"ז בכללות — ווען עס רעדט זיך וועגן אידן ווי זיי שטייען העכער פַאר כל עניני העולם ואוה"ע — איז אויך ניט שייך זָאגן בחירה. דוקא אין דעם גוף פון ַא אידן, וועלכער געפינט זיך למטה בין העמים, און איז „נדמה" לגופי אוה"ע — איז שייך דער ענין פון „ובנו בחרת", „בך בחר ה' אלקיך להיות לו לעם סגולה מכל העמים (דוקא)", „אתה בחרתנו (דוקא) מכל העמים".
נָאכמער: דער דיוק לשון התניא איז „גוף החומרי הנדמה בחומריותו לגופי אוה"ע", און ניט „גוף הגשמי הנדמה בגשמיותו" — ווָארום: אויך דער גוף הגשמי פון ַא אידן איז ַאנדערש (אויך) בגשמיותו פון גופי אוה"ע (מצד דעם זיכוך הגוף (דם ובשר) ווָאס ווערט אויפגעטָאן דורך כשרות האכילה ושתי' (ווָאס ווערט דם ובשר כבשרו), וכיו"ב), במילא איז אויף דעם ניט שייך בחירה אמיתית, ווייל אין דעם טיילט זיך אויס ַא איד פון ַא ניט־איד. דוקא אין דעם „גוף החומרי הנדמה בחומריותו לגופי אוה"ע" — ווָאס חומריות איז די דרגא הכי תחתונה [כפשטות הענין, ַאז חומר איז מיסוד העפר, דער יסוד ונברא הכי תחתון, והכל דשין עלי'], ווָאס דעריבער איז דָאס „נדמה (בחומריותו) לגופי אוה"ע" — ָאט אויף דעם (דַארף מען ָאנקומען און עס) איז געווען „ובנו בחרת מכל עם ולשון", די בחירה פון דעם אויבערשטן שלמעלה מטעם ודעת אין דער „גוף החומרי" פון אידן.
[און דעריבער איז ניט שייך ַאז די כוכבים ומזלות פון אוה"ע זָאלן אויף דעם פרעגן ַא שאלה: אוה"ע זיינען דָאך אויך ברואים של הקב"ה (ַאזוי ווי אידן) און דַארפן בַאקומען זייער שּפייז פון דעם אויבערשטן גלייך ווי ַאלע נבראים (כולל אידן), ביז ווי די טענה פון לעו"ז איז געווען ַאז „הללו עובדי ע"ז והללו עובדי ע"ז" — איז פַארווָאס זיינען אידן אויסגעטיילט? ווָארום „ובנו בחרת מכל עם ולשון", ווָאס בחירה איז דוקא אין ַאן ָארט וואו ס'איז דָא ַא דמיון צווישן צוויי זַאכן, און ער איז בוחר אין איינער פון זיי, בלי שום טעם].
דערפון איז מובן, ַאז דָאס ווָאס ישראל זיינען „ראשית" פון דער בריאה איז ניט נָאר בנוגע צו דער נשמה (וועלכע איז מובדלת מעולם) נָאר אויך בנוגע צו דעם גוף. ואדרבה: אין דעם גוף החומרי פון ַא אידן אין וועלכן ער איז גלייך לאוה"ע (הנדמה בחומריותו לגופי אוה"ע) איז דָא ַאן עילוי לגבי די מעלה ווָאס אידן פַארמָאגן מצ"ע (מצד זייער נשמה ָאדער מצד תכונותיהם וגוף הגשמי כו') — ווָארום דוקא אין דעם ווערט נתגלה די בחירה פון דעם אויבערשטן, ווָאס בחירה אמיתית איז נָאר אין עצמות ומהות (שאין לו עילה וסיבה שקדמה לו ח"ו).
