Skip to content

א ווארט פאר די בחורים:

טוֹב לגֶּבֶר כי י שא עֹל בִּנְעורָיו; בחורים קענען זיך אליין געבן די בעסטע מתנה אויפ'ן גאנצן לעבן

א בחור האט די זעלטענע געלעגנהייט

די סוגיא פון 'הרגל' איז ספעציעל וויכטיג פאר בחורים, וואס שטעלן די ערשטע טריט אין זייער לעבנס-וועג און גיסן דעם פונדאמענט אויף וואס ס'וועט שפעטער שטיין זייער גאנצער מהות. אין די עטליכע בחור'ישע יארן האט מען די געוואלדיגע געלעגנהייט און אחריות אוועקצושטעלן געזונטע יסודות וואס וועלן אונז אונטערהאלטן א גאנץ לעבן.

ווען א בחור געוואוינט זיך איין צו היטן די אויגן, סיי צו האלטן די אויגן אויף אראפ ווען מ'גייט אין גאס אדער ווען מ'איז אין אומריינע פלעצער, און סיי צו מאכן גדרים וסייגים נישט צו ווערן אריינגעשלעפט צו זען נישט ערליכע זאכן, גייט דאס אים אריין אין די ביינער, ס'ווערט ביי אים איינגעבאקן אויף אייביג, און ווען ער ווערט עלטער איז דאס שמירת עינים ביי אים שוין א פשוט'ע זאך.

פארקערט, אבער, אויב איז מען חלילה אין די יונגע יארן נישט נזהר ווי מ'דארף, איז די עבודה שפעטער אסאך שווערער, ווייל דעמאלט דארף ער שוין מלחמה האלטן מיט זיין נאטור. אזוי ווי דער מדרש זאגט (ילקוט משלי, רמז תתקסא), "מי שממתק את יצרו בנערותו, סופו להיות מותח עליו בזקנותו" – ווער ס'ווערט נאכגעשלעפט נאכ'ן יצר הרע אין זיינע יונגע יארן, איז אים שווער פטור צו ווערן פונעם יצר אויף די עלטערע יארן. און דאס איז חוץ דעם וואס ביני-לביני איז מען רח"ל עובר אויף אומצאליגע עבירות און די ראיות אסורות קענען באגלייטן א גאנץ לעבן רח"ל.

זיך שטארקן אויף די ספעציעלע התגברות היצר

און טאקע דערפאר, וויבאלד דער יצר הרע ווייסט ווי וויכטיג ס'איז אין די בחור'ישע יארן צו זיין הייליג און אפגעהיטן, פארלייגט ער גאר ספעציעלע כוחות אויף די בחורים און זוכט זיי אונטערצושיקן איבעראל מכשולות צו זען און הערן אומאויסגעהאלטענע זאכן, וויסנדיג אז די יעצטיגע יארן זענען א יסוד אויפ'ן גאנצן לעבן, און אויב ער קען זיך משתלט זיין אויף איינעם אין די יארן האט ער אים שוין אין זיין נעץ רח"ל.

אזוי ווי מרן הגה"ק מסאטמאר זי"ע האט אמאל געזאגט (חידושי תורה תשט"ז פ' בשלח): "ווען דער יצר הרע זעט אז א בחור קען אויסוואקסן א תלמיד חכם, איז ער זיך מתגבר אויף אים און ער זוכט אים מכשיל צו זיין אין זיינע בחור'ישע יארן, און מיט דעם פארדארבט ער אים נאכדעם אויף זיין גאנץ לעבן!"

א בחור דארף וויסן דאס חשיבות פון די יארן אין וועלכע ער געפינט זיך, אנערקענען דאס געוויכט וואס די יעצטיגע צייט טראגט אויף א גאנץ לעבן, און זיך איינגעוואוינען בנערותו מיט שמירת עינים שטענדיג, און אזוי ארום וועט דאס ווערן ביי אים איינגעווארצלט אז 'גם כי יזקין לא יסור ממנו', ער וועט זיך נישט דארפן פלאגן אזויפיל מיט נסיונות אויף דער עלטער, און עס וועט אים אנקומען פיל גרינגער צו דינען דעם רבש"ע.

ג) זה לשון המהרי"ל, אחר שכתב לעורר האדם שיחגור עצמו לעמוד איתן נגד היצר ותחבולותיו: "ואז, מתוך שמרגיל האדם את עצמו לעמוד נגדו, שוב מואס הוא בעבירות יותר מהתאוה להם בראשונה, וגם היצר הרע עוזב ממנו כשרואה שפונה עורף משמוע אליו".

ד) פלא יועץ: "זה ביד כל אדם לכוף את יצרו ולבטל רצונו מפני רצון קונו, ואם ראשיתו מצער, אחריתו יסגא ויערב לו ויבוסם לו". וכ"כ עוד (ערך יצר): "כל הטורח הוא בתחילה, שההתחלות קשות (מכילתא יתרו מס' דבחדש פרשה ב'), עד שירגיל ויכנס בגדר צדיק לאותו דבר, שאז יצר הטוב שפטו, ולא תאוה נפשו לעשות הרע".

PDF Preview