א הלכה פארן שבת טיש
אויב א אדם חשוב שיקט צו צום עמוד זאל מען נישט מסרב זיין, אויב א פשוטע איד שיקט צו צום עמוד זאל מען מסרב זיין די ערשטע מאל, די צווייטע מאחל זאל מען זיך גרייטן צוצוגיין, און ביים דריטן מאל זאל מען צוגיין. ( מחבר סימן נג סעיף טז)
א חיוב וואס דאווענט פאר'ן עמוד איז א גרויסע נח"ר פאר די עלטערן אין הימל, עס איז א מצוה אז דער קהל זאל אים צולאזן צום עמוד, ער קען אבער נישט צווינגען די ציבור בע"כ. (באה"ט סימן נג סקב"ה)
אויב א איד גייט צו צום עמוד קעגן די רצון פון די קהל, זאל מען נישט ענטפערן אמן נאך זיינע ברכות. ( רמ"א סימן נג סעיף כ"ב)
א שוחט ובודק זאל נישט צוגיין צום עמוד מיט זיינע פארשמירטע קליידער. (רמ"א סימן נג סעיף כה)
עס איז ריכטיג אז מען זאל דאווענען אינעווייניג אין א סידור, און אודאי א שליח ציבור זאל זיכער דאווענען אינעווייניג, כדי ער זאל נישט ווערן צומישט פון די "אימתא דציבורא". ( משנ"ב סימן נג סקפ"ז)
עס איז דא א שיטה אז מען מעג מפסיק זיין צווישן ישתבח און יוצר אור לצורך מצוה, דאס איז אבער נאר ביז מען הייבט אהן קדיש, אבער צווישן קדיש און ברכו טאר מען נישט, און אודאי נישט צווישן ברכו און יוצר אור. (רמ"א סימן נד סעיף ג ומשנ"ב סקי"ג)
מען קען נאר זאגן קדיש נאך פסוקים פון לויב פארן אייבערשטן, אדער נאכן דאווענען, אזוי אויך נאך משניות און ברייתות, און דערפאר לויט די שיטה אז מען מעג מפסיק זיין צווישן ישתבח און יוצר אור לדבר מצוה, דארף מען זאגן פסוקים פון לויב פאר מען זאגט קדיש, אויב עס איז געוועהן א לענגערע הפסק. (רמ"א סימן נד סעיף ג)
אויב דער ציבור האט געשטעלט א בעל תפלה פאר דיי ימים נוראים, און ער שפירט זיך נישט גוט, קען ער נישט שטעלן א צווייטן, נאר דער ציבור קען אויף דעם מחליט זיין. ( משנ"ב סימן נג סקפ"ב)
קדיש דרבנן קען מען זאגן נאכן לערנען, אבער נאר טאמער עס איז געוועהן 10 אידן אין ביהמ"ד בשעת זיי האבן געלערענט, דער מג"א איז מקפיד מען זאל זאגן דברי אגדה פאר קדיש, למשל ר' חנני' בן עקשיא אומר... אדער אמר ר' אלעזר אמר ר' חנינא... ( משנ"ב סימן נד סק"ט)