די חשוב'סטע עבודה: בענקען און גלוסטן צו טון דעם רצון ה'!
וְאַבְרָׂהָׂם זָׂקֵּן בָׂא בַיָׂמִּים וַה' בֵּרַך אֶת אַבְרָׂהָׂם בַכֹּל (כד, א)
און אברהם איז געווען אלט, ער איז שוין געקומען אין די עלטערע טעג, און דער אויבערשטער האט געבענטשט אברהם מיט אלעם גוטס
דער הייליגער צבי לצדיק זי"ע שטעלט זיך, אז לכאורה איז דאס א דאפלט לשון 'זקן' און 'בא בימים'? ווי אויך דארף מען פארשטיין וואס איז די ספעציעלע ברכה וואס דער אויבערשטער האט געבענטשט אברהם אויף דער עלטער, לכאורה איז ער דאך שוין געווען פול מיט געלט און פארמעגנס אויך אין זיינע יונגע יארן?
נאר ס'איז באקאנט, אז מיר אידן זענען באשאנקען געווארן מיט אסאך הייליגע עבודות, צו דינען דעם אויבערשטן, אבער די בעסטע חשוב'סטע עבודה איז, צו שטיין און בענקען "ווען וועל איך זוכה זיין צו מקיים זיין א מצוה פארן הייליגן באשעפער". אז מען זאל אויסווארטן מיט השתוקקות און גלוסטעניש צו קענען האבן די מעגליכקייט צו טון דעם רצון ה', ווי למשל, אז מען זאל וואַרטן צו האבן א הויז כדי צו קענען מקיים זיין די מצוה פון מזוזה און די מצוה פון 'מעקה' [ א צוים], מען זאל וואַרטן צו האבן א קלייד כדי צו קענען מקיים זיין די מצוה פון ציצית, מען זאל וואַרטן אויף קינדער כדי זיי צו קענען אויפציען צו תורה און מעשים טובים, און אזוי ווייטער.
אט די הכנה וואס א מענטש 'וויל' מקיים זיין די מצוות נאך פאר ער קען דאס למעשה אויספירן, דאס איז זייער טייער ביים אויבערשטן, ווייל דאס ווייזט אז זיין הארץ ברענט פאר אהבת ה'. פאר אזא מענטש וועט דער אויבערשטער אים באצאלן מידה כנגד מידה און אים צוברענגען די חפץ וואס ער האט געדארפט, כדי ער זאל טאקע קענען מקיים זיין די מצוה למעשה.
געווענליך איז דער סדר פון דער וועלט, אז די צייט פליעט, יעדע מינוט גייט פארביי, און דאס איז מער נישטא צו באקומען, אבער אזא מענטש וואס גלוסט שטענדיג צו קענען מקיים זיין די מצוות פונעם אויבערשטן און אויספירן זיין רצון, ביי אים גייט נישט די זמן אריבער, ווייל ווען עס גייט אריבער די צייט פון דער מצוה, גלוסט ער ווייטער ווען עס וועט שוין ווידעראמאל אנקומען די צייט צו קענען מקיים זיין די מצוה, דעריבער ווערט אזא מענטש אנגערופן 'בא בימים', ווייל ער קומט מיט אלע טעג, זיינע טעג לויפן נישט אוועק, וויבאלד זיין השתוקקות איז אויף די שפעטערדיגע טעג.
דאס איז די כוונה פון דעם פסוק: "וְאַבְרָׂהָׂם זָׂקֵּן בָׂא בַיָׂמִּים" – אברהם איז געווען אזא סארט 'זקן' וואס ער איז געקןמט מיט אלע זיינע טעג, וויבאלד ער האט שטענדיג געבענקט און געגלוסט, צו קענען דערגרייכן דער צייט וואס ער וועט קענען טון דעם רצון ה', "וַה' ב רַך אֶת אַבְרָׂהָׂם בַכֹּל" – דעריבער האט אים דער אויבערשטער באצאלט מידה כנגד מידה, און אים נאכגעגעבן זיין רצון, אז ער זאל קענען אויספירן זיין באגער ("בכל" איז א לשון פון 'רצון', אזויווי 'כלתה נפשי') .
במדת אברהם מדת החסד אזי אח"כ בשבת קודש בא לבחי' זקן בחי' חכמה ע"ד אמרם ז"ל (קידושין לב) אין זקן אלא מי שקנה חכמה וזהו בא בימים פי שע"י ימי החול בא לבחי חכמה בחי זקן וד"ל. ז ז צבי לצדיק: ואברהם זקן בא בימים וד' ברך את אברהם בכל דלכאורה הוא כפל לשון זקן וגם בא בימים גם מהו הברכה אשר ברך אותו לעת זקנתו הלא גם בימי בחרותו הי' כבד מאד במקנה בכסף ובזהב כמפורש בכתוב כמה פעמים ונראה דהנה ידוע שכמה מיני עבודות יש באומה הישראלית והטוב שבהם הוא מי שעומד ומצפה מתי יבא אותו הזמן לקיים אז מצות