איך קען ג-א-ר-נ-י-ש-ט אליין!
וַעֲש ה חֶסֶד עִּם אֲדֹּנִּי אַבְרָׂהָׂם (כד, יב)
[אליעזר האט מתפלל געווען:] רבונו של עולם, טו א חסד מיט מיין הער אברהם
דער מדרש זאגט, אז אליעזר האט געבעטן דעם אויבערשטן: "דו האסט אנגעהויבן צו באווייזן דיינע חסדים, אויב אזוי ענדיג צו אויסצופירן אינגאנצן".
דער הייליגער תפארת שמואל פון אלכסנדר זי"ע ערקלערט: אליעזר איז געווען דער קנעכט פון אברהם און זיין גרויסער תלמיד, ער האט געלערנט און מקבל געווען אסאך פון אברהם, דעריבער האט ער געוואוסט אז א מענטש קען גארנישט אליינס טון, אָן קיין סייעתא דשמיא גייט גארנישט, אלע גוטע מעשים וואס דער מענטש טוט קומען בלויז פונעם אויבערשטן. א מענטש טאר נישט טראכטן אז ער טוט עפעס אליינס, ווייל ער פאר זיך איז דאך גארנישט מיט נישט. אפילו די קליין ביסל וואס א מענטש דארף אנהייבן צו טון און אריינגיין אין עבודת ה', דאס קומט אויך פונעם אויבערשטן, ווייל אָן דעם אויבערשטנ'ס הילף וואלט ער נישט געקענט אנהייבן.
דעריבער האט אליעזר מתפלל געווען: "דו האסט דאך אנגעהויבן", ווייל אפילו די קליינטשיגע אנהויב וואס ליגט אויפן מענטש האסטו דאך אויך געטון, אויב אזוי, אין דעם זכות וואס איך ווייס און איך גלייב אז דו האסט אנגעהויבן, בעט איך דיר: "ענדיג צו", העלף מיר אז איך זאל זוכה זיין אויסצופירן די הייליגע שליחות .
יא יא תפארת שמואל (יג): ועשה חסד עם אדוני ואמרו רז"ל במד"ר התחלת גמור. אולי י"ל אליעזר עבד אברהם ותלמידו שלמד ממנו מדותיו היה יודע שמבלעדי עזר מן השמים אין