א. ס'איז באוואוסט דער וואָרט פון רבינו הזקן, אַז שבת בראשית איז נוגע צו דעם גאַנצן יאָר. אַזוי ווי מ'שטעלט זיך אַוועק שבת בראשית, אַזוי גייט עס אַ גאַנץ יאָר.
און וואָס באַשטימט די אויסגעטיילטקייט פון שבת בראשית, אַז דוקא פון אים ווערט נמשך על כל ימי השנה? לכאורה איז דאָס דער תוכן פון גאַנצן חודש תשרי: תשרי – אותיות רשית – איז דער רשות פון כל השנה כולה, וכידוע אַז די מועדים אין חודש תשרי (המרובה במועדות) זיינען מועדים כלליים פון וועלכע עס ווערט נמשך אויף דעם גאַנצן יאָר, אָנהויבנדיק פון ראש השנה, וועלכער ווערט אָנגערופן בשם „ראש השנה" דערפֿאַר וואָס ער איז דער „קאָפּ" וואָס איז כולל אין זיך און פירט אָן מיט אַלע טעג פון יאָר, ועד"ז יום הכפורים (וועלכער ווערט אויך אָנגערופן „ראש השנה" בכתוב), ועד"ז חג הסוכות, זמן שמחתנו, ביז שמיני עצרת ושמחת תורה – איז פֿאַרוואָס צייכנט מען אויס שבת בראשית דערמיט אַז „ווי מ'שטעלט זיך אַוועק שבת בראשית אַזוי גייט עס אַ גאַנץ יאָר"?
איז די נקודת הביאור אין דעם – פשוט: שבת בראשית באַצייכנט דעם איבערגאַנג פון חודש תשרי, המרובה במועדות, אין דעם געוויינלעכן טאָג-טעגלעך לעבן שטייגער בשאר חדשי השנה:
שבת בראשית איז (א) דער סיום וסך-הכל פון חודש תשרי – זייענדיק דער לעצטער שבת פון דעם חודש, ווען עס ווערט די עלי' ושלימות (ויכולו") פון דעם סיום המועדים פון חודש תשרי – שמיני עצרת ושמחת תורה, וועלכע קלייַבן צוזאַמען (עצרת מלשון קליטה) און ברענגען אַריין אין אַ פנימיות אַלע ימים טובים פון חודש תשרי; און אויך (ב) די התחלה פון דער עבודה הרגילה פון דעם קומענדיקן יאָר – זייענדיק שבת מברכים חודש מר-חשון, דער ערשטער „וואָכעדיקער" חודש פון דעם נייעם יאָר (וועלכער האָט ניט קיינע ימים טובים וכו'), ווען עס הויבט זיך אָן, דערפאַר, דער עיקר עבודה פון „ויעקב הלך לדרכיו", לדרכו דוקא – בעניני העולם ועובדין דחול, איש תחת גפנו ותחת תאנתו.
און וויבאַלד אַז שבת בראשית שליסט אין זיך איין ביידע ענינים – דער לעצטער שבת פונעם ערשטן „וואַכעדיקן" חודש איז יאָר – דערפֿאַר גיט ער אַ ספּעציעלן כח אויף דער הנהגה פון אַ גאַנץ יאָר: (די מועדים אין) חודש תשרי עצמו – היות אַז ער איז בדרגת „רשית" – איז ער אויפגעהויבן און אָפּגעטיילט (מובדל ומרומם) פון שאר חדשי השנה, ער איז אַנגעפֿילט (מרובה) מיט מצוות און קדושה (ובלשון ה' מדרש: „מושבע בכל, נתות בתוכו, ברכות בתוכו, כפור בתוכו כו'"), ובמילא איז מען ניט אַזוי פֿאַרווענדעט אַז מ'וועט קענען ממשיך זיין דעם אויפֿגעהויבענעם מצב פון חודש תשרי אויך אין די איינפאַכע וואָכן-טעג פון יאָר:
משא"כ שבת בראשית, זייענדיק סיי דער אָפּשלוס פון חודש תשרי און סיי די התחלה פון דעם „וואָכעדיקן" יאָר (אָנהויבנדיק פון שבת מברכים) חודש חשוון) – כעמרומו אויך אין דעם וואָרט (שבת) בראשית – פון לשון התחלה און ראש – דער אָנהויב און קאָפּ פון דעם יאָר, נוסף לזה וואָס פ' בראשית איז די ערשטע פרשה אין תורה, די התחלה פון קריאת כל הפרשיות שב(תורה, וועלכע מ'לייענט און מיט וועלכע מ'דאַרף לעבן במשך דעם גאַנצן יאָר –
איז ער אַ „ממוצע המחבר" ביניהם, וועלכער גיט דעם כח מיוחד אַז בהתאם צו דעם אופן ווי מ'שטעלט זיך דעמאָלט אַוועק זאָל אַזוי גיין אַ גאַנץ יאָר: מ'זאָל ממשיך זיין פון דעם מצב נעלה בחודש תשרי אין דער טאָג טעגלעכער עבודה אין וועלט, בימי החול ובעובדין דחול.
