Skip to content

מ'זעט בפועל ווי עס איז געווארן און עס ווערט דער "ילחום מלחמת ה'" וינצח בכמה ענינים - ודוקא מתוך מלחמה של שלום

Lebin mit Moshiach | November 10, 2023

יג. . . אין דעם גופא — וואָס איז שייך צו דעם כינוס השלוחים בכל שנה ושנה — קומט צו דער חידוש בשנה זו במיוחד אין דעם קשר פון דער עבודה דהשליחות מיט "שלח נא ביד תשלח", די שליחות פון משיח צדקנו:

מ'האָט גערעדט פריער (סעיף א), אַז כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו האָט מודיע געווען, אַז מ'האָט שוין פאַרענדיקט אַלע עניני העבודה, און מ'שטייט שוין גרייט, "עמדו הכן כולכם", צו מקבל זיין משיח צדקנו.

ווי מ'זעט דאָס אויך (כמדובר כמ"פ) אין דעם וואָס אין די מאורעות העולם ווערן מקויים כמה סימנים אויף דער גאולה, אָנהויבנדיק פון דעם סימן (אין ילקוט שמעוני (ישעי' רמז תצט)) אַז "הגיע זמן גאולתכם" פון דעם וואָס "מלכויות מתגרות זו בזו" (מדרש לקח טוב לך לך יד, א. וראה גם ב"ר פמ"ב, ד), בפרט אין די מדינות הערביים [כולל — וואָס מ'האָט געזען בימים אלו, אַז אין דעם אַנטי-גערופענעם "ועידת השלום" האָבן זיי מודיע געווען אַז מ'איז גרייט מוותר זיין אויף כל הענינים צוליב "שלום" כביכול ובפועל האָט זיך אַרויסגעוויזן אַז "לא דובים ולא יער"! ואכ"מ].

און עס איז שוין מקויים געוואָרן דער סימן פון שנה שערבה — ה'תשנ"א ר"ת ה' תהא שנת נפלאות אראנו, און בהוספה בשנה זו — והולך ונמשך — ה' תהא שנת נפלאות בה, און בתוכה — אַז דאָס (נפלאות) ווערט דער מהות ותוכן ונשמה פון דעם יאָר.

און מ'זעט בפועל ווי עס איז געוואָרן און עס ווערט דער "ילחום מלחמת ה'" וינצח בכמה וכמה ענינים — ודוקא מתוך מלחמה של שלום. און נצחון איז אויך מלשון נצחיות, פאַרבונדן מיט דעם גילוי פון "נצח": נ' — שער הנון, צ' — שנת הצדי"ק (ווי אידן האָבן אָנגערופן דעם יאָר), און ח' — דער גילוי פון משיח צדקנו, וואָס איז פאַרבונדן מיט מספר שמונה (שמונה נסיכי אדם (סוכה נב, ב)).

דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז וויבאַלד די שלוחים האַלטן שוין פֿון לאַנג נאָך מילוי התחלת עבודת השליחות בהפצת התורה והיהדות והפצת המעיינות חוצה, און פֿון לאַנג נאָך אַמצעי עבודת השליחות, ביז אַז מ'האָט שוין מסיים געווען די שליחות (כהודעת נשיא דורנו הנ"ל), ואעפ"כ איז די גאולה האמיתית והשלימה נאָך ניט געקומען בפועל ממש — דאַרף מען זאָגן אַז ס'איז נאָך געבליבן עפּעס צו טאָן וואָס וועט ברענגען די גאולה בפועל.

און דאָס איז: ע"פ הידוע אַז "בכל דור ודור נולד א' מזרע יהודה שהוא ראוי להיות משיח לישראל" (פי' הברטנורא למגילת רות), א' "שראוי מצדקתו להיות גואל וכשיגיע הזמן יגלה אליו השי"ת וישלחו כו'" (ראה שו"ת חת"ס חו"מ (ח"ו) בסופו סצ"ח. וראה שד"ח פאת השדה מע' האל"ף כלל ע), ע"פ הודעת כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו, דער איינציקער שליח שבדורנו, דער איינציקער משיח שבדורנו, אַז מ'האָט שוין אַלע פאַרענדיקט — איז פאַרשטאַנדיק אַז ס'הייבט זיך אָן מקויים ווערן דער "שלח נא ביד תשלח", די שליחות פֿון כ"ק מו"ח אדמו"ר. און דערפֿון איז מובן, אַז די איינציקע זאַך וואָס איז איצטער געבליבן אין דער עבודת השליחות, איז: צו מקבל זיין פני משיח צדקנו בפועל ממש, בכדי ער זאָל קענען מקויים זיין שליחותו בפועל און אַרויסנעמען אַלע אידן פֿון גלות!

משיחות ש"פ ח"ש, כ"ה מ"ח, מבה"ח כסלו, ה'תשנ"ב - בפתיחת כינוס השלוחים העולמי -

PDF Preview