"שַׁבָּת בְּרֵאשִׁית"
שַׁבַּת בְּרֵאשִׁית - אַ נַיְיע בְּרִיאָה פוּן כְּלַל יִשְׂרָאֵל
אִין סֵפֶר עֲטֶרֶת חַיִּים (בשם מהרש"ם הכהן) וֶוערְט גֶעבְּרֶענְגְט בְּשֵׁם דֶער דִּבְרֵי חַיִּים פוּן צַאנְז זי"ע, וָואס הָאט גֶעפְרֶעגְט, פַארְוָואס וֶוערְט דֶער עֶרְשְׁטֶער שַׁבָּת נָאךְ דִי יָמִים טוֹבִים אָנְגֶערוּפְן "שַׁבָּת בְּרֵאשִׁית", וֶוען בַּיי דִי אַנְדֶערֶע פַּרְשִׁיוֹת גֶעפִינֶען מִיר נִישְׁט אַזָא זַאךְ אַז מֶען זָאל רוּפְן דִי שַׁבָּת מִיט אַ בַּאזוּנְדֶערְן נָאמֶען?
הָאט עֶר דָאס עֶרְקְלֶערְט לוֹיט וָואס חַזַ"ל זָאגְן אִין מִדְרָשׁ אַז וֶוען אַ מֶענְטְשׁ טוּט תְּשׁוּבָה בַּאשַׁאפְט אִים דֶער אוֹיבֶּערְשְׁטֶער פוּן דָאס נַיי, אוּן עֶר וֶוערְט וִוי אַ נַיְיע בְּרִיאָה.
קוּמְט אוֹיס, אַז נָאךְ דִי הֵיילִיגֶע יָמִים נוֹרָאִים, וֶוען כְּלַל יִשְׂרָאֵל הָאבְּן תְּשׁוּבָה גֶעטוּן אוּן זִיךְ אוֹיסְגֶערֵיינִיגְט פוּן אַלֶע חֲטָאִים אוּן פְּגָמִים, זֶענֶען זֵיי גֶעוָוארְן וִוי אַ קְלֵיין קִינְד וָואס אִיז עֶרְשְׁט אַצִינְד גֶעבּוֹירְן גֶעוָוארְן, דֶערִיבֶּער וֶוערְט דֶער עֶרְשְׁטֶער שַׁבָּת אָנְגֶערוּפְן "שַׁבָּת בְּרֵאשִׁית", וַוייל דָאס אִיז דֶער אָנְהֵייב פוּן דֶער נַיְיע בְּרִיאָה פוּן כְּלַל יִשְׂרָאֵל.
נָאךְ אַ טַעַם פַארְוָואס דֶער שַׁבָּת הֵייסְט "שַׁבָּת בְּרֵאשִׁית", הָאט דֶער שִׁינָאוֶוער רַב זי"ע גֶעזָאגְט אִין נָאמֶען פוּן זַיין שְׁוֶוער, דֶעם אַרְי' דְבֵי עִילָּאֵי זי"ע, וִוי עֶס וֶוערְט גֶעבְּרֶענְגְט אִין סֵפֶר דִּבְרֵי יְחֶזְקֵאל (בראשית ד"ה הטעם) אִין דִי הֵיילִיגֶע יָמִים נוֹרָאִים הָאט דָאךְ יֶעדֶער אִיד גֶעהַאט אַ הִרְהוּר תְּשׁוּבָה, אוּן יֶעדֶער הָאט אוֹיף זִיךְ מְקַבֵּל גֶעוֶוען עֶפֶּעס אַ גוּטֶע הַנְהָגָה, אֵיינֶער מֶער אוּן אֵיינֶער וֵויינִיגֶער, יֶעדֶער אֵיינֶער לוֹיט זַיין מַדְרֵגָה. דֶערִיבֶּער וֶוערְט דֶער שַׁבָּת אָנְגֶערוּפְן "שַׁבָּת בְּרֵאשִׁית", כְּדֵי צוּ דֶערְמָאנֶען דֶעם מֶענְטְשׁ: וָואס אִיז גֶעוֶוען, אִיז גֶעוֶוען! פוּן יֶעצְט הֵייבְּט זִיךְ אָן אַ נַיְיע סֵדֶר, אוּן מֶען דַארְף זִיךְ נֶעמֶען אַז פוּן הַיְינְט אָן זָאל מֶען זַיין גוּט אוּן זִיךְ פִירְן וִוי עֶס פַּאסְט.