סיי ס'איז אויך פֿאַראַן אין דעם תוכן פון פ' בראשית (וואָס על שם זה ווערט דער שבת אָנגערופן „שבת בראשית"), וועלכע רעדט וועגן מעשה בראשית: דורך לייענען אין תורה פסוק בראשית – „בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ" – ווערט באַנייט דער באַשאַף פון כל עניני העולם פאַר דעם נייעם יאָר (וואָרום קוב"ה אסתכל באורייתא וברא עלמא, בר נש אסתכל בה באורייתא ומקיים עלמא); וואָס דאָס גיט דעם כח צו אַוועקשטעלן ווי-עס-דאַרף-צו-זיין די עבודה בעניני העולם במשך דעם קומענדיקן יאָר.
ב. ע"פ ענין אין דעם וועט מען קלערער פאַרשטיין לויט דברי חז"ל בדיוק הלשון „בראשית" [„מקדם ברא אלקים את בתיב כאן, ומתחילה אין בתיב כאן, אלא בראשית"] – „בשביל התורה שנקראת ראשית דכתיב ובשביל ישראל שנקראו ראשית תבואתו".
וויבאַלד אַז די דרשה פון חז"ל איז אויף דעם וואָרט „בראשית" – וואָס באַציט זיך בפשטות הכתובים צו ראשית פון בריאת שמים וארץ מיט אַלע פרטי הבריאה (ווי עס רעדט זיך בהמשך הכתובים) – איז מסתבר זאָגן, ובפרט ע"פ הידוע" אַז צוויי פירושים אין איין וואָרט האָבן צווישן זיך אַ שייכות (ווי מ'זעט עס אין דעם לימוד פון „שעטנז", „שוע טווי ונוז"), אַז די דרשה קומט ניט עולל זיין דעם פירוש הפשוט אין „בראשית" (אַז דאָס גייט אויף ראשית הבריאה), נאָר עס קומט מוסיף זיין דעם דרש, אַז דאָס גייט אויף תורה וישראל שנקראו „ראשית".
לפי"ז דאַרף מען האָבן אַ ביאור אין דער שייכות צווישן דעם פירוש חז"ל און דעם פירוש הפשוט – בפשטות זיינען זיי גאָר פֿאַרקערט מן הקצה אל הקצה: לויט דרשת חז"ל גייט „בראשית" ניט אויף בריאת העולם, נאָר אויף תורה וישראל („בשביל התורה כו' ובשביל ישראל") – וואָס זיי זיינען קדמו לבי בריאה ושלא בערך העכער פון דער בריאה?
די קשיא איז נאָך שטאַרקער לויט פירוש רש"י, וועלכער ברענגט ביידע פירושים, וז"ל: „אין המקרא הזה [„בראשית ברא"] אלא כדשבלי, כמו"ש רז"ל בשביל התורה כו' ובשביל ישראל כו'". דערנאָך איז רש"י ממשיך: „ואם באת לפרשו כפשוטו כו' פרשהו, בראשית בריאת שמים וארץ והארץ היתה תהו ובהו וחושך וגו' (דעמאָלט איז געווען) ויאמר אלקים יהי אור כו', שאין לך ראשית בתורה שאינו דבוק לתיבה שלאחריו".
איז ניט פֿאַרשטאַנדיק: וויבאַלד אַז „בראשית ברא" גייט בפשטות הכתובים אויף בריאת השמים והארץ, און רש"י אַליין זאָגט אַז זיין צווייטער פירוש (אַז „בראשית" באַציט זיך צו דער בריאה) איז „כפשוטו", משא"כ דער ערשטער פירוש איז „דרוש" – פֿאַרוואָס ברענגט רש"י בכלל די דרשה (וואָס ענינו פון פירוש רש"י איז פשוטו של מקרא), אַז „בראשית" גייט גאָר אויף כוונת הבריאה (תורה וישראל) וועלכע זיינען קדמו ושלא בערך העכער פאַר דער בריאה? אפילו אויב רש"י דאַרף (מאיזה סיבה) ברענגען די דרשה, האָט ער עכ"פ געדאַרפט מקדים זיין דעם פירוש „כפשוטו"?!
נאָכמער: בנוגע צו כללות פתיחת התורה מיט „בראשית ברא גו'", איז רש"י מפרש (בפירושו לפני זה), אַז „לא הי' צריך להתחיל את התורה אלא מהחודש הזה לכם" שהוא מצוה ראשונה שנצטוו בה ישראל, ומה טעם פתח בבראשית כו'". וואָס דערפון איז מובן, אַז התחלת התורה איז ניט בענין תורה (מצוות) וישראל, נאָר בנוגע צו דער בריאה עצמה („כח מעשיו הגיד לעמו") [ואע"פ שנתקבל ביסוד התורה, נגוף גייט עס (אוּן פֿאַר דאָס איז דאָרטן ניט דער ביאור, נאָר) אויף תורה וישראל]?!
