דורך ענוה ווערן אלע דינים איבערגעדרייט צו חסדים!
וַיֵּצֵּא יִּצְחָׂק לָׂשוח בַשָׂדֶה (כד, סג)
און יצחק איז ארויסגעגאנגען אין פעלד, זיך אויסצושמועסן מיטן אויבערשטן
דער הייליגער בת עין זי"ע ערקלערט: דער ציל פון אונזער גאנצע עבודת ה' איז, אז מיר זאלן זוכה זיין 'ממתיק' צו זיין [זיס מאכן] אלע דינים, און זיי איבערדרייען פאר חסדים, אז די 'מידת הדין' זאל פארוואנדלט ווערן פאר 'מידת החסד'. דער וועג וויאזוי מען קען זוכה זיין צו ממתיק זיין די דינים, איז דורך די מידה פון ענוה און שפלות.
ס'איז באקאנט (זוהר ח"ג, שב.), אז יצחק איז מרמז אויף דעם 'מידת הדין'.
דאס איז מרומז אין דעם פסוק: "וַיֵּצֵּא יִּצְחָׂק" – ווען עס קומט ארויס א 'מידת הדין' אויף דער וועלט, איז די פאסיגע עצה דערויף: "לָׂשוחַ" - זיך אראפבייגן, און זיך האלטן נידריג און קליין מיט אן אמת'ע ענוה ["לשוח" איז א לשון פון 'השתחויה' - זיך בוקן], און דאן וועט ווערן: "בַשָׂדֶה" – אז פון די ווערטער "יצא יצחק" וואס זענען מרמז אויף דינים, וועט איבערגעדרייט ווערן צו דעם ווארט 'שדה', וואס איז מרמז אויף דעם שורש פון רחמים וחסדים, ווייל 'יצא יצחק' און 'שדה' זענען גענוי די זעלבע גימטריא [309], און דורך ענוה קען מען איבערדרייען דעם 'יצא יצחק' צו 'שדה'.
דער אויבערשטער זאל העלפן, אז מיר זאלן זוכה זיין צו אן אמת'ע ענוה און שפלות, און דורכדעם וועלן אלע דינים נמתק ווערן, יהי רצון אז מיר זאלן זוכה זיין דערצו, אמן כן יהי רצון .
כ כ בת עין: ויצא יצחק לשוח בשדה. ונוכל לומר עד"ז, דהנה עיקר העבדות הוא שצריך