יוֹם שֶׁכֻּלּוֹ שַׁבָּת
אִין סֵפֶר תּוֹרַת חַיִּים (עירובין יט.) וֶוערְט גֶעבְּרֶענְגְט אַן אַנְדֶערֶע מַעֲלָה פוּן שַׁבַּת בְּרֵאשִׁית, אַז דֶער שַׁבָּת אִיז אַ רֶמֶז אוֹיפְן עוֹלָם הַבָּא, וֶועלְכֶע וֶוערְט אָנְגֶערוּפְן "יוֹם שֶׁכֻּלּוֹ שַׁבָּת". אוּן אַזוֹי וִוי שַׁבַּת בְּרֵאשִׁית אִיז אַ רֶמֶז אוֹיף יֶענֶעם הֵיילִיגְן טָאג, דַארְף דֶער מֶענְטְשׁ אִין שַׁבַּת בְּרֵאשִׁית טוּן זַאכְן וָואס זֶענֶען מֵעֵין דִי תַּעֲנוּגִים פוּן עוֹלָם הַבָּא.
אִין עוֹלָם הַבָּא אִיז פַארְהַאן דֶער תַּעֲנוּג פוּן "יַיִן הַמְשֻׁמָּר", וִוי חַזַ"ל זָאגְן (סנהדרין צט.) אוֹיפְן פָּסוּק עַיִן לֹא רָאָתָה (ישעיה סד ג), אַז דָאס מֵיינְט דֶעם וַויין וָואס אִיז בַּאהַאלְטְן אִין זַיינֶע טְרוֹיבְּן פוּן שֵׁשֶׁת יְמֵי בְּרֵאשִׁית, דֶערִיבֶּער דַארְף מֶען מְקַדֵּשׁ זַיין דֶעם שַׁבָּת אוֹיף וַויין, אַלְס אַ רֶמֶז צוּ יֶענֶעם וַויין.
אוּן דֶערְפַאר טָאר מֶען נִישְׁט מַאכְן קִידּוּשׁ אוֹיף 'יַיִן מְגֻלֶּה', אֲפִילוּ הַיְינְטְצוּטָאגְס וֶוען עֶס אִיז נִישְׁטָא קֵיין סַכָּנָה, וַוייל דֶער וַויין פוּן עוֹלָם הַבָּא אִיז בַּאהַאלְטְן אוּן פַארְדֶעקְט, וִוי עֶס שְׁטֵייט 'עַיִן לֹא רָאָתָה'.
אַזוֹי אוֹיךְ, פוּנְקְט וִוי אִין עוֹלָם הַבָּא אִיז פַארְהַאן דֶער תַּעֲנוּג פוּן לִוְיָתָן אוּן שׁוֹר הַבָּר, אַזוֹי דַארְף מֶען עֶסְן פִישׁ אוּן פְלֵייש אֻם שַׁבָּת.
אוּן אַזוֹי וִוי אִין עוֹלָם הַבָּא אִיז פַארְהַאן דֶער תַּעֲנוּג פוּן מָן, וִוי חַזַ"ל זָאגְן (חגיגה יב:) אַז אִין הִימְל וֶוערְט צוּגֶעגְרֵייט דֶער מָן פַאר דִי צַדִּיקִים לֶעָתִיד לָבוֹא, דֶערְפַאר אִיז דֶער מִנְהָג צוּ עֶסְן פַּשְׁטִידַ"א - קוּגְל אוּם שַׁבָּת, (אזוי ווי עס שטייט אין רמ"א או"ח סי' רמב ובביאור הלכה ד"ה זכר למן) וָואס אִיז אַ רֶמֶז אוֹיפְן מָן, וֶועלְכֶער אִיז גֶעוֶוען אִינְגַאנְצְן אַרוּמְגֶענוּמֶען מִיט טַל, פוּן אוֹיבְּן אוּן פוּן אוּנְטְן.
אוּן דֶערִיבֶּער לֵייגְט מֶען אַ חַלָּה טַאץ אוּנְטֶער דִי חַלּוֹת אוּן אַ חַלָּה דֶעקְל אוֹיבְּן הֶעכֶער דִי חַלּוֹת, מִיט דִי לֶחֶם מִשְׁנֶה אִינְדֶערְמִיט, אַלְס זֵכֶר צוּם מָן.
