ש"פ בראשית תשנ"ב
ט. מכל הנ"ל איז פארשטאנדיק, בפשטות וויפל ס'איז משלנו בתכלית די הכרזה וואס איז נתפרסם געווארן לאחרונה — אז אידן אין ארץ ישראל דארפן זיך אונטערגעבן צו דעם לחץ פון אוה"ע בקשר מיט ארץ ישראל צוליב אל תתגרה באומות, ווארום זיי (די אידן) געפינען זיך אונטער דער שליטה פון אוה"ע און זיינען אפענגיק אין זייערע חסדים, ביז — נאכמער: אז די הצלה און קיום פון אידן אין ארץ ישראל איז (געווען) תלוי אין אוה"ע, ר"ל היל"ת!...
ערשטנס (א): ר"ל צו זאגן אז דער קיום פון אידן איז בספק ר"ל היל"ת. עם ישראל איז נצחי! וויבאלד אז זיי זיינען דעם אויבערשטנ'ס פאלק און דער אויבערשטער איז נצחי ("כי אני ה' לא שניתי ואתם בני ישראל לא כליתם", ועוד ועוד).
צווייטנס (ב): יעדער איד ווייסט בפשטות, אז די התחלה ופתיחה פון כל התורה כולה איז: "בראשית", און רש"י איז אויף דעם מפרש: "בשביל התורה שנקראת ראשית ובשביל ישראל שנקראו ראשית"!
איז פארשטאנדיק בפשטות ממש, אז ניט אה"ע זיינען בעה"ב אויף אידן ר"ל!
והיות אז דאס איז די התחלה ופתיחה פון גאנץ תורה — סיי תורה שבכתב און סיי תורה שבעל-פה ("פירושה" פון תשב"כ וואס איז געגעבן געווארן צוזא-מען מיט תשב"כ) וואס דאס איז כולל "כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש", און תורה וואס איז געלערנט געווארן און צוגעקומען בארך במשך כל הדורות — איז פארשטאנדיק, אז "בראשית, בשביל התורה שנקראת ראשית ובשביל ישראל שנקראו ראשית", איז א יסוד בכל התורה כולה.
[ווי פארשטאנדיק בפשטות, ובמכ"ש וק"ו דערפון וואס יעדער ענין אין תורה — אויך סדר אין תורה — איז בתכלית הדיוק, עאכו"כ אזוי בנוגע צו "בראשית", די התחלה פון גאנץ תורה. וואס א התחלה פון יעדער זאך, אפילו בלשון בני אדם, איז מיט די מערסטע דייק, עאכו"כ אין תורה].
ולמרות זה — אונטערשטייט זיך אז מען מוז זיין בפומבי לפני כו"כ עשיריות מישראל וואס זיינען געקומען הערן "תורה" — אז דער קיום פון אידן איז ח"ו תלוי אין אוה"ע!...
די פליאה בדבר איז נאך שטארקער קומענדיק איצטער פון די ימים טובים אין חודש תשרי ווען אידן האבן געזאגט כמ"פ אין זייערע תפלות "אתה בחרתנו מכל העמים"!
ועוד כדי כך איז דאס בפשטות — אז עס וואלט גאר קיינעם ניט איינגעפאלן אז מ'דארף דאס באווארענען. ובפרט א איד!...
— אפילו אוה"ע זיינען דאך מכיר אז אידן זיינען דער עם הנבחר. און במשך הדורות איז דאס געווען א דבר הפשוט.
און (ג) די "טענה" פון אל תתגרה באומות וכו' און די חסדים וואס מ'באקומט פון אוה"ע — האט דערצו כלל קיין שייכות ניט, ווארום ס'איז מובן ופשוט, אז אל תתגרה באומות וכו' רירט ח"ו כלל וכלל ניט אן דעם "בראשית בשביל ישראל" און דעם "אתה בחרתנו" — וכמדובר לעיל (ס"ז).
***
און במיוחד — דורך דעם וואס זיי זיינען מוסיף אין לימוד התורה וקיום המצוות, כולל ובמיוחד — אין די שיעורי חת"ת, ר"ת חומש תהלים תניא (כרגיל להזכיר אין דעם זמן ווען מ'הייבט אן לערנען תורה מתחלתה ב-שמחת תורה).
ועוד והוא העיקר: עס זאל צוקומען אין דער הכרה בכל העולם כולל ביי אוה"ע אין מעלתם ושבחם של ישראל — "בראשית בשביל ישראל", און — אז ארץ ישראל געהערט צו אידן, ביז — שלימות הגילוי בזה, בגאולה האמיתית והשלימה, ווען מ'וועט האבן נוסף צו די ז' ארצות אויך קיני קניזי וקדמוני,
ותיכף ומיד ממש, בשבת בראשית ה' תהא שנת נפלאות בה — גילוי נפלאות הקב"ה, ביז עיקר הנפלאות — "כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות", בגאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו,
