“ער וועט זיכער מצליח זיין” – פשוט אזוי!

השגחה פרטית | November 07, 2026

רבי צבי אייזנבערג שליט"א פון שכון סקווירא דערציילט:

איך וויל אייך מיטטיילן א וואונדערליכע מעשה וואס האט פאסירט ממש לעצטנס, וואס כ'האב געהאט די זכיה אליינס מיטצוהאלטן מיט מיינע אייגענע אויגן.

איך האב די גוטע מזל צו זיין זייער נאנט מיט צוויי חשוב'ע בעלי בתים, ביזנעס שותפים וואס וואוינען אויך אין סקווערער שטעטל. די צוויי אידן זענען אמת'ע מוקירי תורה, זיי האבן א ווארעם הארץ און א ספעציעלע געפיל פאר תלמידי חכמים וואס זענען זיך מוסר נפש אויף לימוד התורה. א שטיק צייט צוריק, ווען א צאל באקאנטע פילאנטראפן האבן געטאפלט די כולל-געהאלט פאר די יונגעלייט וואס לערנען אין די בארימטע לעיקוואודער ישיבה, האבן די צוויי חברים באשלאסן אז מ'קען נישט לאזן די חסיד'ישע יונגעלייט אונטערשטעליג...

די צוויי שותפים האבן זיך אונטערגענומען אליינס אנצופירן די גאנצע מאסיווע איניציטיוו, פון טאפלען במלוא מובן המילה דאס געהאלט פאר די קרוב-צו-טויזנט כולל יונגעלייט אין סקווירא. זעלבסט פארשטענדליך אז די צוויי שותפים האבן נישט געקענט אויפהאלטן אזא ריזיגע בודזשעט אויף זייערע אייגענע פלייצעס, דעריבער זענען זיי ארומגעגאנגען צו נאך רייכע אידן און געבעטן זייער שטיצע אויף דעם גראנדיעזן פראיעקט. דורכאויס די וואכן אין לויף וואס די פאלגנדע מעשה האט זיך אפגעשפילט, זענען די צוויי נגידים געווען פולקאם אריינגעטון אנצופירן א מאסיווע "יששכר זבולון" קעמפעין. די ציל פון דעם פראיעקט איז געווען, אז יעדער יונגערמאן אין שטעטל זאל באקומען א פערזענליכער 'זבולון' וואס וועט אים אויסצאלן זיין געטאפלטע געהאלט, אזוי ארום וועט די אונטערנעמונג קענען האבן א קיום פאר לאנגע יארן מיטן אויבערשטנ'ס הילף.

איך האב מיטגעהאלטן פון די נאנט ווי די צוויי אידן האבן פולשטענדיג פארוואנדלט זייערע ביזנעס הויפטקווארטירן - א טעטיגע ארט וואס ווירבלט טעגליך מיט צענדליגער ארבעטער – אין א צדקה-קאסע אפיס, וואס האט זיך כמעט נאר געדרייט ארום די "יששכר זבולון" פראיעקט.

און דער באשעפער איז זיי נישט שולדיג געבליבן – געווען איז עס פרשת כי תבא תשפ"ו. ס'איז דא א פרייער איד וואס וואוינט אין פלארידע, פאר וועמען די צוויי נגידים זענען געווען שולדיג 5.3 מיליאן דאלאר צוליב א געוויסע געשעפט. די צוויי שותפים האבן געהאט געפרואווט זייער מזל, און פארהאנדלט מיטן בעל חוב אז ער זאל זיי אראפלאזן דעם סכום צו 4.3 מיליאן דאלאר. יענע פרייטאג צופרי פרשת כי תבא, איז אנגעקומען א בריוו פון דעם בעל חוב אין פלאדירע, וואו ער האט זיי געמאלדן אז ער איז זיי אייגנטליך גרייט נאכצולאזן און אראפלאזן דעם חוב צו בלויז 1.3 מיליאן דאלאר! ער האט דאס בייגעלייגט מיט א תנאי אז זיי צאלן אים אויס די גאנצע סומע אויף איינמאל, אן אויפשטעלן א 'פעימענט פלען' (תשלומים).

איבריג צו זאגן, אז ווען דער בעל חוב'ס מעסעדזש איז אנגעקומען צו זיי, איז געווארן הויך יום טוב אין אפיס. אפילו פאר אן ערנסטער גביר, איז זיך איינשפארן פיר הונדערט טויזנט דאלאר גארנישט קיין קלייניגקייט...!

די זאך איז נאר, אבער פונקט דעמאלטס איז די אפיס געווען פארנומען ביז איבערן קאפ מיט עפעס פיל וויכטיגער! איינער פון די שותפים, 'ראובן' – ווי ס'גייט אין אלע מעשיות – האט פונקט געהאלטן אינמיטן זיצן ביי א וויכטיגע באנקעט מיט א רייע גבירים, וועמען ער האט פרובירט איבערצורעדן זיי זאלן זיך אנשלאסן צווישן די 'זבולונ'ס' און זיך אונטערנעמען צו אויסצאלן די געטאפלטע געהאלט פאר א כולל-יונגערמאן.

