Skip to content

פרשת בראשית

דער שבת ווערט אנגערופן "שבת בראשית". עס איז דער ערשטער שבת פון יאר נאך די ימים טובים פון תשרי. דער שבת איז נוגע צום גאנצן יאר, ווי עס איז באוואוסט די ווארט וואס די רביים - נשיאי חב"ד - האבן געזאגט: ווי מען שטעלט זיך אוועק שבת בראשית, אזוי פירט זיך א גאנץ יאר.

דארף מען פארשטיין:

פארוואס עפעס שבת בראשית דוקא? וואס איז מיט'ן זמן פון מתן תורה, איז יענער זמן ניט נוגע צו א גאנצן יאר? און וואס איז מיט די אלע סדרות אין וועלכע עס ווערן דערמאנט מצוות וואס ווערן ניט דערמאנט א צווייטן מאל אין דער תורה, זיינען דאך די סדרות אויך נוגע צום גאנצן יאר, איז וואס איז דער אויסנאם פון שבת בראשית?

דער ענטפער איז:

בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ. דער אויבערשטער האט באשאפן הימל און ערד. עס ווערט דערקלערט אין ספרים אז דער אויבערשטער האט ניט נאר באשאפן די וועלט איין מאל אין ששת ימי בראשית, נאר כסדר, יעדער טאג, באנייט ער די לעבעדיקייט פון דער וועלט.

ווי דער בעל שם טוב טייטשט דעם פסוק אין תהלים "לעולם ה' דברך נצב בשמים" (קיט, פט) אז דער מאמר "יהי רקיע" פון די עשרה מאמרות שבהם נברא העולם, געפינט זיך "לעולם" - אלעמאל אין הימל און באלעבט עם. אן דעם וואלט דער הימל געווארן אויס, אזוי ווי פאר ששת ימי בראשית. [דער אלטער רבי בריינגט דעם פירוש אין תניא (חלק שני- פרק א')].

דער אויבערשטער באשאפט די וועלט יעדער רגע צוליב תורה ומצוות. דער זעלבער אויבערשטער וואס האט געזאגט די עשרה מאמרות שבהם נברא העולם, האט געזאגט די עשרת הדברות.

דערפאר איז שבת בראשית אזוי נוגע אויפ'ן גאנצן יאר. אז מען געדיינקט אז דער אויבערשטער באשאפט כסדר די וועלט צוליב תורה ומצוות, פארשטייט מען די וויכטיקייט פון יעדער גוטע זאך וואס מען טוט. איין גוטע זאך וועגט אריבער די גאנצע וועלט לכף זכות, ווייל די וועלט איז באשאפן געווארן צוליב תורה ומצוות.

"ווי מען שטעלט זיך אוועק שבת בראשית, אזוי פירט זיך א גאנץ יאר". (לקו"ש ח"א ע' 1)

PDF Preview