וי"ל ַאז מעין ובדוגמת ווי דָאס איז בנוגע צו ישראל, ַאזוי איז דָאס אויך בנוגע צו תורה (דער צווייטער „ראשית") — ַאז די שלימות פון תורה איז דוקא ווי זי איז געגעבן געווָארן למטה, ובאופן ַאז תורה לא בשמים היא, און פסקי דיני התורה זיינען תלוי דוקא אין הכרעת השכל הגשמי פון אידן, ביז ַאז תורה „נסעה וירדה כו' עד שנתלבשה בדברים גשמיים וענייני עולם הזה שהן רוב מצוות התורה ככולם והלכותיהן ובצירופי אותיות גשמיות בדיו על הספר כו'"; און ווי תורה געפינט זיך למטה — ווערט נתגלה איר מעלה העצמית, ובלשון הפיוט: „טוב סחרה מכל סחורה מפז ומפנינים יקרה", ַאז אויך ווי תורה איז אין „עולם הסחורה", זעט מען ווי „טוב סחרה מכל סחורה כו'", און ַאז לימוד התורה איז אסור לאוה"ע, ע"ד ווי גערעדט פריער בנוגע צו דעם גוף החומרי פון ַא אידן [ָאבער מיט דעם חילוק עיקרי צווישן תורה וישראל, ַאז תורה אויך ווי זי איז יורד למטה בלייבט זי בקדושתה, משא"כ דער גוף פון ַא אידן איז ַא יש נברא גשמי וחומרי; ולאידך — איז „ובנו בחרת" (בחירת העצמות) דוקא אין דעם גוף הגשמי פון ַא אידן, ווָאס מחשבתן של ישראל קדמה אפילו לתורה (דעריבער איז תורה ניט קיין תנאי אין בחירת העצמות בהגוף)].
ד. עפ"ז איז פַארשטַאנדיק דער חידוש אין דעם פירוש חז"ל אין „בראשית" — „בשביל התורה שנקראת ראשית ובשביל ישראל שנקראו ראשית": דער עיקר אויפטו אין דעם איז ניט ַאז תורה וישראל זיינען „ראשית" בעצם (מצ"ע), אינגַאנצן העכער פַאר דער בריאה, נָאר ַאז אויך ווי זיי געפינען זיך אין דער בריאה, ביז אין דעם גוף החומרי פון אידן, ווערט נתגלה ווי זיי זיינען „ראשית" פון כל הבריאה (ַאז בשבילם נברא העולם).
און דָאס איז דער תיווך צווישן די ביידע פירושים אין „בראשית" (ראשית הבריאה, און תורה וישראל שנקראו ראשית שלמעלה מהבריאה) — ַאז דָאס ווָאס תורה וישראל זיינען למעלה מהבריאה (ראשית) ווערט ַא חלק פון דער בריאה עצמה; ווָארום תורה וישראל ווערן ַא חלק פון דער בריאה („בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ" בפירושו הפשוט), ביז ַאז דער גוף החומרי (פון ישראל) איז „נדמה בחומריותו לגופי אוה"ע" (ולולא ענין הבחירה איז ניטָא קיין חילוק צווישן זיי) — און אין דער דרגא גופא (אין דער בריאה) ווערט נתגלה וניכר בכל העולם ַאז זיי זיינען „ראשית" פון דער וועלט (ווי דער פירוש הדרש).
און דעריבער איז רש"י מקדים דעם פירוש („דרשוני") „בשביל התורה כו' ובשביל ישראל" — ווייל ניט נָאר ווָאס דָאס איז קיין סתירה ניט צו מציאות העולם (דער פירוש הפשוט אין „בראשית ברא"), נָאר אדרבה: אין דעם בַאשטייט שלימות העולם עצמה, און דָאס איז מגלה די פנימיות הכוונה אין מציאות העולם — ַאז די גַאנצע בריאה פון „את השמים ואת הארץ" איז בכדי ַארויסברענגען די מעלת הבחירה אין ישראל (און תורה), ביז ַאז אין דער וועלט זָאל זיך ָאנהערן בפשטות די מעלה ַאז תורה וישראל זיינען „ראשית" בערך צו די ַאנדערע טיילן פון דער בריאה.
ויש לקשר זה אויך מיט סיום פרשת בראשית (נעוץ תחלתן בסופן וסופן בתחלתן) — „ונח מצא חן בעיני ה'": מצא חן בעיני ה' איז למעלה מכל ענין של טעם כו', ע"ד דער ענין פון בחירה. וע"פ הידוע ַאז זכירת נח „וגם את נח באהבה זכרת" (אין די פסוקי זכרונות בראש השנה) איז „מצד עצם מעלת נש"י" (למעלה מטעם ודעת כו'), יש לומר ַאז דָאס איז פַארבונדן מיט התחלת הפרשה „בראשית", „בשביל ישראל שנקראו ראשית". און דָאס ווערט ַאזוי נתגלה בעולם — ַאז צוליב דעם ווָאס „נח מצא חן בעיני ה'" הָאט אים דער אויבערשטער מציל געווען פון מבול. ביז ַאז דָאס הָאט אויך געברַאכט צו „אלה תולדות נח נח", נייחא לעליונים ונייחא לתחתונים, ַאז אויך אין תחתונים (גשמיות וחומריות העולם) איז געווָארן נייחא.