דערווייל איז דער צווייטער שותף, 'שמעון', געזעצן מיטן לויער פון זייער פירמע און זיי האבן צוזאמען אויסגעארבעט אלע דעטאלן פון די דיעל. ער האט אנגערופן ראובן, וואס איז ווי ערווענט געזעצן ביי א מיטינג מיט די זבולונ'ס, און אים דערציילט די גוטע בשורה: זיי האבן באוויזן אראפצוקלאפן דעם חוב צו 1.3 מיליאן, אבער דאס געלט מוז שוין יעצט ווערן אפגעשיקט! צו זיין וואונדער, האט אים אבער ראובן געענטפערט: "געב מיר נאך צען מינוט; איך מוז דא פארענדיגן א יששכר-זבולון מיט אפאר מענטשן..."

שמעון איז געווארן זייער אנגעצויגן. זייער לויער האט שוין געדארפט פארלאזן דעם אפיס, און די לעצטע זאך וואס ער האט יעצט געוואלט איז פארפאסן די זעלטענע געלעגנהייט פון באקומען אזא פאנטאסטישע הנחה. די 'טרענספער' דארף די מינוט ווערן געמאכט קיין פלארידע – און די חוב ווערט א פארגאנגענהייט! ווידעראום אויב זיי וועלן אפילו אביסל צואווארטן, זענען זיי אומשטאנד צו פארלירן דעם גאנצן אנבאט... אבער שמעון האט זיך גלייך אריענטירט. ער האט געטראכט פאר א מינוט, זיך באהערשט, און געענטפערט זיין שותף: "ראובן, ביסט הונדערט פראצענט גערעכט; די הייליגע תורה קומט פאר אלעס! אוודאי זאלסטו צוערשט אפענדיגן די מיטינג מיט דיינע חברה, און גלייך דערנאך וועלן מיר ערלעדיגן דעם חוב".

דורכאויס די קומענדיגע פאר מינוט ווען ראובן האט פארענדיגט מיט די גבירים, האט שמעון פארענדיגט אלע איינצלהייטן מיט זיין לויער און פולקאם אנגעגרייט די דעטאלן פון די אפצאל טרענספער. אלעס איז שוין געווען גרייט. זיי זענען געווען סעקונדעס אוועק פון דרוקן "סענד" וואס וואלט אריבערגעשיקט דאס גאנצע געלט. אלץ וואס האט געווארט, איז געווען אז דער צווייטער שותף זאל ווערן פריי...

דערצווישן האט שמעון געטראכט צו זיך: 'ווי לאנג איך זיץ דא און ווארט אז ראובן זאל ענדיגן זיין זיצונג און צוריק אהערקומען, קען איך דאך עפעס אויפטון'. דערביי האט זיך אנגעהויבן וועבן א פשוט'ע ביזנעס חשבון אין זיין קאפ: אויב דער בעל חוב איז יעצט אזוי שטארק אנגעוויזן אויף דאס געלט, אזש ער איז גרייט אזוי דראסטיש אראפצולאזן דעם חוב – דעמאלטס אפשר קען מען אים נאך אביסל אראפדרוקן... ער האט זיך אבער געשעמט צו זאגן פאר זיין לויער אז פונקט יעצט, ווען מ'גייט אט-אט אפשיקן דאס געלט, וויל ער פרובירן נאך מער אראפצולאזן דעם פרייז.

שמעון האט באשלאסן עס צו פרובירן טון אליינס. ער האט אנגערופן זייער בעל חוב אין פלארידע, און אים געפרעגט אויב ס'איז אקטועל צו רעדן פון נאך מער אראפלאזן די סומע. שמעון האט גערעדט, אבער דער בעל חוב אויפן אנדערן זייט טרייבל האט נישט געהאט קיין אהנונג פון וואס ער רעדט... א הנחה! וועלכע הנחה? זייט ווען האט מען בכלל גערעדט פון א הנחה...? אין איין ווארט: ס'האט זיך אויסגעשטעלט אז די צוויי שותפים זענען שיער געפאלן א קרבן פאר א שרעקליכע שווינדל! א פרעכע פראוד!

א באנדע שווינדלער האבן געהאט נאכגעפאלגט יעדע ריר וואס יענער בעל חוב האט געגעבן, זיי האבן אונטערגעהערט אלע שמועסן וואס ער האט אפגעהאלטן מיט די צוויי אידישע שותפים, און זיי האבן אפגעשריבן דעם בריוו ווי זיי טוען אזוי גוט-הארציג אראפלאזן די חוב אויף 1.3 מיליאן דאלאר...

פארשטייט זיך, אז די באנק אקאונט וואס זיי האבן אנגעגעבן איז געווען זייער אייגנ'ס, און געוויס האבן זיי געוואלט אז דאס געלט זאל דארט וואס שנעלער אריינקומען, ווי ס'וועט ווערן איינגעשלינגען אויף אייביג. די טרענספער וואס די צוויי נגידים זענען געשטאנען ביים שוועל פון אויספירן, וואלט אפגעשיקט די ריזיגע סומע געלט דירעקט צו די שווינדלער!

