די עצה פטור צו ווערן פון אלע יסורים - אריינלייגן כוחות אין פסוקי דזמרה
וַתִּקַח הַצָׂעִּיף וַתִּתְכָׂס (כד, סה)
[ווען רבקה האט געזען יצחק] האט זי גענומען די שלייער און זיך באדעקט
דער הייליגער אפטער רב זי"ע ערקלערט: דאס ווארט "הצעיף" איז בגימטריא 'רנה' [255] - געזאַנג. ס'איז באקאנט, אז די מידה פון יצחק איז דער ענין פון 'גבורה', וואס פון דארט קומען ארויס אלע דינים און יסורים.
דער פסוק איז מרמז, אז ווען די צדיקת רבקה אמנו ע"ה האט געזען 'יצחק', וואס דאס מיינט, אז זי האט געזען די דינים און יסורים פון כלל ישראל, האט זי גע'פועל'ט מיט איר תפילה, אז דורך דעם 'צעיף' – דעם ענין פון 'רנה' – געזאנג, וועט מען ווערן באדעקט פון אלע דינים. דאס מיינט, אז ווען אידן וועלן זאגן פארן אויבערשטן די קאפיטלעך פון 'געזאנג' - די 'פסוקי דזמרה', מיט א יראה און אהבה, וועלן זיי ווערן באדעקט און פאַרשטעלט פון די דינים, ווייל דורך פסוקי דזמרה קען מען מבטל זיין אלע דינים, און זיך באשיצן פון זיי!
דעריבער ווערן די קאפיטלעך אנגערופן 'פסוקי דזמרה', ווייל דאס ווארט 'זמרה' איז א לשון פון 'פארשניידן'. דאס ווייזט, אז אויב זאגט מען די 'פסוקי דזמרה' מיט א פארכט, מיט א יראה און אהבה, מיט אן אמת און תמימות, קען מען פארשניידן אלע מקטרגים, מבטל זיין אלע שלעכטע דינים, פטור ווערן פון אלע יסורים, און זוכה זיין צו באקומען א שפע פון אלעם גוטס .
כב כב אוהב ישראל: עוד הצעיף גימ' רנה היינו שהועילה הצדקת רבקה אמנו ע"ה בתפלתה שע"י הרנה וזמרה של פסוקי דזמרה בכוונה שלימה ביראה ואהבה יוכלו להתכסות מהדינין וגם לבטלם מעליהם ולהגן בעדם. גם זמירות הוא לשון זמיר עריצים. היינו שע"י הזמירות באימה ויראה ואהבה באמת ותמים יוכל לזמר ולהכרית כל המסטינים והמקטריגים ולבטל כל הדינים מעליהם וכל היסורין ולהמתיקם בשורשם. ובזה יושפע להם כל טוב כיר"א והבן.