ה. דערמיט וועט מען אויך פַארשטיין די שייכות מיט דעם ערשטן פירוש רש"י אויף „בראשית" — „לא הי' צריך להתחיל את התורה אלא מהחודש הזה לכם כו' ומה טעם פתח בבראשית משום כח מעשיו הגיד לעמו לתת להם נחלת גוים, שאם יאמרו אומות העולם לישראל לסטים אתם שכבשתם ארצות שבעה גוים, הם אומרים להם כל הארץ של הקב"ה היא, הוא בראה ונתנה לאשר ישר בעיניו, ברצונו נתנה להם וברצונו נטלה מהם ונתנה לנו":
דער חידוש בזה איז, ניט ַאז תורה וישראל זיינען העכער פַאר עולם (ווי דָאס שטייט בהדגשה אין מצוות התורה ָאנהויבנדיק פון „החודש הזה לכם", וועלכע זיינען געגעבן געווָארן דוקא צו אידן), נָאר אפילו ווי אידן געפינען זיך אין עוה"ז הגשמי והחומרי צוזַאמען מיט אוה"ע (ווָאס „ברא אלקים" ַאלעמען גלייך בחומריותם, „כל הארץ של הקב"ה היא" בשוה), און ס'איז דָא ַאן ָארט אויף ַא טענה ַאז „לסטים אתם שכבשתם ארצות שבעה גוים", זייענדיק „נחלת גוים" ווָאס דער אויבערשטער „ברצונו נתנה להם" — ווערט דָארטן נתגלה ַאז „אתה בחרתנו מכל העמים", און „כח מעשיו הגיד לעמו לתת להם נחלת גוים", ווָארום כשם ווי דער אויבערשטער הָאט בוחר געווען אין אידן, הָאט ער אויך בוחר געווען — „ברצונו נטלה מהם ונתנה לנו" — צו ָאּפגעבן ארץ ישראל, דער ארץ הנבחרת (מבין כל הארצות) צו זיין עם הנבחר.
ולהוסיף, ַאז דורך דעם ווָאס „נתנה לנו" (ברצונו ובבחירתו) ארץ ישראל הגשמית, דריקט זיך אויס בגלוי אין עוה"ז הגשמי והחומרי, בחירתו של הקב"ה אין עם ישראל (אויך ווי זיי שטייען אין חומריות העולם).
ויש לקשר זה אויך מיט המשך הפרשיות: נָאך פ' בראשית און פ' נח (כנ"ל סוס"ד), קומט מען צו פ' לך לך, וואו עס רעדט זיך ווי דער אויבערשטער זָאגט אברם „לך לך מארצך וממולדתך ומבית אביך אל הארץ אשר אראך". הגם ווָאס אברם געפינט זיך אין גשמיות וחומריות העולם — „ארצך", „מולדתך" און „בית אביך" — דַארף ער פון דָארט ַאוועקגיין און זיך דערפון ָאּפשיידן און גיין „אל הארץ אשר אראך", און דער אויבערשטער גיט אים דערנָאך ָאּפ ארץ ישראל (די שבעה ארצות און קיני קניזי וקדמוני) ַאלס ַא נחלת עולם פַאר אידן. און דורך דעם ווערט „אראך" אויך בפירושו הפנימי — „אראה ואגלה אותך בעצמך", ַאז דורך דעם ווָאס ביי אים איז געווען ַא הליכה שלא בערך, איז דער אויבערשטער מגלה — דורך בחירתו אין אידן — די אמת'ע מציאות פון אברהם און פון יעדער איד (ווער און ווָאס ער איז).
ו. ע"פ הנ"ל איז אויך מובן דער עילוי פון שבת בראשית (ווען מ'לייענט בתורה גַאנץ פ' בראשית), ַאז ווי מ'שטעלט זיך דעמולט ַאוועק ַאזוי גייט עס:
יש לומר ַאז די צוויי מעלות הנ"ל אין אידן (ווי זיי שטייען (מצד נשמתם) למעלה מעולם, און מעלתם בעולם מצד „אתה בחרתנו") שטעלן זיך אויס (בכללות) בזמן השנה אין דער אונטערשייד צווישן חודש תשרי און שאר חדשי השנה: אין חודש תשרי, המרובה במועדות, שטייט בגלוי (בעיקר) ווי אידן זיינען למעלה מהנהגת העולם. ובמיוחד אין שמע"צ ושמח"ת (סיום המועדים) — ווען ס'איז דער מצב פון „יהיו לך לבדך ואין לזרים אתך", „אנא ומלכא בלחודוהי", און מ'זעט ווי אידן פרייען זיך מיט דער תורה, שטייענדיק העכער פַאר כל הענינים; און אין שאר חדשי השנה — איז (בעיקר) די עבודה אין עולם.