ג. ויש לומר דער ביאור אין דעם:
פון לשון חז"ל אַז „בראשית" מיינט כוונת ותכלית כל הבריאה – „בשביל התורה שנקראת ראשית ובשביל ישראל שנקראו ראשית" – איז מובן, אַז דאָס וואָס תורה וישראל זיינען „ראשית" (וויבאַלד זיינען קדמו לכל דבר"), רעדט זיך ניט פֿאַר דער בריאה (וואָרום דעמאָלט פֿאַסט ניט זאָגן אַז זיי זיינען „ראשית" פון דער בריאה, און אַז די בריאה איז באַשאַפֿן געוואָרן בשבילם, וואָס דאָס ווייזט אויף אַ שייכות ביניהם), נאָר (בעיקר) אַז (דאָס שפּיגלט זיך אָפּ אויך למטה, אַז) זיי זיינען אַ טייל פון דער בריאה – זיינען זיי „ראשית" הבריאה, וואָס בשבילם נברא העולם.
און פֿאַרשטאַנדיק פון דעם לשון „ראשית" גופא: „ראשית" – ווי „ראשית תבואתו" (וואָס גייט אויף אידן) – באַדייט אַז דער „ראשית" איז מכלת-חלה (ניט אָפּגעטיילט פון די איבעריקע תבואה, נאָר ער געפינט זיך) צוזאַמען אַלס איין זאַך מיט די גאַנצע תבואה, און דערפֿאַר קלייבט מען אים אויס אַלס „ראשית תבואתו".
וועט מען עס פֿאַרשטיין לויט דעם ביאור אין תניא אין לשון התפלה" – „ובנו בחרת מכל עם ולשון":
דער אַלטער רבי איז מבאר אין תניא", אַז „ובנו בחרת מכל עם ולשון הוא הגוף החומרי הנדמה בחומריותו לגופי אומות העולם". וואָרום: בחירה איז שייך צו זאָגן דוקא צווישן זאַכן וועלכע זיינען גלייך איינע צו דער צווייטער (בענין המבוקש): באַ זאַכן וואָס האָבן ניט קיין צדדים שווים, קיין געמיינזאַמע תכונות צווישן זיך, זיי געפינען זיך אין צוויי באַזונדערע ערטער אָדער דרגות, פאַסט ניט זאָגן בחירה, וואָרום עס ווענדט זיך וואָס מען וויל, און וואָס מ'געפינט זיך, וממה-נפשך: אָדער דער בוחר (וואָלצו) געפינט זיך „במקום" פון דער ערשטער זאַך, אָדער אין מקום פון דער צווייטער זאַך.
און דאָס וואָס ער איז בוחר אין איינער פון זיי (און גיט אין דעם צוויטן) איז ניט צוליב קיין טעם, נאָר ווייל ער בוחר. אויב ער קלייבט עפּעס אויס צוליב אַ טעם (צוליב די מעלה אין דער זאַך) – איז דאָס אויך ניט קיין בחירה אמיתית, בחירה חפשית – וואָרום דער טעם איז פועל אַ נטיי' וואָס איז אים מכריח צו אויסקליבן די זאַך; בחירה אמיתית (בחירה חפשית) איז בשעת ס'איז ניטא אויף דעם קיין טעם און קיין נטי' שטייט אין תורה, ובלשונם – „בשביל, וואָס אויך זיי האָלטן עס פֿאַר אַ ספר קדוש).
ט. מכל הנ"ל איז פֿאַרשטאַנדיק בפשטות וויפל ס'איז מושלל בתכלית די סברות וואָס איז נתפרסם געוואָרן לאחרונה – אַז אידן אין ארץ ישראל דאַרפֿן זיך אונטערגעבן צו דעם לחץ פון אומ"ע בקשר מיט ארץ ישראל צוליב אַל תתגרה באומות, וואָרום זיי (די אידן) געפינען זיך אונטער דער שליטה פון אומ"ע און זיינען אָפּהענגיק אין זייערע חסדים, ביז – נאָכמער: אַז די הצלה פֿון קיום פון אידן אין ארץ ישראל איז (געווען) תלוי אין אומ"ע, ר"ל היל"ת!
ערשטנס (א): ר"ל צו זאָגן אַז דער קיום פון אידן איז נסמך ר"ל היל"ת. עס ישראל איז נצחי וויבאַלד אַז זיי זיינען דעם אויבערשטנ'ס פֿאָלק און דער אויבערשטער איז נצחי (כמ"ש „אני ה' לא שניתי ואתם בני לא כליתם", ועוד, ועוד).
צווייטנס (ב): יעדער איד ווייסט בפשטות, אַז די התחלה ופתיחה פון כל התורה כולה איז: „בראשית", און רש"י איז אויף דעם מפרש: „בשביל התורה שנקראת ראשית ובשביל ישראל שנקראו ראשית"!
איז פֿאַרשטאַנדיק בפשוטו ממש, אַז ניט אומ"ע זיינען בעה"ב אויף אידן ר"ל!