אוּן עֶר לֵייגְט צוּ אַז דֶערְפַאר זָאגְן מִיר שַׁבָּת אִין בִּרְכַּת הַמָּזוֹן: "הָרַחֲמָן הוּא יַנְחִילֵנוּ לְיוֹם שֶׁכֻּלּוֹ שַׁבָּת", וַוייל דִי בֵּיידֶע זַאכְן הָאבְּן אַ שַׁיָיכוּת אֵיינֶע מִיט דִי אַנְדֶערֶע.
אַזוֹי אוֹיךְ דַארְף דִי הַכָנָה צוּ שַׁבָּת זַיין אַ דּוּגְמָא פוּן דִי הַכָנָה צוּ עוֹלָם הַבָּא.
אַזוֹי וִוי בַּיי עוֹלָם הַבָּא דַארְף דֶער מֶענְטְשׁ זִיךְ צוּעֶרְשְׁט רֵיינִיגְן אִין נְהַר דִּינוּר פוּן גֵיהִנָּם, כְּדֵי אָפּצוּוַאשְׁן פוּן זִיךְ דִי פְלֶעקְן אוּן טוּמְאָה פוּן דִי עֲבֵירוֹת, אוּן עֶרְשְׁט דֶערְנָאךְ קֶען עֶר אַרַיינְגֵיין אִין גַּן עֵדֶן, אַזוֹי אוֹיךְ אִיז אַ מִצְוָה זִיךְ צוּ וַואשְׁן לִכְבוֹד שַׁבָּת, כְּדֵי צוּ מַעֲבִיר זַיין דִי זוּהֲמָא פוּנֶעם גוּף.
אוּן דָאס דַארְף זַיין דַּוְקָא מִיט וַוארֶעמֶע וַואסֶער, וִוי דֶער הֵיילִיגֶער אֲרִיזַ"ל שְׁרַייבְּט, וַוייל דָאס אִיז אַ רֶמֶז אוֹיף דִי רְחִיצָה אִין נְהַר דִּינוּר, וָואס אִיז הֵייס.
אַזוֹי אוֹיךְ, וִוי אִין עוֹלָם הַבָּא, נָאךְ דִי רְחִיצָה, טוּט דֶער מֶענְטְשׁ אוֹיס זַיינֶע בִּגְדֵי חוֹל, דָאס מֵיינְט דֶעם גוּף וָואס אִיז דִי לְבוּשׁ פוּן דֶער נְשָׁמָה אוֹיף דֶער וֶועלְט, אוּן טוּט אָן דִי בִּגְדֵי שַׁבָּת, דָאס זֶענֶען דִי רוּחְנִיוּת'דִיגֶע לְבוּשִׁים וָואס וֶוערְן פַאר אִים גֶעמַאכְט דּוּרְךְ זַיינֶע מִצְווֹת, דִי רמ"ח מִצְווֹת עֲשֵׂה אַקֶעגְן דִי רמ"ח אֵיבָרִים, אוּן דִי שס"ה לֹא תַעֲשֶׂה אַקֶעגְן דִי שס"ה גִּידִים, אַזוֹי אוֹיךְ דַארְף דֶער מֶענְטְשׁ אוֹיף דֶער וֶועלְט אוֹיסְטוּן זַיינֶע בִּגְדֵי חוֹל אוּן אָנְטוּן שַׁבָּת'דִיגֶע קְלֵיידֶער.
דִי קְדוּשָׁה פוּן טְבִילָה עֶרֶב שַׁבָּת
אַגַב מִיר הָאבְּן גֶערֶעדְט וֶועגְן דִי טְבִילָה פְרַייטָאג, אִיז כְּדַאי צוּ בְּרֶענְגֶען דִי הֵיילִיגֶע וֶוערְטֶער פוּנֶעם רֵאשִׁית חָכְמָה (שער הקדושה פ"ז אות קיט): "וְהָעִקָּר שֶׁצָּרִיךְ הָאָדָם לַעֲשׂוֹת בְּיוֹם הַשִּׁשִּׁי בְּגוּפוֹ לִקְנוֹת קְדוּשַׁת שַׁבָּת וּנְשָׁמָה יְתֵירָה - הִיא טְבִילָה בְּאַרְבָּעִים סְאָה, כְּדֵי לִפְשׁוֹט לְבוּשׁ רוּחַ חוֹל וְלִלְבּוֹשׁ רוּחַ קְדוּשַׁת שַׁבָּת."
