לא יחסרו

השגחה פרטית | November 07, 2026

אבטח בך

מאמר חיזוק ממשפיעי קו השגחה פרטית

הרה”ח ר’ דוד קלצקין שליט”א

א מענטש וואס שפירט אז אלעס וואס ער האט יעצט אויף די מינוט איז די סאמע בעסטע וואס ס'קען נאר זיין פאר אים, בלייבט שטענדיג רואיג און זיכער אז ווי נאר ער וועט באמת דארפן עפעס מער אדער סיי וואס – וועט ער עס זיכער באקומען גראד פון אויבן. דער מענטש ווייסט מיט די פולסטע זיכערקייט, אז אויב דער אויבערשטער האט באשלאסן אים צו געבן עפעס ספעציפיש אין דעם מאמענט – איז א סימן אז פונקט דאס און גארנישט אנדערש איז גוט און ריכטיג פאר אים, יעצט אויפן מינוט. און כאטש ס'קען זיין אז אפאר מינוט שפעטער וועט אנקומען א שליח מיט נאך א מתנה פון הימל, און אז צוויי טעג דערנאך וועט אים אפווארטן א דריטע מתנה; נו, וועט דעמאלטס יענץ זיין דאס בעסטע פאר אים...

א מענטש וואס לעבט מיט אזא געפיל, איז אלעמאל פרייליך און צופרידן. ער שפירט כסדר אז יעצט, ממש אין די מינוט, האט ער אלעס וואס ער דארף, און אז אויב ער וועט דארפן נאך עפעס, וועט ער עס דעמאלטס באקומען. און אפילו ווען זיין הויז איז טרוקן ווי א ביין, טוט אים אט די געפיל ווייטער באגלייטן: ער ווייסט אז די געשעפטן זענען פול מיט סחורה; ס'איז דא גרינס אין פרוכט געשעפט, ס'איז דא טישן און בענק אין די מעבל געשעפט, די פאליצעס אין גראסערי ברעכן זיך אונטער זייער לאסט, און אויך אין אפטייק איז דא א ברייטע אויסוואל פון אלערליי היילונגען וואס העלפן כמעט יעדע סארט ווייטאג – אבער למעשה, ער קען דאך נישט אריינברענגען די גאנצע אינהאלט ביי זיך אינדערהיים, ער האט נישט קיין פלאץ פאר דעם גאנצן שפע... דעריבער, ווי נאר ער וועט עפעס דארפן, וועט ער פשוט קענען אריינגיין אין געשעפט און דארט איינקויפן וואס ער דארף. אויב אזוי, האט ער דאך טאקע אלעס וואס ער דארף אויף די וועלט!

ווען א מענטש לעבט מיט א געפיל אז ווען אומער ער וועט באמת דארפן האבן סיי וואס, קען ער עס פשוט טרעפן אין סיי וועלכע געשעפט – פעלט אים מער גארנישט. ווייל ער באקומט אלעס דירעקט פון הימל. ער איז נישט ווי א יונגע לייב וואס ווארט מיט אנגסט אויף א שטיקל פלייש כדי צו פארשטילן זיין הונגער, נאר ער איז אן עכטער בן מלך. זיינע אלע באדערפענישן ווערן צוגעשטעלט און דערלאנגט פאר אים פונקט אין די ריכטיגע צייט, אויב ער זאל נאר אויפהייבן זיינע אויגן צום טאטן אין הימל און זיך פארלאזן אויף אים.

אונזער וואונטש איז אז מיר זאלן זוכה זיין זיך צו וואס מער שטארקן אין אמונה ובטחון, און באמת שפירן ווי ס'פעלט אונז גארנישט. זאלן אלע ברכות וואס שטייען אין די תורה ווערן מקוים ביי אונז, אזויווי אונזערע הייליגע חכמים ז"ל האבן צוגעזאגט אז ווער ס'שטארקט זיך אין אמונה ובטחון, ווערט געבענטשט מיט אלע ברכות - "ברוך הגבר אשר יבטח בה'!" מיר זאלן געבענטשט ווערן מיט אלע ברכות פון בריאות הגוף והנפש, יעדער זאל באקומען אלע ישועות וואס ער דארף, און אלע אידן זאלן זוכה זיין צו אלעם גוטס.

PDF Preview