וזהו אַז דאָס איז די התחלה ופתיחה פון גאַנץ תורה – סיי תורה שבכתב און סיי תורה שבעל-פה („פירושו" פון תשבע"פ וואָס איז געגעבן געוואָרן צוזאַמען מיט תושב"כ") וואָס דאָס איז כולל אין זיך, „כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש"", די תורה וואָס איז געלערנט געוואָרן און צוגעקומען באַ אידן במשך כל הדורות – איז פֿאַרשטאַנדיק, אַז „בראשית, בשביל התורה שנקראת ראשית ובשביל ישראל שנקראו ראשית", איז אַ יסוד בכל התורה כולה.
[(ווי פֿאַרשטאַנדיק בפשטות, ובמכ"ש וק"ו דערפון וואָס יעדער ענין אין תורה – אויך סדר איז תורה" – איז בתכלית הדיוק, עאכו"כ אַזוי בנוגע צו „בראשית", די התחלה פון גאַנץ תורה. וואָס אַ התחלה פון יעדער זאַך, אפילו בלשון בני אדם, איז מיט די מערסטע דיוק, עאכו"כ אין תורה"].
ולמרות זה – אומגעטוישט זיך אַ איד צו מברר זיין בפומבי לפני גויי עשירות מישראל וואָס זיינען געקומען הערן „תורה" – אַז דער קיום פון אידן איז תלוי אין אומ"ע!...
די פליאה בדבר איז נאָך שטאַרקער כמ"ש אין זייערע תפלות „אתה בחרתנו מכל העמים"!
וער דאָך כל איז דאָס בפשטות – אַז עס וואָלט גאָר קיינעם ניט איינגעפֿאַלן אַז מ'דאַרף דאָס באַוואָרענען. ובפרט אַ אידן...
– אפילו אומ"ע זיינען דאָך מכיר אַז כו', מערניט וואָס ער איז אַזוי בוחר ווייל אַזוי וויל ער.
דערפאַר איז בחירה אמיתית שייך זאָגן נאָר בנוגע דעם גוף וואָס איז „נדמה בחומריותו לגופי אומות העולם": עס רעדט זיך וועגן דער נשמה פון אַ אידן – איז ניט שייך זאָגן „ובנו בחרת", וואָרום די אידישע נשמה, וועלכע איז אַ „חלק אלוקה ממעל ממש", האָט קיין פאַרגלייך ניט צו אומות העולם לי הבדיל, במילא פאַסט אויף דעם ניט קיין בחירה. עָדַיִן בכללות – ווען עס רעדט זיך וועגן אידן ווי זיי שטייען העכער פֿאַר כל עניני העולם ואוה"ע – איז אויך ניט שייך זאָגן בחירה. דוקא אין דעם גוף פון אַ אידן, וועלכער געפינט זיך למטה בין העמים, איז דאָ „נדמה לגופי אוה"ע – איז שייך דער ענין פון „ובנו בחרת", בכך בחר ה' אלקיך להיות לו לעם סגולה מכל העמים (דוקא")", „אתה בחרתנו (דוקא) מכל העמים"".
נאָכמער: דער דיוק לשון התניא איז „גוף החומרי הנדמה בחומריותו לגופי אוה"ע", און ניט „גוף הגשמי הנדמה בגשמיותו" – וואָרום: אויך דער גוף הגשמי פון אַ אידן איז אַנדערש (אויך בגשמיותו) פון גופי אוה"ע (וואָס דעריבער הגוף (דם ובשר) וואָס ווערט אויפֿגעגעסן דורך כשרות האָכילה ושתי' (וואָס ווערט דם ובשר כבשריו)", במילא איז אויף דעם ניט שייך בחירה אמיתית, ווייל אין דעם גופא זיך אויס אַ ניט-איד. דוקא אין דעם גוף החומרי הנדמה בחומריותו לגופי אוה"ע – וואָס חומריות איז די דרגא הכי תחתונה [כפשטות הענין, אַז חומר איז גיסוד העפר, דער יסוד ונברא הכי תחתון, והכל דשיו עליי"], וואָס דעריבער איז דאָס „נדמה בחומריותו" לגופי אוה"ע – דאָס איד אַזאַ דעם (דאַרף מען אָנקומען אָט צו) איז געווען „ובנו בחרת מכל עם ולשון", די בחירה פון דעם אויבערשטן שלמעלה מטעס ודעת אין דער „גוף החומרי" פון אידן.
[און דערפֿאַר איז ניט שייך אַז די כוכבים ומזלות פון אוה"ע זאָלן אויף דעם פרעגן אַ שאלה: אוה"ע זיינען דאָך אויך ברואים של הקב"ה (אַזוי ווי אידן) – און דאַרפן באַקומען זייער שפייז פון דעם אויבערשטן גלייך ווי אַלע נבראים (כולל אידן), ביז ווי דער טענה פון לעתיד לבוא צו אידן „הללו עובדי ע"ז והללו עובדי ע"ז" – פֿאַרוואָס זיינען אידן אויסגעטיילט וואָרום „ובנו בחרת מכל עם ולשון", וואָס בחירה איז דוקא צווישן צוויי זאַכן, און ער איז בוחר אין איינער פון זיי, בלי שום טעם].