און אין שבת בראשית (דער סיום פון תשרי און די התחלה פון די חדשי השנה, ָאנהויבנדיק פון שבת מברכים חשון) הָאט מען ביידע ענינים: די מעלה פון תורה וישראל ווי זיי זיינען „ראשית" בעצם (למעלה מעולם), און ווי זיי זיינען „ראשית" פון וועלט. און דעריבער בַאקומט מען דעמולט דעם כח, ַאז איידער מ'גייט ַארויס פון חודש תשרי צו טָאן די עבודה אין וועלט, יעדערער אין זיין פערזענלעכע שליחות אין טָאג־טעגלעכן לעבן, לייענט מען אין תורה „בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ", ַאז „בראשית" מיינט „בשביל התורה שנקראת ראשית ובשביל ישראל שנקראו ראשית" — ווָאס דָאס גיט דעם כח ַאז ווי מ'שטעלט זיך ַאוועק אין שבת בראשית זָאל עס ַאזוי גיין במשך דעם גַאנצן יָאר, ַאז אויך אין דער עבודה בעובדין דחול בגשמיות וחומריות העולם, זָאל זיך ָאנהערן די מעלה פון אידן ַאלס דעם עם הנבחר, „אתה בחרתנו מכל העמים".
ז. ע"פ הנ"ל — ַאז די מעלה פון אידן ַאלס דעם עם הנבחר קומט ַארויס בגלוי אויך (ואדרבה — דוקא) ווי זיי שטייען אין עוה"ז הגשמי והחומרי — הָאט מען ַארויס ַא נפק"מ בפועל, וועלכע איז ַאן עיקר ויסוד אין דעם אופן ווי ַא איד דַארף טָאן זיין עבודה, ובפרט אין זמן הגלות:
וויבַאלד ַאז ַאלץ — די גַאנצע וועלט — איז בַאשַאפן געווָארן „בשביל ישראל", און דָאס קומט ַארויס אויך בעוה"ז הגשמי והחומרי אין דעם „ובנו בחרת" בגוף החומרי פון ַא אידן „הנדמה בחומריותו לגופי אוה"ע" — איז פַארשטַאנדיק ַאז אין יעדער מעמד ומצב, בכל זמן ובכל מקום, אפילו אין ַא מצב חומרי ביותר, אפילו אין זמן הגלות — שטייען אידן בדרגת „ראשית", העכער פון ַאלע זַאכן, ואדרבה — בשבילם נברא הכל, זייענדיק דער עם הנבחר אין וועלכן דער אויבערשטער הָאט בוחר געווען (ווָאס אין דער בחירה איז ניט שייך קיין שינוי).
[אויב די גַאנצע מעלה פון ַא אידן ַאלס „ראשית" ווָאלט בַאשטַאנען נָאר אין מעלת הנשמה און אין דער מעלה פון זיינע תכונות הנפש והגוף לגבי אוה"ע — ווָאלט דעמולט געהַאט ַאן ָארט צו זָאגן, ַאז דָאס איז נָאר אין ַא מצב ובתנאי ווען די נשמה איז מאיר בגלוי, ָאבער ניט אין ַא מצב פון העלם והסתר אויף גילוי הנשמה, ווי אין זמן הגלות; וויבַאלד ָאבער ַאז „ובנו בחרת מכל עם ולשון הוא הגוף החומרי הנדמה בחומריותו לגופי אוה"ע", איז די בחירה דָא ַאלעמָאל].
דערפון איז פַארשטַאנדיק, ַאז אפילו ווען אידן געפינען זיך אין גלות תחת שעבוד מלכיות, „מפני חטאינו גלינו מארצנו" — איז הגם ַאז מ'זעט דעמולט ניט בגלוי ווי די נשמה איז בדרגת „ראשית" — איז ָאבער דער גוף הגשמי והחומרי פון אידן בדרגת „ראשית", צוליב בחירתו של הקב"ה אין דעם גוף — און דעריבער איז מובן, ַאז ניט נָאר ווָאס אידן זיינען דעמולט ניט תחת השליטה פון אוה"ע ח"ו (ניט נָאר מצד זייערע נשמות נָאר אויך מצד זייערע גופים), נָאר אדרבה: זיי זיינען (אויך בזמן הגלות) „ראשית" כל הבריאה, און בשבילם נבראו ַאלע אוה"ע ושאר חלקי העולם. [ביז ַאז די גדלות פון אוה"ע איז גָאר תלוי אין אידן, כדאיתא, ַאז „בכל דור ובכל זמן, אומה שישראל תחתם בגלות מתנשאת על כל הגוים"].
