דער סוד פון הצלחה אין עבודת ה'
וָׂאֹּמַר אֶל אֲדֹּנִּי אֻלַי לֹּא תֵּלֵּך הָׂאִּשָׂה אַחֲרָׂי (כד, לט)
[אליעזר דערציילט:] און איך האב געזאגט פאר מיין הער: "מעגליך אז די פרוי וועט נישט וועלן נאכגיין נאך מיר"
רש"י ערקלערט, אז דאס ווארט "אולי" שטייט דא אָן דעם אות ו', דאס איז מרמז, אז ווען אליעזר האט געפרעגט די שאלה פון אברהם, האט ער אינזין געהאט א באהאלטענע כוונה, אז אברהם זאל זיך משדך זיין מיט אים, ער זאל נעמען זיין טאכטער פאר יצחק, דעריבער שטייט דאס אָן א ו' כאילו ס'וואלט געשטאנען 'אֵלַי' – צו מיר, ווייל ער האט מרמז געווען דערמיט: "אברהם זאל מיר נעמען".
דער הייליגער שפת אמת זי"ע ברענגט, אז זיין הייליגער זיידע (דער חידושי הרי"ם זי"ע) האט נאכגעזאגט בשם דעם הייליגען קאצקער זי"ע, אז מען זעט, אז ווען דער פסוק דערציילט דעם ערשטן מאל, אז אליעזר האט געזאגט פאר אברהם "אולי לא תלך האשה", דארט שטייט יא 'אולי' מיט א ו', און נאר ווען דער פסוק חזר'ט איבער די מעשה, וואס אליעזר האט איבערדערציילט פאר בתואל, נאר דאן שטייט אָן א ו'. דער הסבר דערפון איז, אז ווען אליעזר האט געפרעגט די שאלה "אולי לא תאבה האשה" האט ער אליינס נישט אויפגעכאפט אז ס'איז באהאלטן אונטער דעם אייגענע נגיעות, אז אברהם זאל נעמען זיין טאכטער, און ער האט געמיינט אז ער מיינט דאס ערנסט. נאר שפעטער ווען ער האט איבערדערציילט די מעשה, און ער האט מער נישט געהאט קיין נגיעה דערצו, דאן האט ער זיך געכאפט, אז פריער איז געווען באהאלטן א מחשבה פון אייגענע הנאה.
לויט דעם ערקלערט דער הייליגער שפת אמת, אז דאס איז דער טעם פארוואס די תורה איז אזוי מאריך איבערצו'חזר'ן די גאנצע פרשה פון אליעזר, ווייל באמת האט אליעזר אליין מורא געהאט, אז אפשר האט עפעס א נגיעה, און מעגליך איז אריינגעמישט מחשבות פון אייגענע הנאה, און ער איז געווען באזארגט, אז דורכדעם וועט ער חלילה נישט מצליח זיין ריכטיג אין זיין שליחות, וויבאלד ער האט דא נאך כוונות פון זיין אייגענע הנאה.
דעריבער האט אליעזר איבערדערציילט די גאנצע געשעעניש וואס דא איז פאָרגעגאנגען, און ער האט זיך גוט מתבונן געווען צי ער איז טאקע ריין פון נגיעות, און דאן האט ער טאקע אויפגעפאסט, אז אין זיינע פריערדיגע ווערטער זענען געווען אריינגעמישט עפעס נגיעות, דאן האט ער זיך טאקע אינגאנצן גערייניגט פון די פינטעלע נגיעה, און נאר דאן האט ער טאקע מצליח געווען אויסצופירן זיין שליחות ווי ס'דארף צו זיין. דעריבער חזר'ט דאס די תורה איבער, ווייל דער שידוך איז נאר צושטאנד געקומען דורכדעם וואס אליעזר איז איבערגעגאנגען די מעשה, און זיך גערייניגט פון נגיעות.
אזוי דארף אויך יעדער מענטש וויסן און געדענקען, אז ער איז א שליח פונעם אויבערשטן אויף דער וועלט, און ער האט גארנישט צו טון אויף דער וועלט, נאר צו מאכן א נחת רוח פארן אויבערשטן. נאר דאן קען דער מענטש מצליח זיין, ווען ער וועט דאס ארייננעמען אין הארץ, און זיך משתדל זיין אז אלע זיינע מעשים זאלן גיין אויף דער כוונה, אָן קיין אייגענע נגיעות און זייטיגע כוונות.
נאך א סיבה פארוואס אליעזר האט מצליח געווען אין זיין שליחות: וויבאלד ער האט געוואוסט, אז זיין גאנצע הצלחה איז נאר אנגעהאנגען אין זכות פון אברהם אבינו, כאטש וואס ער אליין איז אויך געווען א צדיק. אויך יעדער מענטש דארף זיך חזר'ן, אז אלע זיינע הצלחות קומען נאר פונעם אויבערשטן, און דורכדעם וועט ער זוכה זיין צו מצליח זיין אויפצוטון וואס ער דארף אויפטון אויף דער וועלט .
טז טז שפת אמת, (חיי שרה, תרלב): אא"ז מו"ר ז"ל הגיד בשם הרב הקדוש מקאצק על אלי כתיב כי כשהיה נוגע לא הרגיש נגיעתו כו'. ונראה שהחזירה תורה כל הפרשה שעל זה אמרו רז"ל (ב"ר ס, ח) יפה שיחתן כו' שגם הוא ירא שמא יש לו איזה נגיעה ואולי יקלקל השליחות על ידו כי ידע נאמנה כי רצון אברהם אבינו ע"ה ימלא השי"ת רק ירא שלא יגרום קלקול בשליחותו וזה שאמר מצליח דרכי כו' (כד מב) והחזיר לעצמו כל הענין והרגיש בנגיעתו וכשנסתלק נגיעתו זכה להשלים השליחות כראוי. וגם על ידי שידע כי כל ההצלחה היה בזכות אברהם אבינו ע"ה אף שגם הוא היה צדיק. וכן כל אדם צריך לידע כי הוא שליח השי"ת בעולם הזה וכפי שיודע זאת וכל מעשיו על כונה זו וגם יודע שכל מה שיזכה לעשות גם כן על ידי שרצונו יתברך שיהיה נעשה רצונו אז חפץ ה' בידו יצליח.