דָאס הֵייסְט, אַז דִי וִויכְטִיגְסְטֶע זַאךְ וָואס דֶער מֶענְטְשׁ דַארְף טוּן מִיט זַיין גוּף פְרַייטָאג, כְּדֵי צוּ קוֹנֶה זַיין דִי קְדוּשָׁה פוּן שַׁבָּת אוּן דִי נְשָׁמָה יְתֵירָה, אִיז זִיךְ צוּ טוֹבְלֶ'ן אִין אַ מִקְוָה פוּן אַרְבָּעִים סְאָה. דּוּרְךְ דֶעם טוּט מֶען אוֹיס דֶעם לְבוּשׁ פוּנֶעם רוּחַ חוֹל, אוּן מֶען טוּט אָן דֶעם רוּחַ קְדוּשַׁת שַׁבָּת, וָואס וֶוערְט אָנְגֶערוּפְן "רוּחָא דְנָשֵׁיב מֵעַתִּיקָא", (זוה"ק פרשת ויקהל ר"ה ע"א).
דֶער חַיֵּי אָדָם, אִין זַיין סֵפֶר זִכְרוּ תּוֹרַת מֹשֶׁה (סימן א סעיף ב), שְׁרַייבְּט כִּי כַּאֲשֶׁר יְכַוֵּן הָאָדָם אֶת דַּעְתּוֹ וְיִהְיֶה יִרְאַת ה' בִּלְבָבוֹ בֶּאֱמֶת וְיִהְיוּ מַעֲשָׂיו רְצוּיִים, אָז בְּוַדַּאי לְאַחַר שֶׁטָּבַל בְּעֶרֶב שַׁבָּת בְּכַוָּנָה רְצוּיָה לְקַבֵּל קְדוּשַׁת שַׁבָּת, יָבִין בְּדַעְתּוֹ שֶׁנִּתּוֹסַף לוֹ נְשָׁמָה יְתֵירָה, אַז וֶוען אַ מֶענְטְשׁ אִיז זִיךְ מְכַוֵּן וִוי עֶס דַארְף צוּ זַיין, אוּן עֶר הָאט אֶמֶת'דִיגֶע יִרְאַת שָׁמַיִם אוּן זַיינֶע מַעֲשִׂים זֶענֶען עֶרְלִיךְ, וֶועט עֶר נָאכְן טוֹבְלֶ'ן עֶרֶב שַׁבָּת מִיט דִי רִיכְטִיגֶע כַּוָּנָה, שְׁפִירְן אִין זַיין נֶפֶשׁ אַ נַיְיע יִרְאַת הָרוֹמְמוּת, בִּיז עֶס וֶועט אִין אִים בְּרֶענֶען דִי אַהֲבַת ה' אוּן יִרְאַת ה'. אוּן עֶר שְׁרַייבְּט אוֹיף דֶעם: "וְזֶה בָּדוּק וּמְנוּסֶה מִכַּמָּה אֲנָשִׁים כַּמָּה פְּעָמִים בְּלִי שׁוּם סָפֵק."
א. עס ווערט דערציילט, אז אמאל, שבת קודש פרשת בראשית, פאר קידוש, איז דברי חיים זי"ע געווען זייער פארטראכט אין זיינע הייליגע געדאנקען. נאך א וויילע האט ער זיך אנגערופן און געזאגט: ווען א סוחר פארט אויף א יריד איינצוקויפן סחורה, איז ער דארט זייער פארנומען, וואס נאר ער זעט אז עס קען אים ברענגען א ריוח, כאפט ער אריין און קויפט איין. ער האט דעמאלט נישט קיין צייט זיך אוועקצוזעצן מיט זיינע יועצים, דורכצורעדן און אויסצורעכענען וויפיל ער האט פארדינט און וויפיל ער האט פארלוירן. ווייל אזוי לאנג ווי דער יריד גייט אן, דארף ער אויסנוצן די צייט צו האנדלען און פארדינען וואס מער. ערשט שפעטער, ווען ער קערט זיך צוריק אהיים, קומט די צייט זיך אוועקצוזעצן מיט ישוב הדעת און מאכן א געהעריגן חשבון: וואס האט ער איינגעקויפט, וויפיל האט ער פארדינט, און וואס איז אים געבליבן אין די הענט.