ואע"פ ַאז אין גלות געפינען זיך אידן אין „שעבוד מלכיות", און מ'הָאט דעם ציווי פון „דינא דמלכותא דינא", און „לא ימרדו באומות", אל תתגרה בגוים, וכיו"ב — איז דער טעם אויף דעם, ניט דערפַאר ווָאס אידן הָאבן ַא מורא ופחד פַאר אוה"ע (בזמן הגלות) ח"ו, ווָארום אדרבה: אידן זיינען בבחי' „ראשית" ווָאס בשבילם נברא האוה"ע, נָאר דער פירוש אין דעם איז, ע"ד ווי דער ציווי „אל תצר את מואב ואל תתגר בם מלחמה" (ועד"ז בנוגע צו עמון), ַאז דָאס איז ניט (כאילו ווי ַאן עצה טובה) צוליב דעם ווָאס אידן דַארפן פַאר זיי מורא הָאבן (צוליב זייער כח) און מ'דַארף צו זיי ָאנקומען, נָאר ווי ס'איז מפורש אין פסוק דער טעם: „כי לא אתן לך מארצו ירושה כי לבני לוט נתתי את ער ירושה". ד.ה. ַאז ַאזוי הָאט דער אויבערשטער איינגעשטעלט דעם סדר, ַאז כשם ווי „ברצונו נתנה לנו" ארץ ישראל, ַאזוי איז „ברצונו נתנה להם" ארצות עמון ומואב, און ניט צו אידן, און דעריבער „אל תתגר בם מלחמה".
ועד"ז בנוגע צו אל תתגרה באומות און דינא דמלכותא דינא (וכיו"ב), ַאז דָאס איז ניט צוליב פחד ח"ו, נָאר ווייל דער אויבערשטער הָאט איינגעשטעלט און ָאנגעזָאגט ַאז ַאזוי דַארף זיין דער סדר בזמן הגלות; ָאבער ס'איז מובן ופשוט ַאז דָאס רירט כלל וכלל ניט ָאן דָאס ווָאס אידן זיינען (אויך בזמן הגלות) דער עם הנבחר, „ראשית" פון כל העולם וכל אוה"ע.
דָאס הייסט ַאז נוסף לזה ווָאס „דינא דמלכותא דינא" איז נָאר בנוגע צו געוויסע ענינים גשמיים (דיני ממונות, מיסים וארנוניות וכיו"ב), ָאבער ניט בנוגע צו ענינים פון תורה ומצוות אין וועלכע מ'הָאט ַא קלָארע הוראה אין תורה [ובלשון כ"ק מו"ח אדמו"ר: אונזערע נשמות הָאט מען אין גלות ניט פַארטריבען, און אין שעבוד מלכיות ניט איבערגעגעבן] — איז אויך בנוגע צו די גופים און גשמיות (וחומריות) פון ַא איד, בלייבט ער ַאלעמָאל „ראשית" און למעלה פון אוה"ע, און דָאס ווָאס „דינא דמלכותא דינא" איז ניט דערפַאר ווָאס ער איז תחת שעבוד וממשלת אוה"ע, נָאר ווייל ַאזוי הָאט דער אויבערשטער איינגעשטעלט דעם סדר אין גלות („מפני חטאינו").
דערפון איז אויך מובן בנוגע צו די חסדים ווָאס מ'בַאקומט דורך חסידי אוה"ע בזמן הגלות, ווָאס דערפַאר דַארף מען זיי ָאּפדַאנקען, ביז ַאז „ודרשו את שלום העיר גו' כי בשלומה יהי' לכם שלום" — ַאז דָאס איז ניט ווייל אידן דַארפן ָאנקומען צו זייערע חסדים ח"ו, דאדרבה: „חסד לאומים חטאת"; און בשעת מ'בַאקומט פון זיי חסדים ווָאס העלפן ַארויס אידן אין תומ"צ — איז דָאס ניט „חסד לאומים", נָאר חסד פון דעם אויבערשטן (ווָאס ער איז ממשיך צו אידן דורך אוה"ע, ווייל ַאזוי וויל דער אויבערשטער עס זָאל זיין דער סדר בזמן הזה), ובמילא איז דָאס ניט „חטאת" ח"ו.
ח. ולהוסיף, ַאז דער ענין הנ"ל אין שבת בראשית שטייט נָאכמער בהדגשה ובגלוי בשנה זו — ה'תשנ"ב, וועלכע אידן הָאבן פַארצייכנט ַאלס ר"ת: „הי' תהא שנת נפלאות בה", און „נפלאות בכל" („בכל מכל כל").
