מעסעדזשעס פון די קוראי הגליון
אן אויוון אראפגעשיקט ווי פון אויבן
קודם א גרויסן ישר כח פארן אויסשפרייטן אייערע טייערע גליונות דא אין לאנד, עס איז א געוואלדיגע חיזוק און באגלייט מיט יעדן טאג ממש. איך וויל מיטטיילן אן אינטערעסאנטע השגחה פרטיות וואס כ'האב בייגעוואוינט בזכות שמירת עינים.
די אייזענעס אויפ'ן גאז רענטש ביי מיר אין קאך זענען פארקרומט געווארן פון צופיל היץ. כ'האב גערופן א טעכניקער דאס צו פאררעכטן, אבער ער האט מיר באשטעטיגט אז ער קען גארנישט טון דערצו, מ'דארף קויפן נייע אייזענעס אין א געוויסע געשעפט אויף 'רחוב יפו'. איך האב נישט געוואלט אריינגיין אין דער גאס, וואו מ'קען זיך חלילה שטרויכלען מיט ראיות אסורות, האב איך מחליט געווען אז ליבערשט זאל איך בלייבן מיט א פארקרומטע גאז רענטש ווי זיך מטמא זיין די אויגן.
א קורצע צייט שפעטער, גייענדיג אויף דער גאס, זע איך אז עמיצער האט ארויסגעלייגט אויף הפקר אן אויוון וואס ער האט מער נישט געדארפט. כ'געב א קוק און כ'באמערק אז ס'ליגט דערויף די אייזערנעס וואס זענען פונקט צוגעפאסט פאר מיין גאז רענטש! כ'האב עס טאקע אהיימגענומען און ס'איז טאקע געווען די ריכטיגע מאס גרייט צום באנוץ. צומארגנס ווען כ'בין דורכגעגאנגען אויפ'ן זעלבן פלאץ, איז שוין דער אויוון נישט דארט געווען... דער רבוש"ע האט מיר צוגעפירט אין די ריכטיגע צייט צום ריכטיגן ארט, כדי מיר צו געבן אזא שיינע מתנה גענצליך בחנם, אן קיין שום מכשול און אן קיין ראיות אסורות. הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו!
אשר פ., ירושלים עיה״ק
זייענדיג אויף דער גאס, זע איך אז עמיצער האט ארויסגעלייגט אויף הפקר אן אויוון וואס ער האט מער נישט געדארפט. כ'געב א קוק און כ'באמערק אז ס'ליגט דערויף די אייזערנעס וואס זענען פונקט צוגעפאסט פאר מיין גאז רענטש!