Skip to content

ברכות התורה

סיפורים ועובדות מרבותינו הקדושים זי"ע

*

חסידים פלעגן דערציילן אויף דער הייליגער דברי חיים זי"ע, ווי אזוי עס איז צוגעגאנגען ביי אים די הייליגע עבודה אינדערפרי ביים זאגן ברכת התורה.

דער הייליגער דברי חיים איז אויפגעשטאנען פריה פארטאגס און איז געלאפן אין מקוה, ער האט געהייסן מען זאל שוין רופן דעם כותב "רבי זאנוויל" ווייל ער וויל שרייבן א תשובה. ווען ער איז צוריק געקומען פון מקוה האט ער אנגעהויבן זאגן ברכת התורה בקול רעש גדול, און מיט א מורא’דיגע געוויין עד לב השמים, ער האט אזוי איינגעריסן און פארגאסן טרערן אז "די ווענט האבן געציטערט" און די ערד איז נאס געווארן פון טרערן...

בפרט ווען ער איז אנגעקומען צו די ווערטער "ולומדי תורתך לשמה" איז ממש באפאלן א פחד אויף אלע ארומיגע, וולעכע זענען געשטאנען באימה וביראה צוזעהנדיג די הייליגע עבודה.

ווי נאר ער האט געענדיגט ברכת התורה, האט ער זיך גלייך געגעבן א רוף אן צו רבי זאנוויל "זאנוויל שרייב!"...

ווען מען האט געזעהן ווי אזוי דער הייליגער דברי חיים זי"ע וויינט ביי ברכת התורה ווי א קליין קינד, האט זיך געקענט דאכטן אז עס רעדט זיך פון א איד וואס קען נאכנישט קיין צורת א-ב, און ער שטייט און בעהט זיך ביים אייבערשטן ער זאל אים כאטש לאזן עפעס א משהו זוכה זיין צו תורה...

אז מען זאגט אזוי ברכת התורה, איז נישט קיין חידוש אז מען וואקסט אויף א צאנזער רב, און מען שרייבט דעם "שאלות ותשובות דברי חיים"...

דער הייליגער גרויסער דברי חיים זי"ע, וועלכע שרייבט אויף זיך אז ער האט מקבל געווען סמיכה איש מפי איש ביז משה רבינו ע"ה (שו"ת דברי חיים ח"א חו"מ סימן כ"ג), האט אזוי איינגעריסן און זיך געבעהטן "והערב נא ה’ אלוקינו את דברי תורתך בפינו" - מאך זיס די תורה אין מיין מויל... אויב אזוי וואס קענען מיר זאגן, וויפיל דארפן מיר איינרייסן און בעטן ברחמים ובתחנונים כדי זוכה זיין צו תורה...

*

עס האט דערציילט הגה"ח רבי אברהם געציל שיף זצ"ל, וועלכע איז אויפגעוואקסן אין רודניק, די זעלבע יארן ווי רבינו זי"ע (און איז שפעטער אויך געווען דארט די ראש הקהל):

ווען איך בין געווען יונג האב איך געמיינט, אז עס איז דא עפעס א רבי’שע מנהג נישט צו מאכן אליינס "ברכת התורה" נאר צו יוצא זיין פון א צווייטן, וויבאלד איך פלעג אלעמאל זעהן ווי דער רב’ס זוהן זלמן לייב’עלע איז יוצא "ברכות התורה" פון א צווייטן און מאכט נישט אליינס...

שפעטער האב איך פארשטאנען אז דאס איז צוליב וואס ער איז אויף א גאנצע נאכט און לערנט...

*

עס האט דערציילט הרה"ח רבי יונתן בנימין פארקאש ז"ל:

איך געדענק, אין די יארן וואס רבינו זי"ע האט געוואוינט אין קרית צאנז, האב איך אמאל געוויילט אין דעם ‘מלון גלי צאנז’. איך בין ארויס זייער פריה פארטאגס און שפאצירט אויף רחוב דברי חיים, ווען איך בין אריבער געגאנגען נעבן די מקוה הער איך פלוצלינג א שטילע קול פון א געוויין, די קול איז געווארן שטערקער און שטערקער, און איך האב מיר זייער געוואונדערט.

איך האב אנגעהויבן נאכצוגיין פון וואו די קול קומט, ביז איך האב פארשטאנען אז דאס קומט גאר פונעם רבי’נס שטוב. איך בין שטייטלעך צוגאגאנגען צו די רבי’ס הויז, און עס האט זיך אנטפלעקט פאר מיר א מחזה נורא הוד וואס איך וועל קיינמאל נישט פארגעסן.

דער רבי זי"ע איז געשטאנען און געזאגט ברכת התורה, און ווען ער האט געהאלטן ביי די ווערטער "והערב נא ה’ אלוקינו את דברי תורתך בפינו... ונהיה אנחנו וצאצאינו וצאצאי צאצאצינו כולנו יודעי שמך ולומדי תורתך לשמה" האט ער אויסגעבראכן אין מורא’דיגע געוויין, און מיט טייכן טרערן האט ער איבער געזאגט די ווערטער נאכאמאל און נאכאמאל, ער האט נישט געקענט קומען צו זיך, און געוויינט און געוויינט זאגענדיג די הייליגע ווערטער און מורא’דיגע בקשות...

(כ"ק מרן אדמו"ר זי"ע - חורש"י בהעלותך תשמ"א, רעד"ר בהעלותך תשמ"ג) (הליכות חיים)

PDF Preview