„נפלאות" — נו"ן פלאות — בַאדייט ַא שלימות אין דעם גילוי פון בחי' פלא, ווָאס אפילו איין מָאל פלא איז מובדל ומופרש פון ַאנדערע ענינים, ועאכו"כ נ' פלאות. ולהוסיף, ַאז נ' איז אויך פַארבונדן מיט יובל שנים, וועלכער ווערט ָאנגערופן „עולם" (נצחיות).
און „הי' תהא שנת נפלאות בה" איז מרמז, ַאז נוסף צו „שנת אראנו נפלאות" בשנה שעברה — ווָאס זיכער ווערט אין דעם „מעלין בקודש" בשנה זו — קומט צו בשנה זו, ַאז דער יָאר וועט זיין (באופן פון תהא — בהוייתה תהא) „נפלאות בה" — די נפלאות וועלן זיין (ניט בלויז ַא פרט אין יָאר, נָאר) דער ענין פון דעם יָאר, און „נפלאות בכל", אין ַאלע זַאכן.
וי"ל ַאז דער גילוי פון „נפלאות בה" (נפלאות ווָאס זיינען אינגַאנצן מובדל ומופרש) דריקט זיך אויך אויס אין דער גילוי פון בחירתו של הקב"ה אין אידן (ווָאס בחירה איז בבחי' פלא, למעלה מכל הענינים, כנ"ל).
און ווי מ'הָאט שוין געזען בגלוי די נפלאות בתחלת שנה זו — בהמשך צו די נפלאות בשנה שעברה — במיוחד בקשר מיט דעם, ַאז מדינה ההיא (רוסלַאנד) לָאזט ַארויס און איז מסייע טויזנטער טויזנטער אידן צו עולה זיין קיין ארץ ישראל (און אין נָאך ערטער), וואו זיי קענען לעבן אין פולע פרייהייט בחייהם הפרטיים — דער גילוי פון מעלתם של ישראל, באופן ַאז אויך אוה"ע זיינען אין דעם מכיר און מסייע.
ובהקדים, ַאז — דער גילוי והכרה בעולם און פון אוה"ע אין מעלתם של ישראל ווערט נתחזק מדור לדור, קומענדיק ַאלס נעענטער צו דער גאולה האמיתית והשלימה, ווען עס וועט מקויים ווערן דער „והלכו גוים לאורך", „והיו מלכים אומניך ושרותיהם מניקותיך", וכו'.
און ַאלס הכנה לזה, איז במשך הדורות — אויך אין זמן הגלות — געפינט מען ַאז אפילו אוה"ע הָאבן מכיר געווען ַאז אידן זיינען דעם עם הנבחר. כנראה בכו"כ מדרשי חז"ל [לדוגמא: די גמרא אין זבחים, ַאז ַא מלך פון אוה"ע הָאט מסייע געווען ַאז ַא איד זָאל זיין ָאנגעטָאן „לכבוד ולתפארת", „אקיים בך והיו מלכים אומניך", ועוד].
וכידוע אויך, ַאז אוה"ע רופן ָאן אידן בלשונם (אויך ווען זיי רעדן איינער מיט דעם צווייטן) — דער „עם הנבחר".
און אין דעם איז צוגעקומען נָאכמער בדורות האחרונים, ובמיוחד — במדינת ארצות הברית (ועוד מדינות), וועלכע איז ַא מדינה של חסד, ווָאס לָאזט אידן טָאן זייער עבודה מתוך מנוחת הנפש ומנוחת הגוף, און איז זיי נָאך מסייע בזה, און מסייע אידן אין ארץ ישראל וכו'.
ובזה גופא — איז צוגעקומען נָאכמער בשנים האחרונות, ובפרט בשנה שעברה (שנת אראנו נפלאות) און תחלת שנה זו (שנת נפלאות בה) — בנוגע צו דער היתר יציאה און סיוע פון מדינה ההיא בעליית אחינו בנ"י לארץ ישראל, כנ"ל.
ויש לומר ַאז דער דרך בכל זה איז דורכגעברָאכן געווָארן דורך די פעולות פון גדולי ישראל במשך הדורות מיט אוה"ע, ובמיוחד — פון רבותינו נשיאינו [ָאנהויבנדיק פון דעם ַאלטן רבי'ן, וועלכער הָאט זיך געמישט אין עניני העולם, כידוע זיין השתדלות בנצחונו פון אלכנסדר איבער נַאּפַאלעיָאן לטובת בנ"י (ברוחניות). וי"ל, ַאז איצטער איז ַארויס טובת בנ"י פון מדינה ההיא אויך בגשמיות, דורך סיוע פון מדינה ההיא ַאז אידן זָאלן פון דָארט ַארויסגיין, כנ"ל].
