אלע טעג וועלן צום סוף נתעלה ווערן
וְאַבְרָׂהָׂם זָׂקֵּן בָׂא בַיָׂמִּים וַה' ברַך אֶת אַבְרָׂהָׂם בַכֹּל (כד, א)
און אברהם איז געווען אלט, ער איז שוין געקומען אין די עלטערע טעג, און דער אויבערשטער האט געבענטשט אברהם מיט אלעם גוטס
דער הייליגער קדושת יו"ט זי"ע שרייבט: ווילאנג א מענטש שלאגט זיך נאך מיט זיין יצר הרע און ער האט אים נאכנישט געצליך איינגענומען – איז ער נאכנישט מיטן ריכטיגן שלימות, און דורכדעם איז ער נאך אפגעטיילט פון זיין שורש, אט די אלע טעג קענען נישט ווערן אריינגערעכנט צווישן זיינע גוטע טעג, ווייל ער האט נאך אין זיך 'עפעס' פונעם יצר הרע, און דאס איז ווי א מחיצה וואס שטערט פון דביקות.
אבער דער אויבערשטער איז א גוטער, דעריבער טוט ער א געוואלדיגער חסד מיטן מענטש, אז נאכדעם וואס דער מענטש וועט יא אייננעמען דעם יצר הרע בשלימות, און ער וועט דערגרייכן צו א הויכע מדריגה מיט די ריכטיגע שלימות, ער וועט שוין זיין לויטער גוטס, און זיין דבוק אין השי"ת ווי ס'דארף צו זיין, דאן וועלן פארראכטן ווערן אויך די אלע טעג וואס ער האט נאכנישט געהאט איינגענומען דעם יצר, אזוי וועט ער צום סוף זיין בשלימות מיט אלע זיינע לעבנסטעג.
דער זוהר הק' זאגט (חיי שרה, קכט.), אז אברהם אבינו איז נישט אנגעקומען צו זיין הויכע מדריגה אין איין מינוט, אין זיינע יונגע יארן האט ער געדארפט שווער הארעווען מלחמה צו האלטן מיטן יצר, און נאר דערנאך איז ער אנגעקומען צו זיין מדריגה, צו זיין אינגאנצן ריין און הייליג.
דאס איז די כוונה פון דעם פסוק: "וְאַבְרָׂהָׂם זָׂקֵּן" – אברהם האט זוכה געווען צו א הויכע מדריגה פון חכמה ('זקן' איז מרמז אויף חכמה, זע קידושין לב.), "בָׂא בַיָׂמִּים" – און ער איז געקומען מיט אלע זיינע טעג, ווייל אלע זיינע לעבנסטעג זענען פאררעכנט געווארן כאילו ער איז שוין געווען מיטן גאנצן שלימות, "וַה' ב רַך אֶת אַבְרָׂהָׂם בַכ ל" – דאס איז געווען א מתנה פונעם אויבערשטן, וואס האט געבענטשט אברהם, אז אלע זיינע טעג זאלן פאררעכנט געווארן כאילו זיי וואלטן געווען שלימות'דיג, אפילו די יונגע יארן, ווען ער איז נאכנישט געווען ריין פונעם יצר הרע .
בוראנו ית"ש ומשתוקק ומתאוה לאותו הזמן אשר אז יוכל לבוא לאותו החפץ לעשות בו רצון קונו ית"ש היינו בית לעשות בו מזוזה ומעקה. טלית לעשות בו ציצית וביותר בנים להדריכם לתורה ולמעש"ט וכדומה. וההכנה וההשתדלות הזאת חשובה מאד בעיני השם ית' באשר שמצפה לקיים מצותיו טרם בא העת והחפץ ובזה ניכר שביב אש שלהבת הבוער בקרבו מחמת אהבת הש"י והוא יתברך מודד לו כמדתו והביא אותו לאותו הזמן והגיעו לאות החפץ לעשות בו כחפצו וטרם קרא נענה כמנהגו הטוב. והנה הגלגלים חוזרים ועתותי הזמן ורגעיו הולכים ועוברים לפני אדם ואין חפץ כלל אמנם מי שמשתוקק בכל עת אחר עבודתו תיכף לזמן אחר להשלים בו ג"כ רצוי הבורא ב"ה ומתאוה ומצפה לאותו הזמן והחפץ בכל לב ונפש אזי הזמן אינו עובר לפניו רק הוא בא בימים כי הוא מתאוה לכל עתותי הזמן שיבואו מהרה לעבוד עבודתו השלימה ואיש כזה יתכן לקרותו בשם בא בימים יען שהוא בא בימים ודאי מרוב השתוקקותו לכל עתותי הזמן המעותדים לבוא וזה פי' הפסוק ואברהם זקן כזה אשר בא בימים לפי שהוא הי' מתאוה ומשתוקק ומצפה לכל עת ועידן אשר יבא לידו אותו הזמן לעשות בו רצון קונו לכן הקב"ה מדד לו כמדתו וד' ברך את אברהם בכל ו'בכל' הוא לשון תאוה ותשוקה כמא"ה נכספה וגם כלתה נפשי וכו' היינו שהש"י הי' מזמין לו כל תאותו כדי להשלים בהם רצונו כמדתו הטובה כאמור. ח ח קדושת יו"ט (עה"פ ויהיו חיי שרה): נמצא לפי"ז כי כל זמן היות אדם לוחם מלחמתו עם היצה"ר בימי הבחרות אינו הוא בשלימות הנרצה כראוי ועדיין הוא נפרד