דאס זעלבע איז אויך ביי די הייליגע ימים נוראים, אין די טעג איז די צייט איינצוקויפן מצוות און זיך צו באשעפטיגן אן אויפהער מיט עבודת השם: סליחות, תפילות, שופר, עשרת ימי תשובה, יום כיפור, סוכה און די ד' מינים, הושענא רבה, שמחת תורה, מצוות דאורייתא און דרבנן. דעמאלט איז נישט די צייט זיך אוועקצוזעצן און מאכן א חשבון, וואס מען האט אלץ קונה געווען, ווי אזוי מען האט עס קונה געווען, און וואס עס איז געבליבן.
אבער ווען עס קומט שבת בראשית, קערט מען זיך שוין צוריק אהיים פונעם גרויסן יריד, אצינד איז די צייט זיך אוועקצוזעצן און מאכן א חשבון, וואס מען האט זוכה געווען קונה צו זיין אין די הייליגע טעג, און וואס מען נעמט מיט זיך אויף ווייטער.
דער קדושת יום טוב זי"ע האט דערציילט, אז איין יאר, אין די לעצטע טעג פון חג הסוכות, האט זיין הייליגער זיידע, דער דברי חיים זי"ע, געמאכט זיין הייליגע עבודה למעלה מן הזמן. עטליכע מאל איז ער אריינגעקומען אין בית המדרש זייער שפעט, ביז עס האבן זיך כמעט איבערגעקערט די סדרים פון טאג און נאכט. די אלע חסידים, וואס זענען געקומען פון נאנט און פון ווייט צו זיין בצל הקודש, האבן כמעט נישט געזען קיין שלאף אין די אלע טעג פון הושענא רבא, שמיני עצרת און שמחת תורה.
אין יענעם יאר איז שמחת תורה אויסגעפאלן פרייטאג, ערב שבת קודש. פארנאכטס, בליל שבת פרשת בראשית, זענען די קינדער און מקורבים פונעם דברי חיים צוגעגאנגען צו אים מיט א בקשה, אז שבת אינדערפרי זאל ער אריינקומען צו שחרית פריער ווי געוויינליך, כדי מען זאל קענען ענדיגן דאווענען באצייטנס, מאכן קידוש און עסן די סעודת שבת מיט מנוחת הנפש, לכבוד שבת קודש. דער דברי חיים האט מסכים געווען צו זייער בקשה.
און טאקע שבת אינדערפרי, ניין אזייגער, איז ער אריינגעקומען אין בית המדרש און געדאווענט שחרית. אבער נאכ'ן ענדיגן שחרית, איז ער ארויסגעגאנגען פונעם בית המדרש און זיך פארזוימט אין זיין חדר, און ער איז נישט צוריקגעקומען ביז פיר אזייגער נאכמיטאג. ערשט דעמאלט איז ער אריינגעקומען צו קריאת התורה.
די קינדער און מקורבים האבן אים געפרעגט: "פארוואס איז דער רב אריינגעקומען צו שחרית אזוי פרי, און צו קריאת התורה זיך אזוי לאנג פארזוימט?"
האט דער דברי חיים זיי געענטפערט: "איך האב טאקע געוואלט אריינקומען פרי צו קריאת התורה, כדי די חסידים זאלן האבן גענוג צייט צו עסן די סעודת שבת, אבער קורץ איידער איך האב געוואלט אריינגיין צו קריאת התורה, האב איך מיך דערמאנט, אז איך פיר מיך יעדעס יאר שבת בראשית צו מסדר זיין מיינע שיעורים אויף דעם גאנצן יאר. און אז ביז יעצט האב איך נאך נישט געהאט קיין פאסיגע צייט דאס צו טון. האב איך מיך געזעצט מסדר זיין די שיעורים, און דאס האט געברענגט אז איך זאל מיך אזוי לאנג פארזוימען פון אריינקומען אין בית המדרש."
ווען דער קדושת יום טוב זי"ע האט געענדיגט דערציילן די מעשה, האט ער צוגעלייגט: טראץ דעם גאנצן לאנגן ווארטן, איז נישט געווען אפילו איין חסיד וואס זאל ארויסגיין פונעם בית המדרש און ליינען אין די תורה אין א נעבנדיגן חדר שני... אלע זענען געבליבן ווארטן אויף זייער פלאץ, ביז דער רב איז אריינגעקומען צו קריאת התורה. (מושיען של ישראל, ח"ב פי"ח).