דערפֿון איז מובן, אַז דאָס וואָס ישראל זיינען „ראשית" פֿון דער בריאה איז ניט נאָר בנוגע צו דער נשמה (וועלכע איז מובדלת מעולם) נאָר אויך בנוגע צו דעם גוף. ואדרבה: אין דעם גוף החומרי פון אַ אידן אין וועלכן ער איז גלייך לאוה"ע (הנדמה בחומריותו לגופי אוה"ע) איז דאָ אַ עילוי לגבי די מעלה וואָס אידן פֿאַרמאָגן מצ"ע (מצד זייער נשמה אָדער מצד תבונותיהם וגוף הגשמי כו') – וואָרום דוקא אין דעם וועקט נתגלה די בחירה פון דעם השנה, אָנהויבנדיק פון שבת מברכים חודש) האָט מען ביידע ענינים: די מעלה פון תורה וישראל ווי זיי זיינען „ראשית" בעצם (למעלה מעולם), און ווי זיי זיינען „ראשית" פֿון דער וועלט. און דורך דעם קומט מען דעמולט דעם כח, אַז גלייך מ'גייט אַרויס פֿון חודש תשרי צו טאָן די עבודה אין וועלט, יעדערער אין זיין פֿאַך, פֿאַרענדיקענדיק שויוות און עקשנות אויך פֿאַר בעל-הבית'שקייט, בלייבט מען שטענדיק אין דעם דעמאָלטיקן אויסגעטיילטן מצב פון חודש תשרי, דער שבת בראשית, און אויך אין אַ גאַנצן יאָר דעם דאָס גייט אויך אין דער עבודה בעובדין דחול ובגשמיות וחומריות העולם, זאָל מען אָנהייבן די מעלה פון אידן אַלס דעם עם הנבחר „אתה בחרתנו מכל העמים".
ז. ע"פ הנ"ל – אַז די מעלה פון אידן אַלס דעם עם הנבחר קומט אַרויס בגלוי אויך (ואדרבה – דוקא) ווי זיי שטייען אין עוה"ז הגשמי והחומרי – האָט מען ארויס אַ נפק"מ בפועל, וועלכע איז אַ עיקר יסוד אין דעם אופן ווי אַ איד דאַרף טאָן זיין עבודה, ובפרט אין זמן הגלות:
וויבאַלד אַז אַלץ – די גאַנצע וועלט – איז באַשאַפֿן געוואָרן בשביל ישראל", אַלץ, זאָל דאָס קומען אַרויס אויך בעוה"ז הגשמי והחומרי אין דעם „ובנו בחרת" בגוף החומרי פון אַ אידן „הנדמה בחומריותו לגופי אוה"ע" – איז פֿאַרשטאַנדיק אַז אין יעדער מעמד ומצב, בכל זמן ובכל מקום, אפילו אין אַ מצב חומרי ביותר, אפילו אין זמן הגלות – שטייט אידן בדרגת „ראשית", העכער פון אַלע זאַכן, ואדרבה – בשבילם נברא הכל, זיינענדיק דער עם הנבחר אין וועלכן דער אויבערשטער האָט בוחר געווען (וואָס אין דער בחירה איז ניט שייך קיין שינוי).
[אויב די גאַנצע מעלה פון אַ אידן אַלס „ראשית" וואָלט באַשטאַנען נאָר אין זיינע נשמה און איר דער מעלה פון זיינע תכונות הנפש והגוף לגבי אוה"ע – וואָלט דעמאָלט געהאַט אַן אָרט צו זאָגן, אַז דאָס איז נאָר אין אַ מצב ובתנאי ווען די נשמה איז מאיר בגלוי, אָבער ניט אין אַ מצב פון העלם והסתר אויף גילוי הנשמה, ווי אין זמן הגלות: וויבאַלד אָבער אַז „ובנו בחרת מכל עם ולשון הוא הגוף החומרי הנדמה בחומריותו לגופי אוה"ע", איז די בחירה דאָ אַלע-מאָל].
דערפֿון איז פֿאַרשטאַנדיק, אַז אפילו ווען אידן געפינען זיך אין גלות תחת שעבוד מלכיות" – איז אָבער דער גוף הגשמי והחומרי פון אידן בדרגת „ראשית", צוליב בחירתו של הקב"ה אין דעם גוף – און דעריבער איז מובן, אַז ניט נאָר האָט קיין איינער דעמאָלט ניט קיין רשות און שליטה פון אוה"ע ח"ו (ניט נאָר מצד זייערע נשמות נאָר אויך מצד זייערע גופים"), נאָך אדרבה: זיי זיינען (אויך בזמן הגלות) „ראשית" כל הבריאה, און בשבילם נבראו אַלע אוה"ע ושאר חלקי באַשעפֿענישן.