מ'קען זיך אליינס פארשטעלן, אז ווען ראובן וואלט זיך געלאזט פון זיין דראנג און אפגעשטעלט די מיטינג מיט די גבירים כדי צו באשטעטיגן די טרענספער, וואלט א גיגאנטישע דריי מיליאן, הונדערט טויזנט דאלאר געווארן פאר'תכל'עוועט אין ים אריין, אן קיין וועג אויף צוריק.

מיר זענען בלויז קליינע מענטשן. מיר האבן נישט קיין העכערע השגות און מיר קענען נישט פארשטיין די חשבונות פון הימל, אבער די מציאות ביי די מעשה האט זייער קלאר אויפגעוויזן: די זכות פון תורה הקדושה האט אויפגעהאלטן דעם שותף פאר יענע קריטישע צען מינוט, און זיי דערביי פארמיטן א ביטערע 1.3 מיליאן דאלארדיגע געלט שאדן.

קורצליך נאך די פאסירונג האט מיר ראובן געזאגט די פאלגנדע מורא'דיגע אנעקדאט: "ס'איז שוין זייער אסאך יארן וואס משולחים פון יעדן סארט, קלאפן אן ביי מיין טיר פאר נדבות. יעדער גבאי צדקה זאגט מיר צו אלע מיני ברכות, אלע זענען פול מיט אן א שיעור מעשיות פון אפענע ישועות... אבער איך, ליידער, בין קיינמאל נישט געווארן איבריג שנעל באאיינדרוקט פון די אלע זאכן. אייגנטליך פלעג איך אלץ זאגן: 'די אלע היינטיגע מעשיות רעדן נישט צו מיר!'

"פארשטייט זיך אז אן ערליכער איד גלייבט אין די מורא'דיגע כח וואס ליגט אין די הייליגע תורה און אין די מצוה פון צדקה, אבער פארט האט דאס נישט קיין שייכות מיט די אלע היינטיגע סארט מעשה'לעך. אבער לעצטנס, נאך אפאר וואכן אריין אין אונזער 'יששכר זבולון' פראיעקט, האב איך זיך אנגעהויבן אנצוהערן פון א רייע זבולונ'ס איבער אן א שיעור אפענע זאכן וואס זיי האבן אליינס בייגעוואוינט! כ'האב אנגעהויבן הערן ווי ס'ווערט ווירקליך מקוים ביי זיי די ווערטער וואס שטייט אין אור החיים הקדוש (פרשת וזאת הברכה): "שמח זבולון – כי בוודאי תצליח".

"ווען דער ערשטער זבולון האט מיר אנגערופן און דערציילט א וואונדערליכע ישועה וואס ער האט געהאט; א ישועה וואס ער האט אנגעוואנדן אין די זכות פון זיין שותפות מיט א יששכר, האב איך זיך נאך אונטערגעשמייכלט... אבער ווען א צווייטער, א דריטער, פערטער און פינפטער האבן מיר אנגערופן, בשעת יעדער פון זיי האט געהאט אפענע מעשיות צו דערציילן, יעדער האט אליינס בייגעוואוינט ווי א פרישע מקור פון השפעות האט זיך געעפנט פאר זיינע אויגן, איז מיר שוין געווארן זייער שווער ווייטער אנצוהאלטן די צוגאנג פון נישט גלייבן אין קיין היינטיגע מעשה...

"אבער פאריגע וואך פרייטאג – איז געווען די מכה בפטיש.

דעמאלטס, האט עס מיר געפאטשט אין פנים! יענע טאג, האט מיר דער אויבערשטער געגעבן די זכיה צו קענען אליינס זען מיט מיינע אייגענע אויגן, ווי ער באשיצט אונז פון אריינפאלן אין אזא שרעקליכע פארלוסט – און אלעס א דאנק די פעולות וואס מיר האבן געטון פאר די תורה'ס וועגן.

"ביי דעם פונקט האב איך געמוזט מודה זיין די הארטע מציאות:

יא, א מענטש קען דאס זען און שפירן אויף זיין אייגענע הויט... ווען דער אור החיים הקדוש האט געשריבן "דו וועסט זיכער מצליח זיין" – האט ער נישט נאר געמיינט אז מ'דארף 'גלייבן' דערין, נאר ער האט געמיינט אז צומאל קען מען זוכה זיין עס צו אפילו 'זען'.

אוודאי בין איך נאר א מענטש און איך ווייס נישט אויב מ'קען עס אלעמאל זען גלייך אויפן ארט, אבער ביי דעם פאל האבן מיר יא געהאט די זכיה עס צו זען גלייך, אויפן מינוט און אפענערהייט!"

האט איר זוכה געווען צו זען א מעשה פון השגחה פרטית? רופט אריין צו קו השגחה פרטית: 1-518-613-0140 דריקט 3 און דערנאך 0

אדער שיקט אן אימעיל צו די מערכת [email protected]

PDF Preview