פארוואס פעלט אויס א מעקלער?

השגחה פרטית | November 07, 2026

מעשיות פון השגחה פרטית פון היינטיגע צייטן

רבי יעקב יהודה פריינד שליט"א פון ניו יארק דערציילט: מיר וואוינען אין ארץ ישראל, און דער אויבערשטער האט אזוי צוגעפירט אז מיר האבן געדארפט ארויספארן קיין חוץ לארץ פאר זעקס חדשים. מיר האבן אבער נישט געוואלט לאזן אונזער דירה ליידיג פאר גאנצע זעקס חדשים, דעריבער האבן מיר באשלאסן עס צו פארדינגען ווילאנג מיר וועלן וויילן אין חוץ לארץ. למעשה האבן מיר זיך גערישט אז דאס גייט נישט אנקומען אזוי גרינג. ווער זוכט דען א דירה פאר בלויז זעקס חדשים?! ממילא ווען ס'רעדט זיך פון א קליינע דירה'לע – קען מען צומאל טרעפן א יונגע פארפאלק וואס זוכט עס צו דינגען פאר א קורצע צייט, אבער אונזער דירה איז גאנץ גרויס און איז מער מער געאייגנט פאר א קינדער-געבענטשטע משפחה; ווער דארף דען אזאנס? באצאלן פאר א מעקלער איז אויך נישט געווען קיין אפציע; מיר האבן דאך וויכטיג געדארפט האבן דאס געלט אויך פון די ערשטער חודש, דעריבער האב איך ניטאמאל פרובירט צו רעדן מיט א מעקלער. וואס האב איך יא געטון? כ'האב אנגעהויבן מתפלל זיין צום אויבערשטן, כ'האב אים געבעטן ער זאל אונז צושיקן איינער וואס וויל דינגען אונזער דירה. נאכן מתפלל זיין, האב איך זיך אינגאנצן פארלאזט אויף אים.

איין טאג, א וואך פאר מיר האבן געזאלט ארויסגעפארן קיין חוץ לארץ, ווען כ'האב געהאלטן אינמיטן אהיימגיין, האט זיך מיטאמאל אפגעשטעלט א קאר נעבן מיר. דער דרייווער האט אראפגעלאזט דעם פענסטער און מיר געפרעגט: "זאג נאך, אפשר ווייסטו אויב איינער אין דעם געגנט האט א דירה צו פארדינגען?" "יא! דא, אין דעם בנין!" דער מענטש איז געווען היבש איבערראשט צו הערן אזא שנעלע אנטווארט, און ער האט מיר איבערגעפרעגט: "מיינסט עס ערנסט?" "אוודאי! אויב דו ווילסט, קענסטו מיר ארויפקומען צו מיר אינדערהיים און אליינס זען די דירה". דער מענטש האט מסכים געווען, ער איז ארויס פון קאר און מיר נאכגעגאנגען ביז מיין הויז. ווי נאר כ'האב געעפנט די טיר און אים אנגעהויבן ארומצואווייזן די צימערן, איז ער געווארן אלץ מער באאיינדרוקט. די דירה איז אים זייער געפאלן. נאך אפאר מינוט האט ער מיר געפרעגט: "זאג, ס'וואלט דיר געווען א פראבלעם עס צו פארדינגען פאר בלויז זעקס חדשים...?"

"אויסגעצייכנט!" האב איך געזאגט, אינגאנצן איבערגענומען, "אייגנטליך האבן מיר נישט געפלאנט עס צו פארדינגען פאר לענגער ווי זעקס חדשים. מיר ווילן נאך צוריק אהערקומען". "אזא השגחה פרטית!" האט דער מענטש אויסגערופן, הערנדיג מיינע ווערטער, "מיר האבן שוין פארקויפט אונזער אלטע דירה, אבער די נייע דירה גייט זיין גרייט ערשט אין נאך זעקס חדשים. כ'האב געהאט געבעטן דעם אויבערשטן ער זאל אונז העלפן טרעפן א פאסיגע דירה פאר די צייט וואס איך דארף, און דא, בחסדי שמים, האב איך דיר אנגעטראפן פונקט אין צייט!"

אונזער באגעגעניש האט זיך געענדיגט מיט אן אונטערגעשריבענע קאנטראקט, ווי ער האט אפגעדינגען די דירה פאר זעקס חדשים - בשעת דער איינציגסטער פארמיטלער צווישן אונז, איז געווען דער הייליגער באשעפער אליינס; דער וואס ענטפערט די תפילות וואס זיינע באליבטע קינדער בעטן אים.

PDF Preview