איבערגעזאָגט, וואָס בחירה אמיתית איז נאָר אין עצמות ומהות: דאָס גופא וואָס הקב"ה האָט בוחר געווען אַז די תורה זאָל אראָפנידערן אין גשמיות בכלל („תורה לא בשמים היא"), און פסקי דיני התורה זיינען תלוי דוקא אין הכרעת השכל הגשמי פון אידן, ביז אַז תורה נסעה וירדה וכו' עד שנתלבשה בדברים גשמיים וענינים שבעולם שבהם רוב מצוות התורה וכולם והלכותיהן ובצירופי אותיות גשמיות בדיו על הספר כו'"; און ווי תורה געפינט זיך למטה – ווערט נתגלה איר מעלה העצמית, ובלשון הפייט: „טוב סחרה מכל סחורה מפז ומפנינים יקרה", אַז אויך ווי תורה איז „עולם הסחורה", זעט מען ווי „טוב סחרה מכל סחורה כו'", און אַז לימוד התורה איז אסור לאוה"ע", ע"ד ווי גערעדט פריער בנוגע צו דעם גוף החומרי פון אַ אידן [אָבער מיט דעם חילוק עיקרי צווישן תורה וישראל, אַז תורה אויך ווי זי איז ירדה למטה בלייבט זי בקדושתה", משא"כ דער גוף פון אַ אידן איז אַ „נברא" גשמי וחומרי; ולאידך – דוקא אין [ובנו בחרת" (הגוף הגשמי פון אַ אידן, וואָס משכנו של ישראל קדמה אפילו לתורה" (דערמיט איז תורה ניט קיין תנאי אין בחירת העצמות בהגוף)"].
ד. עפ"ז איז פֿאַרשטאַנדיק דער חילוק אין דעם פירוש חז"ל אין „בראשית" – „בשביל התורה שנקראת ראשית ובשביל ישראל שנקראו ראשית":
דער עיקר אויפטו אין דעם איז ניט אַז תורה וישראל זיינען „ראשית" בעצם (מצדן), אָנגענאַצן העכער פֿאַר דער בריאה, נאָר אַז אויך ווי זיי געפינען זיך אין דער בריאה, ביז אין דעם גוף החומרי פון אידן, ווערט נתגלה ווי זיי זיינען „ראשית" פון כל הבריאה (אַז בשבילם נברא העולם).
און דאָס איז דער תיווך צווישן די ביידע פירושים אין „בראשית" (ראשית הבריאה, און תורה וישראל שנקראו ראשית שלמעלה מהבריאה) – אַז דאָס למעלה פון אוה"ע, און דאָס וואָס „דינא דמלכותא דינא" איז ניט דערפֿאַר וואָס זיי האָבן אַ שליטה אונטער דעם דאַרף איבערגעשטעלט ווערן זיי (ע"ד דעם אופן פון דינא דמלכותא"):
דערפון איז אויך מובן בנוגע צו די חסדים וואָס מ'באַקומט דורך חסידי אוה"ע בזמן הגלות, וואָס דערפֿאַר דאַרף מען זיי אָפּדאַנקען, ביז אַז „ודרשו את שלום העיר גו' כי בשלומה יהי' לכם שלום"" – אַז דאָס איז ניט ווייל אידן דאַרפן אָנקומען צו זייערע חסדים ח"ו, דאדרבה: „חסד לאומים חטאת""; און בשעת מ'באַקומט פון זיי חסדים – איז דאָס ניט „חסד לאומים", נאָר חסד פון דעם אויבערשטן (וואָס ער איז ממשיך צו אידן דורך אוה"ע, ווייל אַזוי וויל דער אויבערשטער עס זאָל זיין דער סדר בזמן הזה), ובמילא איז דאָס ניט „חטאת" ח"ו.
ח. ולהוסיף, אַז דער ענין הנ"ל אין שבת בראשית שטייט נאָכמער בהדגשה ובגלוי בשנה זו – התשנ"ב, וועלכע אידן האָבן פֿאַרגייכנט אַלס ר"ת: „הי' תהא שנת נפלאות בה", און „נפלאות בכל"" („בכל מכל כל")":
„נפלאות" – גיין פלאות" – באַדייט אַ שלימות אין דעם גילוי פון בחי' פלא, וואָס אפילו אויך מאָל פלא איז מובדל ומופרש פון אַנדערע ענינים, ועאכו"כ גלות. פלאות", אַז זי איז אויך פֿאַראַנדן מיט יובל שנים, וועלכער ווערט אָנגערופן „עולם" (בבחינות).
און „הי' תהא שנת נפלאות בה" איז מרמז, אַז גופא צו „שנת אראנו נפלאות" בשנה שעברה – וואָס זיכער ווערט אין דעם „מעלין בקודש"" בשנה זו – קומט צו בשנה זו, אַז דער יאָר וועט זיין (באופן פון תהא – באותיות תהא") „נפלאות בה" – די נפלאות וועלן זיין (ניט בלויז אַ פרט אין יאָר, נאָר) דער ענין פון דעם יאָר, און „נפלאות בכל", אין אַלע זאַכן.
ווייל אַז דער גילוי פון „נפלאות בה" (נפלאות וואָס זיינען אינגאַנצן מובדל ומופרש) דריקט זיך אויך אויס אין דער גילוי פון בחירתו של הקב"ה אין אידן (וואָס בחירה איז בבחי' פלא, למעלה מכל הענינים, כנ"ל).
