לעב א רואיג לעבן, ווארף אוועק דיינע דאגות!
וַיִּהְיו חַיֵּי שָׂרָׂה מֵּאָׂה שָׂנָׂה וְעֶשְרִּים שָׂנָׂה וְשֶבַע שָׂנִּים שְנֵּי חַיֵּי שָׂרָׂה (כג, א)
און די לעבנסטעג פון שרה זענען געווען הונדערט און צוואנציג יאר, דאס זענען געווען די יארן וואס שרה האט געלעבט
דער הייליגער בית אברהם פון סלאנים זי"ע שרייבט: די ראשי תיבות פון די ווערטער ו'יהיו ח'יי ש'רה איז די זעלבע גימטריא פון דעם הייליגן שם שד"י [314]. דער שם איז מרמז אויף די גוטע מידה פון 'הסתפקות' – צו זיין צופרידן מיט וואס מען פארמאגט, און נישט גלוסטן מער [ווייל דער באדייט פון 'שד"י' איז שֶׁדַי – ס'איז גענוג (זע רש"י בראשית יז, א)]. דער פסוק איז מרמז, אז נאר דער וואס פארמאגט אט די מידה פון 'הסתפקות', זיך צו באגענוגנען מיט וואס מ'האט, ער האט א גוט לעבן, ווייל ער איז קיינמאל נישט באזארגט, און ער איז אלעמאל פרייליך. און אט דאס איז געווען די מדריגה פון שרה, אז זי איז אלעמאל געווען צופרידן, דעריבער זאגט דער פסוק: "ויהיו חיי שרה", אז שרה האט געלעבט א גוט לעבן.
לויט דעם קען מען ערקלערן די ווערטער פון רש"י, אז שרה איז ביי די הונדערט יאר געווען פונקט ווי ביי די צוואנציג יאר, ביי די צוואנציג איז זי געווען אזויווי ביי די זיבן יאר. ווייל ביי די צוואנציג יאר איז די צייט ווען עס ברענט אינעם מענטש תאוות און גלוסטעניש זיך נאכצוגעבן אלע הבלי עולם הזה, און דאן שפירט מען שטענדיג ווי עס פעלט נאך גשמיות, און מען דארף נאך עולם הזה, אבער שרה איז אין דער צייט געווען פונקט ווי א קליין קינד פון זיבן יאר, וואס ס'פעלט אים גארנישט, און ער איז צופרידן מיט וואס ער האט.
דאס וואס רש"י זאגט, אז ביי די הונדערט יאר איז שרה געווען אזויווי ביי די צוואנציג, דאס גייט ארויף אויף די רוחניות'דיגע דאגות. ווייל ווען א מענטש איז יונג זארגט ער זיך נישט אזוי אויף זיין רוחניות, ער טראכט נישט וואס ס'וועט זיין אויף יענע וועלט, אבער ווען מען ווערט עלטער ווערט מען אינגאנצן באזארגט און פארלוירן איבער דעם רוחניות'דיגן מצב, און דאס קען ברענגען צו מחשבות פון יאוש, און צוליב דעם טוט מען נישט אפילו וואס מען קען נאך יא אריינכאפן, אבער שרה איז געווען ביי די הונדערט יאר פונקט ווי ביי די צוואנציג יאר, אז אפילו ביי די הונדערט יאר איז זי געווען פול מיט בטחון און חיזוק, זי האט זיך פארלאזט אויף די ענדלאזע חסדים פונעם אויבערשטן, אז דער גוטער רחמנות'דיגער באשעפער וועט איר זיכער נישט פארלאזן אויף יענע וועלט.
ווי אויך איז שרה געווען ביי די הונדערט פונקט ווי ביי די צוואנציג, וואס דאן איז מען זיך כסדר מחזק אנצוהייבן פונדאסניי, א יונגער מענטש איז זיך שטענדיג מקבל זיך צו פארבעסערן פון היינט און ווייטער, דאס זעלבע איז שרה געווען ביי די הונדערט יאר, אז זי האט זיך מחזק געווען אנצוהייבן דינען דעם אויבערשטן מיט א פרישקייט און א נייע חיות .
ג ג בית אברהם: ו'יהיו ח'יי ש'רה ר"ת בגימ' שם הק' שד"י שאמר לעולמו די ומרומז בזה ענין ההסתפקות כמאחז"ל איזהו עשיר השמח בחלקו היינו המסתפק במה שיש לו ואיש חי נקרא שאינו דואג כלל והוא שמח בכל המצבים וזו הי' דרגת שרה בת כ' שהתקופה ההיא בחום השאיפות והתאוות ותמיד חסר לו אז היתה כבת ז' אז לא חסר לאדם כלום ומסתפק במה שיש לו, בת ק' כבת כ' לחטא היינו לענין דאגות עניני עוה"ב כמו בתקופת העשרים שאינו מרבה לדאוג כ"כ דאגות עוה"ב כמ"כ היתה בהיות בת ק' מלא בטחון וחזוק ברחמי השי"ת שהוא מלא רחמים וירחם עליה גם בעלמא דאתי וכמו בתקופת העשרים שהוא מתחזק כל פעם ומקבל עליו מהיום והלאה להיטיב את דרכיו בחייו כמ"כ לעת זקנה בהיותו בן ק' יתחזק ויקבל כל פעם על עצמו מהיום והלאה לעבוד את השי"ת ביתר שאת וביתר עז.