ויהי רצון, ַאז אין דעם זָאל צוקומען נָאכמער און נָאכמער באופן פון מוסיף והולך ואור, ביז ַאז עס זָאלן נתבטל ווערן ַאלע הגבלות אין דער השפעת חסד צו אידן און אין הכרת מעלתם של ישראל און אין זייער בעלות אויף ארץ ישראל [ווָאס יעדער איד — אויך בזמן הזה — הָאט ַא חלק אין ארץ ישראל], בהתאם לדברי רש"י בריש פרשתנו: „כח מעשיו הגיד לעמו לתת להם נחלת גוים, שאם יאמרו אומות העולם לישראל לסטים אתם שכבשתם ארצות שבעה גוים, הם אומרים להם כל הארץ של הקב"ה היא, הוא בראה ונתנה לאשר ישר בעיניו, ברצונו נתנה להם וברצונו נטלה מהם ונתנה לנו" [און ווי מ'הָאט בימים אלו ממש מכריז געווען אויף ַאן אסיפה פון אוה"ע, ַאז ארץ ישראל ובמיוחד חברון, בַאלַאנגט צו אידן, ווי עס שטייט אין תורה, ובלשונם — אין „ּבײַּבעל", ווָאס אויך זיי הַאלטן עס פַאר ַא ספר קדוש].
ט. מכל הנ"ל איז פַארשטַאנדיק בפשטות וויפל ס'איז מושלל בתכלית די הכרזה ווָאס איז נתפרסם געווָארן לאחרונה — ַאז אידן אין ארץ ישראל דַארפן זיך אונטערגעבן צו דעם לחץ פון אוה"ע בקשר מיט ארץ ישראל צוליב אל תתגרה באומות, ווָארום זיי (די אידן) געפינען זיך אונטער דער שליטה פון אוה"ע און זיינען ָאּפהענגיק אין זייערע חסדים, ביז — נָאכמער: ַאז די הצלה און קיום פון אידן אין ארץ ישראל איז (געווען) תלוי אין אוה"ע, ר"ל היל"ת!...
ערשטנס (א): ר"ל צו זָאגן ַאז דער קיום פון אידן איז בספק ר"ל היל"ת. עם ישראל איז נצחי וויבַאלד ַאז זיי זיינען דעם אויבערשטן'ס פָאלק און דער אויבערשטער איז נצחי (כמ"ש „אני ה' לא שניתי ואתם בנ"י לא כליתם", ועוד, ועוד).
צווייטנס (ב): יעדער איד ווייסט בפשטות, ַאז די התחלה ופתיחה פון כל התורה כולה איז: „בראשית", און רש"י איז אויף דעם מפרש: „בשביל התורה שנקראת ראשית ובשביל ישראל שנקראו ראשית"! איז פַארשטַאנדיק בפשטות ממש, ַאז ניט אוה"ע זיינען בעה"ב אויף אידן ר"ל! והיות ַאז דָאס איז די התחלה ופתיחה פון גַאנץ תורה — סיי תורה שבכתב און סיי תורה שבעל־פה („פירושה" פון תושב"כ ווָאס איז געגעבן געווָארן צוזַאמען מיט תושב"כ) ווָאס דָאס איז כולל „כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש", די תורה ווָאס איז געלערנט געווָארן און צוגעקומען בַא אידן במשך כל הדורות — איז פַארשטַאנדיק, ַאז „בראשית, בשביל התורה שנקראת ראשית ובשביל ישראל שנקראו ראשית", איז ַא יסוד בכל התורה כולה. [ווי פַארשטַאנדיק בפשטות, ובמכ"ש וק"ו דערפון ווָאס יעדער ענין אין תורה — אויך סדר אין תורה — איז בתכלית הדיוק, עאכו"כ ַאזוי בנוגע צו „בראשית", די התחלה פון גַאנץ תורה. ווָאס ַא התחלה פון יעדער זַאך, אפילו בלשון בני אדם, איז מיט די מערסטע דיוק, עאכו"כ אין תורה].
ולמרות זה — אונטערשטייט זיך ַא איד צו מכריז זיין בפומבי לפני כו"כ עשיריות מישראל ווָאס זיינען געקומען הערן „תורה" — ַאז דער קיום פון אידן איז תלוי אין אוה"ע!...
