Skip to content

הלכות תפילה

א שליח ציבור זאל נישט מאריך זיין צוליב טירחא דציבורא, טאמער האט ער אינזין צו דאנקען השי"ת מיט זיין זיסע שטימע מעג ער מאריך זיין בכובד ראש באימה ויראה, אבער ער זאל נישט מאריך זיין יותר מדאי. ( מחבר סימן נג סעיף יא)

א ש"ץ קבוע וואס איז עלטער געווארן, מעג ער שטעלן זיין זוהן, אויב דער זוהן איז אזוי חשוב ווי דער טאטע, אבער נאר טאמער ער האט יראת שמים און קען גוט דאווענען, כאטש ער האט נישט א זיסע שטימע ווי דער טאטע. (רמ"א סימן נג סעיף כה ומשנ"ב סקפ"ד)

PDF Preview