די מידה וואס אליעזר האט גע'ירש'נט פון אברהם
וָׂאָׂבֹּא הַיוֹּם אֶל הָׂעָׂיִּן (כד, מב)
[אליעזר האט דערציילט:] און איך בין היינט אנגעקומען צום קוואל
רש"י ערקלערט, אז פון דעם זעט מען אז אליעזר האט זוכה געווען צו 'קפיצת הארץ' [די ערד איז אים אקעגן געשפרונגען], ווייל אין דעם טאג וואס ער איז ארויסגעגאנגען איז ער שוין אנגעקומען
דער הייליגער תפארת שמואל פון אלכסנדר זי"ע ערקלערט: אברהם אבינו האט געזוכט און גענישטערט א ריכטיגע עצה, וויאזוי זיך צו קענען האלטן ביים אויבערשטן, און ער האט געטראפן די גוטע מידה פון הכנעה, זיך צו האלטן אזוי נידריג אזויווי דער ערד. אליעזר איז געווען דער גרויסער תלמיד פון אברהם אבינו און פון אים האט ער זיך געלערנט די מידה פון ענוה.
דאס איז די כוונה פון דעם פסוק: "וָׂאָׂבֹּא הַיוֹּם אֶל הָׂעָׂיִּן", אז אליעזר האט געזאגט, אז ער האט דערגרייכט צו די מדריגה פון 'אַיִּן' – זיך צו האלטן ווי 'נישט', ווייל ס'איז באקאנט, אז דער אות א' און דער אות ע' קענען צומאל ווערן ארומגעטוישט, דעריבער קען דאס ווארט 'עין' ווערן איבערגעדרייט צו 'אין'.
דאס איז די כוונה פון רש"י, אז ער האט זוכה געווען צו 'קפיצת הארץ', דאס איז מרמז, אז ער האט זוכה געווען צו די מידה פון אברהם אבינו, וואס האט זיך געהאלטן אזוי נידריג ווי דער ערד ['ארץ'].
טאקע צוליב זיין ענוה און שפלות האט אליעזר זוכה געווען צו מצליח זיין אין זיין שליחות, און ער האט געהאט א געוואלדיגע סייעתא דשמיא צו אויספירן זיין שליחות אויפן בעסטן פארנעם .
יז יז תפארת שמואל (יב): ואבוא היום אל העין פרש"י ז"ל מכאן שקפצה לו הארץ. ואולי נוכל לומר במה שאה"כ (פ' לך) ויעבור אברם בארץ והיינו שעבר וחפש עצה וקיום לתורת ד' ומצא מדת ההכנעה והשפלות עדי ארץ ע"ד וענוים ירשו ארץ (תהלים ל"ז). וזהו ואבוא היום אל העין בחילוף אתוון דאחה"ע הוא אין, עי"ן ואל"ף מתחלפין, והיינו שבא למדת האין וכעין דרשת רז"ל (ב"ר ב') מי העיר ממזרח צדק וגו' א"ת העיר אלא האיר שהקב"ה האיר לו. וז"ש רש"י ז"ל מכאן שקפצה לו הארץ, מדת אברהם ואנכי עפר ואפר, ועי"ז הי' יכול להתפלל שימצא הזיווג ליצחק כי אליעזר הי' תלמידו של אאע"ה ובן משק ביתו ולמד ממנו מדת ההכנעה לזה אמר ואבוא היום אל העין שהוא האין והיינו דאהני לי' שבשפלותו זכר לו הקב"ה שיזכה לעשות שליחותו כהוגן.