און ווי מ'האָט שוין געזען בגלוי די נפלאות בתחלת שנה זו – בהמשך צו די נפלאות בשנה שעברה – במיוחד בקשר מיט דעם, אַז מדינה ההיא (רוסלאַנד) לאָזט אַרויס אין אַזאַ מסוים טויזנטער טויזנטער אידן צו עולה זיין קיין ארץ ישראל (און אין נאָך ערטער), וואָס זיי קענען לעבן אין פולע פרייהייט בחייהם הפרטיים – דער גילוי פון מעלתם של ישראל, וואָס בחירה אמיתית איז נאָר אין עצמות ומהות: [שאין לו עילה וסיבה שקדמה לו ח"ו]! דאָס איז בעוגע צו ישראל, אָבער אָדער „בשביל ישראל" – איז די שלימות פון תורה דוקא ווי זי איז געגעבן געוואָרן למטה, ובאופן אַז תורה לא בשמים היא", און פסקי דיני התורה זיינען תלוי דוקא אין הכרעת השכל הגשמי פון אידן, ביז אַז תורה „נסעה וירדה וכו' עד שנתלבשה בדברים גשמיים וענינים שבעולם שבהם רוב מצוות התורה וכולם והלכותיהן ובצירופי אותיות גשמיות בדיו על הספר כו'"; און ווי תורה געפינט זיך למטה – ווערט נתגלה איר מעלה העצמית, ובלשון הפייט: „טוב סחרה מכל סחורה מפז ומפנינים יקרה", אַז אויך ווי תורה איז „עולם הסחורה", זעט מען ווי „טוב סחרה מכל סחורה כו'", און אַז לימוד התורה איז אסור לאוה"ע", ע"ד ווי גערעדט פריער בנוגע צו דעם גוף החומרי פון אַ אידן [אָבער מיט דעם חילוק עיקרי צווישן תורה וישראל, אַז תורה אויך ווי זי איז ירדה למטה בלייבט זי בקדושתה", משא"כ דער גוף פון אַ אידן איז אַ „נברא" גשמי וחומרי; ולאידך – דוקא אין [ובנו בחרת" (הגוף הגשמי פון אַ אידן, וואָס משכנו של ישראל קדמה אפילו לתורה" (דערמיט איז תורה ניט קיין תנאי אין בחירת העצמות בהגוף)"].
ד. עפ"ז איז פֿאַרשטאַנדיק דער חילוק אין דעם פירוש חז"ל אין „בראשית" – „בשביל התורה שנקראת ראשית ובשביל ישראל שנקראו ראשית":
דער עיקר אויפטו אין דעם איז ניט אַז תורה וישראל זיינען „ראשית" בעצם (מצדן), אָנגענאַצן העכער פֿאַר דער בריאה, נאָר אַז אויך ווי זיי געפינען זיך אין דער בריאה, ביז אין דעם גוף החומרי פון אידן, ווערט נתגלה ווי זיי זיינען „ראשית" פון כל הבריאה (אַז בשבילם נברא העולם).
און דאָס איז דער תיווך צווישן די ביידע פירושים אין „בראשית" (ראשית הבריאה, און תורה וישראל שנקראו ראשית שלמעלה מהבריאה) – אַז דאָס וואָס תורה וישראל זיינען למעלה מהבריאה (ראשית) ווערט אַ חלק פון דער בריאה עצמה: וואָס תורה וישראל זיינען נתגלה אין בריאת עולם [וואָס אין דעם גוף החומרי (פון ישראל) איז נדמה בחומריותו לגופי אוה"ע (ולולא ענין הבחירה – איז ניט פֿאַראַן קיין חילוק ביניהם כו') – און דורך דעם גופא (אין דער בריאה) ווערט נתגלה וניכר בכל העולם אַז זיי זיינען „ראשית" פון דער וועלט (ווי דער פירוש הדרש באַציט זיך צו דער בריאה כו')].
און דער עיקר: ווי רש"י מאַכט קודם דעם פירוש „בשביל התורה כו' ובשביל ישראל" – ווייל ניט נאָר וואָס דאָס איז קיין סתירה ניט צו מציאות העולם (דער פירוש הפשוט אין „בראשית ברא"), נאָך אדרבה: אין דעם באַשטייט שלימות העולם עצמה, און דאָס איז מַעֲלָה די פנימיות הכוונה אין מציאות העולם – אַז די גאַנצע בריאה פון „את השמים ואת הארץ" איז בכדי אַרויסברענגען די מעלת הבחירה אין ישראל (אוּן תורה), ביז אין דער וועלט זאָל זיך אָנזען בפשטות די מעלה אַז תורה וישראל זיינען „ראשית" בערך צו די אַנדערע טיילן פון דער בריאה".
