דער יסוד פון עבודת ה' – זיך האלטן נידריג!
וְאַבְרָׂהָׂם זָׂקֵּן בָׂא בַיָׂמִּים וַה' בֵּרַך אֶת אַבְרָׂהָׂם בַכֹּל (כד, א)
און אברהם איז געווען אלט, ער איז שוין געקומען אין די עלטערע טעג, און דער אויבערשטער האט געבענטשט אברהם מיט אלעם גוטס
די גמרא זאגט (בבא בתרא טז:), אז ס'איז מרומז אין דעם פסוק, אז אברהם אבינו האט געהאט א טאכטער וואס איר נאמען איז געווען 'בכל'.
דער הייליגער בת עין זי"ע ערקלערט: די גמרא איז אונז מרמז דא, וואס איז דער וויכטיגסטער חלק פון עבודת ה', אויף וואס דער מענטש דארף קאנצעטרירן זיין הויפט עבודה. דער גרעסטער יסוד פון עבודת ה' איז, די מידה פון הכנעה און ענוה - אז א מענטש זאל זיך שטענדיג מתבונן זיין אין די גרויסקייט פונעם אויבערשטן, ער זאל אריינקלערן אז דער אויבערשטער איז ארום אלע וועלטן און אין אלע וועלטן, ס'איז נישטא קיין ארט וואו דער אויבערשטער געפינט זיך נישט. און ער זאל זיך פארטיפן אין זיין נידריגע מדריגה, ווי ווייט ער איז פון עבודת ה', ווי ווייניג ער דינט דעם גרויסן באשעפער.
ער זאל צולייגן קאפ, אז ווען ער טוט זיינע באדערפענישן הער ער אינזין פאר זיין אייגענע הנאה, נישט בלויז פארן אויבערשטן אליין. און אפילו ווען ער לערנט און דאוונט מיט התלהבות און ברען, דארף ער זיך גאר גוט מתבונן זיין, און זוכן אין די באהאלטענע ווינקלען פון זיין הארץ, צי עס איז דארט אויך אריינגעמישט עפעס א כוונה וואס איז נישט בלויז פארן אויבערשטן אליין.
אזא מענטש וואס לעבט מיט אט די ענוה און שפלות, זיך צו מתבונן זיין אין זיין ווייטקייט און נידריגקייט, וועט אויטאמאטיש זוכה זיין צו אלע גוטע מידות, ווייל ענוה איז דער יסוד פון אלעם. אבער ווען א מענטש האלט זיך גרויס חלילה מיט זיינע גוטע מעשים, איז גאר ווייט פון עבודת ה', ווייל אפילו אויב האט ער שוין אלע גוטע מידות און ער זיצט אגאנצן טאג על התורה ועל העבודה, מיט דעם אלעם ווערט דאס אלעס פאררעכנט ווי גארנישט, ווייל זיין עבודת ה' איז ליידיג פון קדושה, וויבאלד חז"ל זאגן (ברכות מג:), אז א בעל גאוה איז כאילו ער שטופט אוועק די שכינה, קומט אויס, אז ס'איז נישטא קיין 'השראת השכינה' אין זיינע אלע מעשים טובים.
דאס איז מרומז אין דעם פסוק: "וְאַבְרָׂהָׂם זָׂקֵּן בָׂא בַיָׂמִּים", דאס ווארט 'ימים' איז בגימטריא 'מאה' – הונדערט, און דער ענין פון 'מאה' איז מרמז אויף ענוה [ווייל חז"ל זאגן (מנחות מג:), אז פון דעם ווארט 'מאה' ווערט 'מה', און דאס איז מרמז, אז א מענטש האלט זיך 'מה' – ער שפירט ווי ער איז גארנישט מיט נישט], און דער פסוק זאגט, אז אברהם אבינו האט זוכה געווען צו די מדריגה פון אן אמת'ע ענוה ('בימים'), און צוליב דעם: "וַה' ב רַך אֶת אַבְרָׂהָׂם בַכֹּל" – האט אברהם אויטאמאטיש געהאט אלע מידות טובות, ווייל דער וואס איז זוכה צו די הייליגע מידה פון ענוה, איז אויטאמאטיש זוכה צו אלע גוטע מידות, ווייל אלע זענען שוין אריינגערעכנט אין ענוה. דער אויבערשטער זאל העלפן אז מיר זאלן זוכה זיין דערצו, אמן כן יהי רצון .
ד ד בת עין: ואברהם זקן בא בימים וה' ברך את אברהם בכל. איתא בגמרא (ב"ב טז): בת היתה לו לאברהם ובכל שמה. ונוכל לומר שהגמרא מרמז לנו בכאן מה יהיה עיקר עבודת האדם שיהיה כל גופי התורה תלוין בה. הנה עיקר העבדות הוא בחינת הכנעה וענוה, שיתבונן תמיד בגדולת ה' האיך הוא ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין ותוך כל עלמין ולית אתר פנוי מניה ואם יסתר איש וכו' (ירמיה כג כד), ויתבונן תמיד במעוט ערכו ופחיתות עבודתו לה' אשר לו