די פליאה בדבר איז נָאך שטַארקער קומענדיק איצטער פון די ימים טובים אין חודש תשרי ווען אידן הָאבן געזָאגט כמ"פ אין זייערע תפלות „אתה בחרתנו מכל העמים"! ועד כדי כך איז דָאס בפשטות — ַאז עס ווָאלט גָאר קיינעם ניט איינגעפַאלן ַאז מ'דַארף דָאס בַאווָארענען. ובפרט ַא אידן... — אפילו אוה"ע זיינען דָאך מכיר ַאז אידן זיינען דער עם הנבחר. און במשך הדורות איז דָאס געווען ַא דבר הפשוט. ביז ַאז אפילו אין די דורות ווען עס זיינען געווען העלמות והסתרים כו' (ווי אין זמן המשכילים וכיו"ב), ווָאלט ַא רב מיט סמיכה זיך ניט אונטערשטַאנען מכריז זיין ַאזַא זַאך!
און (ג) די „טענה" פון אל תתגרה באומות וכו' און די חסדים ווָאס מ'בַאקומט פון אוה"ע — הָאט דערצו כלל קיין שייכות ניט, ווָארום ס'איז מובן ופשוט, ַאז אל תתגרה באומות וכו' רירט ח"ו כלל וכלל ניט ָאן דעם „בראשית בשביל ישראל" און דעם „אתה בחרתנו" — וכמדובר לעיל (ס"ז).
ועוד ועיקר (ד): ס'איז פַארשטַאנדיק בפשטות, ַאז ווען עס רעדט זיך וועגן קיום התומ"צ — איז אויף דעם ניט שייך זָאגן אל תתגרה וכו'. ועאכו"כ בנדו"ד — וואו עס רעדט זיך וועגן פקוח נפשות דורך החזרת השטחים, ווי דער פסק־דין בשולחן ערוך אורח חיים סימן שכט (כמדובר כמ"פ), ַאז „נכרים שצרו על עיירות ישראל . . אם באו על עסקי נפשות . . ואפילו עדיין לא באו אלא ממשמשים לבוא יוצאים עליהם בכלי זיין ומחללים עליהם את השבת . . ובעיר הסמוכה לספר אפילו אינן רוצין לבוא אלא על עסקי קש ותבן מחללין עליהן את השבת שמא ילכדו העיר ומשם תהא הארץ נוחה ליכבש לפניהם".
י. ויהי רצון ַאז ער זָאל חוזר זיין בדבריו. אפילו דוד המלך הָאט געזָאגט „שגיאות מי יבין" [ועאכו"כ ַאז מ'זָאל ניט מגדיל זיין דעם טעות, דורך זָאגן פירושים און ביאורים וכו' היפך האמת, און דָאס וועט סיי־ווי ניט העלפן, נָאר מַאכן נָאך ערגער, ווָארום „אמת מארץ תצמח"].
ועוד ועיקר — ַאז מ'זָאל בכלל ניט דַארפן רעדן אין שולל זיין ַאזוינע ענינים, און מכאן ולהבא — רעדן נָאר בשבחם ומעלתם של כל אחד מישראל, און במיוחד — דורך דעם ווָאס זיי זיינען מוסיף אין לימוד התורה וקיום המצוות, כולל ובמיוחד — אין די שיעורי חת"ת, ר"ת חומש תהלים תניא (כרגיל להזכיר אין דעם זמן ווען מ'הויבט ָאן לערנען תורה מתחלתה בשמחת תורה),
ועוד והוא העיקר: עס זָאל צוקומען אין דער הכרה בכל העולם כולל ביי אוה"ע אין מעלתם ושבחם של ישראל — „בראשית בשביל ישראל", און — ַאז ארץ ישראל געהערט צו אידן, ביז — שלימות הגילוי בזה, בגאולה האמיתית והשלימה, ווען מ'וועט הָאבן נוסף צו די ז' ארצות אויך קיני קניזי וקדמוני,
ותיכף ומיד ממש, בשבת בראשית הי' תהא שנת נפלאות בה — גילוי נפלאות הקב"ה, ביז עיקר הנפלאות — „כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות", בגאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו,
און מ'גייט גלייך ַאריין אין „אלה תולדות נח נח", נייחא לעליונים ונייחא לתחתונים, און דערנָאך — „לך לך מארצך וממולדתך ומבית אביך אל הארץ אשר אראך", ַאז ַאלע אידן — אויך די ווָאס געפינען זיך לע"ע אין חו"ל [כולל די אבות החסידות חב"ד — דער ַאלטער רבי, דער מיטעלער רבי און דער צמח צדק (וועלכע געפינען זיך אין „ארצך", „מולדתך" און „בית אביך": הַאדיטש, ניעזשין, ליובַאוויטש), און ַאלע רבותינו נשיאינו און ַאלע צדיקים און אידן שבכל הדורות], גייען אין ארץ הקודש, אין ירושלים עיר הקודש, להר הקודש, בבית המקדש השלישי, אין קדש הקדשים, ותיכף ומיד ממש.