Skip to content

דריי זיך ארום מיט א שטאלץ: איך בין מקיים די מצוות פונעם אויבערשטן!

וַיֹּאמַר עֶבֶד אַבְרָׂהָׂם אָׂנֹּכִּי (כד, לד) און אליעזר האט געזאגט: "איך בין א קנעכט פון אברהם"

דער הייליגער שפת אמת זי"ע ברענגט, אז דער זוהר הקדוש (וירא קג.) באוואונדערט די מעלה פון אליעזר, אז ער האט געשפירט פאר א זכיה, אז ער האט זוכה געווען צו באדינען אברהם, און ער האט זיך בארימט דערמיט.

דער מדרש זאגט (בראשית רבה ס, ז), אז אין זכות וואס אליעזר האט באדינט אברהם מיט א 'אמונה', מיט באגלייבטקייט, האט ער זוכה געווען צו ווערן א געבענטשטער [כאטש וואס ער איז געווען אן אייניקל פון חם וואס איז פארשאלטן].

דאס איז מרמז, אז יעדער איד וואס וויל און גלוסט צו טון דעם רצון ה', און ער בארימט זיך מיט א שמחה, אז ער איז זוכה צו טון די מצוות פונעם אויבערשטן, און ער 'גלייבט' מיט אמונה, אז ס'איז נישטא קיין העכערע זאך, ווי צו מקיים זיין דעם אויבערשטנ'ס באפעל (פונקט ווי אליעזר האט באדינט אברהם מיט 'אמונה'); אזא איד וועט זוכה זיין ארויסצוגיין פון יעדן פארשאלטענעם מצב וואו ער געפינט זיך, און ער וועט זוכה זיין צו זיין געבענטשט, און זיך מדבק זיין אינעם אויבערשטן .

יד יד שפת אמת (חיי שרה, תרלב): בזוה"ק משבח ראש דברי אליעזר עבד אברהם אנכי שהיה זכיה אצלו מה שזכה לשמשו ואמרו רז"ל (ב"ר ס, ז) מתוך ששרת אותו צדיק באמונה יצא מכלל ארור לברוך. כן גם מי שחפץ ומשתוקק לעשות רצון הקב"ה ומשבח אותו תמיד על שזכה

PDF Preview