Skip to content

לעבן מיט דער צייט

געדאנקען אויף דער פרשה פון דער וואך פאר קינדער און יוגנט לויט די שיחות פון ליובאוויטשער רבי'ן

פרשת חיי שרה

אויף דער פרשה ואברהם זקן בא בימים זאגן די רז"ל: יפה שיחתן של עבדי אבות מתורתן של בנים (עס זיינען בעסער די רייד פון די קנעכט פון די אבות ווי די תורה פון די קינדער.) ווארום כמה גופי תורה לערנט מען פון איין אות. דאס הייסט אז "תורתן של בנים" איז געזאגט געווארן קורץ, דורך א רמז. אבער שיחתן של עבדי אבות שטייט באריכות און אויספירלעך. נאך מער: איין ענין שטייט צוויי - דריי מאל, אזוי ווי די מעשה פון אליעזר. עס שטייט פריער וואס אברהם האט עם געזאגט און וואס האט מיט עם פאסירט. דערנאך שטייט דאס אלץ נאך אמאל, ווי אליעזר דערציילט וואס אברהם האט עם געזאגט און וואס האט מיט עם פאסירט.

איינע פון די זאכן וואס אליעזר האט געגעבן רבקה איז געווען צוויי צמידים (האנט-בענדער.) זאגט רש"י אז זיי זיינען אנטקעגן די צוויי לוחות. די עשרת הדברות זיינען געווען "חרות על הלוחות" אויסגעקריצט, ניט אנגעשריבן.

דער אונטערשייד צווישען שרייבען און אויסקריצען איז: ווען מען שרייבט מיט טינט אויף פארמעט איז די טינט (די אותיות) א באזונדערע זאך און די פארמעט איז א באזונדערע זאך. אבער ווען די אותיות זיינען אויסגעקריצט, זיינען די לוחות ניט א באזונדערע זאך פון די עשרת הדברות, נאר פון די לוחות אליין זיינען געמאכט די אותיות.

ווען מען לערנט תורה קענען אויך זיין צוויי זאכען: די רייד פון תורה און דער מענטש וואס לערנט די תורה בלייבן צוויי באזונדערע זאכען. מען דארף לערנען תורה אין אן אופן אז די תורה ווערט "תורתו" - זיין תורה - אז ער מיט די תורה ווערן איין זאך.

דערפאר האט אליעזר געגעבן צמידים אנטקעגן די לוחות דוקא, צו ווייזען אז עס איז ניט גענוג אז א איד זאל מקיים זיין די תורה, אבער ער מיט די תורה זיינען צוויי באזונדערע זאכען. נאר ער מיט דער תורה דארפן ווערן איין זאך. ער דארף מאכען פון זיך אליין תורה. ער ווערט איינס מיט אנכי ה' אלקיך און אזוי אויך מיט די אנדערע דברות.

)לקו"ש ח"א ע(36 '

PDF Preview