אליעזר האט מתפלל געווען, אז מיר זאלן מצליח זיין אין גלות
ה' אֱלֹּהֵּי אֲדֹּנִּי אַבְרָׂהָׂם אִּם יֶש ך נָׂא מַצְלִּיח ד רְכִּי אֲשֶר אָׂנֹּכִּי הֹּלֵּך עָׂלֶיה (כד, מב)
[אליעזר האט מתפלל געווען:] דער באשעפער, דער גאט פון מיין הער אברהם, אויב דו ווילסט, ביטע זיי מצליח מיין וועג וואס איך גיי אויף איר
דער הייליגער דברי ישראל פון מאדזשיץ זי"ע ערקלערט: חז"ל זאגן (בראשית רבה מד, כא), אז דער אויבערשטער האט געגעבן פאר אברהם אבינו צוויי ברירות, אדער זאלן זיינע אייניקלעך גיין אין גיהנום, אדער זאלן זיי ליידן אין גלות, און אברהם אבינו האט אויסגעוועלט גלות, און דער אויבערשטער האט מסכים געווען דערצו.
מיין טאטע זי"ע האט געזאגט, אז ס'איז טאקע אמת אז אברהם אבינו האט אויסגעוועלט פאר אונז גלות אנשטאט גיהנום, אבער ער האט נישט געמיינט אויף אזא סארט גלות וואס ברענגט צו גיהנום, ווייל אויב אין גלות ליידט מען חס ושלום פון ארעמקייט, ברענגט דאס צו זינדיגן און אנקומען אין גיהנום חלילה (זע עירובין מא:).
יעצט, ווען אליעזר איז געגאנגען נעמען א שידוך פאר יצחק, האט ער געזען אז פון דעם זיווג וועלן ארויסקומען יעקב און עשיו, און אין גלות וועט יעקב זיין אונטערטעניגט אונטער עשיו. דעריבער האט ער מתפלל געווען, אז די אידן זאלן מצליח זיין אין גלות, און ס'זאל כאטש נישט זיין קיין גלות וואס ברענגט צו גיהנום חלילה.
דאס איז געווען די כוונה פון זיין תפילה: "ה' אֱלֹּהֵּי אֲדֹּנִּי אַבְרָׂהָׂם" – דו באשעפער מיט אברהם, וואס איר האט אויסגעקליבן דעם גלות אנשטאט גיהנום, "אם יֶש ך נָׂא מַצְלִּיח ד רְכִּי" – זיי ביטע מצליח דעם וועג פון אידן אין גלות, "אֲשֶר אָׂנֹּכִּי הֹּלֵּךְ" – דאס איז מרמז אויף עשיו וואס האט געזאגט (בראשית כה, לב): "אנכי הולך למות", "עָׂלֶיהָׂ" – וואס ער געוועלטיגט אויף כלל ישראל אין גלות; זאלן די אידן כאטש מצליח זיין אין גלות מיט עשירות און אלעם גוטן, כדי דער גלות זאל זיי חלילה נישט ברענגען קיין גיהנום .
יח יח דברי ישראל: ה' אלקי אדוני אברהם אם ישך נא מצליח דרכי אשר אנכי הולך עליה. לכאורה כיון שאמר דרכי למה לי 'אשר אנכי הולך עליה' שהוא כמיותר כמובן. אלא יש לרמז 'אנכי הולך' היינו עשו שאמר אנכי הולך למות. והענין הוא כך דידוע אמרם ז"ל כי צורם מכרם זה אברהם שניתן לו שתי ברירות או גיהנם או גלות ובחר גלות וה' הסגירם שהסכים לדבריו עי"ש. ואמר אאמור זצוק"ל הן אמת אברהם אבינו