ויש לקשר זה אויך מיט סיום פרשת בראשית (בענין תחלתו בסופו וסופו בתחלתו") – „ונח מצא חן בעיני ה'": מצא חן בעיני ה' איז למעלה מכל ענין של טעם כו'", ע"ד דער ענין פון בחירה. וע"פ הידוע אַז זכירת נח „וגם את נח באהבה זכרת" (אין די פסוקי דזכרונות בראש השנה) איז מצד עצם מעלת נש""ש (למעלה מטעם ודעת כו'), יש לומר אַז דאָס איז פֿאַרבונדן מיט התחלת הפרשה „בראשית", „בשביל ישראל שנקראו ראשית". און דאָס ווערט אַזוי נתגלה בעולם – אַז צוליב דעם וואָס „נח מצא חן בעיני ה'" האָט אים דער אויבערשטער מציל געווען פון מבול. ביז אַז דאָס האָט אויך געבראַכט צו „אלה תולדות נח נח"", נייחא לעילונינם ונייחא לתחתונים", אַז אויך אין תחתונים (גשמיות וחומריות העולם) איז געוואָרן נייחא.
ה. דערמיט וועט מען אויך פֿאַרשטיין די שייכות מיט דעם ערשטן פירוש רש"י אויף „בראשית" – „לא הי' צריך להתחיל את התורה אלא מהחודש הזה לכם כו' ומה טעם פתח בבראשית משום כח מעשיו הגיד לעמו לתת להם נחלת גוים, שאם יאמרו אומות העולם לישראל לסטים אתם שכבשתם ארצות שבעה גוים, הם אומרים להם כל הארץ של הקב"ה היא, הוא בראה ונתנה לאשר ישר בעיניו, ברצונו נתנה להם וברצונו נטלה מהם ונתנה לנו":
דער חידוש בזה איז, ניט אַז תורה ומצוות זיינען העכער פֿאַר עולם (ווי דאָס שטייט בהדגשה אין מצוות התורה אָנהויבנדיק פון „החודש הזה לכם", וועלכע זיינען געגעבן געוואָרן דוקא צו אידן), נאָר אפילו ווי אידן געפינען זיך בעולם, [ביי אַז די גדלות פון אוה"ע איז גאָר תלוי אין אידן, כדאיתא", אַז „בכל דור ובכל זמן, אומה שישראל תחתם בגלות מתנשאת על כל הגוים"].
ואע"פ אַז אין גלות געפינען זיך אידן אין „שעבוד מלכויות", און מ'האָט דעם ציווי פון „דינא דמלכותא דינא", און „לא תמרוד באומות"", אַל תתגרה בגוים", וכיו"ב – איז דער טעם אויף דעם, ניט דערפֿאַר וואָס אידן האָבן אַ מורא ופחד פֿאַר אוה"ע (בזמן הגלות) ח"ו, וואָרום אדרבה: אידן זיינען בעה"ב „ראשית" וואָס בשבילם נברא האוה"ע, נאָר דער פירוש אין דעם איז, ע"ד ווי דאס איז ניט „אַל תגאר בם מואב ואל תתגר בם מלחמה" (ועד"ז בנוגע עמון"), אַז דאָס איז ניט (כאילו ווי אַל עצה טובה) צוליב דעם וואָס אידן דאַרפן פֿאַר זיי מורא האָבן (צוליב זייער כח) און מ'דאַרף צו זיי אָנקומען, נאָר ווי ס'איז מפורש אין פסוק" דער טעם: „כי לא אתן לך מארצו ירושה כי לבני לוט נתתי את ער ירושה". אַזוי ווי אויך דער אויבערשטער איינגעשטעלט דעם סדר, אַז כשם ווי „ברצונו נתנה לנו" ארץ ישראל, אַזוי איז „ברצונו נתנה להם" ארצות עמון ומואב, און ניט זיי אליין, און דערפֿאַר „אַל תתגר בם מלחמה"!
ועד"ז בנוגע צו אל תתגרה באומות אין דינא דמלכותא דינא (וכיו"ב), אַז דאָס איז ניט צוליב פחד פֿאַר זיי, נאָר ווייל דער אויבערשטער האָט איינגעשטעלט און אָנגעזאָגט אַז אַזוי דאַרף זיין דער סדר בזמן הגלות: אָבער ס'איז מובן ופשוט אַז דאָס רירט כלל וכלל ניט אָן דאָס וואָס אידן זיינען (אויך בזמן הגלות) דער עם הנבחר, „ראשית" פון כל העולם וכל אוה"ע.
דאָס הייסט אַז נוסף לזה וואָס „דינא דמלכותא דינא" איז נאָר בנוגע צו געוויסע ענינים גשמיים (דיני ממונות, מיסים וארנוניות וכיו"ב), אָבער ניט בנוגע צו ענינים פון תורה ומצוות אין וועלכע מ'האָט אַ קלאָרע הוראה אין תורה" [וכלשון כ"ק מו"ח אדמו"ר": אַז אונדזערע נשמות האָט מען אין גלות ניט פֿאַרקערפֿט, און אַז שעבוד מלכויות ניט איבערגעגעבן] – איז אויך בנוגע צו די גופים און גשמיות (וחומריות) פון אַ איד, בלייבט ער אַלץ-מאָל „ראשית" און בשבילם נברא העולם.
י. פֿאַראַן אין דעם א צווייטער ענין – שייך לארצנו הקדושה, „ארץ אשר תמיד עיני ה' אלקיך בה", ובפרט בנוגע לעיר הקודש ירושלים, והר הקודש, ובית המקדש השלישי, אין קדש הקדשים, ותיכף ומיד ממש.