מַלְאָכִים בַּאגְלֵייטְן אױף טְרִיט אוּן שְׁרִיט
- עֶבֶד נֶאֱמָן
- מַלְאָכִים בַּאגְלֵייטְן אִים
- אֱלִיעֶזֶר אִיז גֶעװֶען אַרוּם גֶענוּמֶען מִיט נִסִּים
- מַלְאָכִים הַמוֹנֵי מַעְלָה
- חוֹנֶה מַלְאַךְ ה'
- כִּי מַלְאָכָיו יְצַוֶּה לָּךְ
- אַ מֶענְטְשׁ - אַ מַלְאָךְ
- דִי מַלְאָכִים הֶעלְפְן אוֹיספִירְן
- מוֹלִיכִין אוֹתוֹ – לְשׁוֹן רַבִּים
- זֶה לְעוּמַת זֶה
- נְשָׁמוֹת פוּן צַדִּיקִים
עֶבֶד נֶאֱמָן
הוּא יִשְׁלַח מַלְאָכוֹ לְפָנֶיךָ (כד ז)
דִי תּוֹרָה פַארְצֵיילְט וִוי אֱלִיעֶזֶר עֶבֶד אַבְרָהָם – דֶער גֶעטְרַייעֶר קְנֶעכְט װָאס הָאט בַּאדִינְט אַבְרָהָם אָבִינוּ מִיט אַ זֶעלְטֶענֶער אִיבֶּערְגֶעגֶעבְּנְקֵייט הָאט בַּאקֻומֶען אַ בַּאפֶעל פֿוּן זַיין הַאר אַבְרָהָם "גֵיי בְּרֶענְג אַ כַּלָּה פַאר מַיין זוּן יִצְחָק" אַבְרָהָם הָאט בַּאשְׁוֶוירְן אֱלִיעֶזֶר מִיט אַ הַארְבֶּער שְׁבוּעָה, אַז עֶר זָאל אוֹיסְפִירְן דֶעם שְׁלִיחוּת אוּן בְּרֶענְגֶען דֶער פַּאסִיגֶע שִׁדּוּךְ לוֹיט דִי אָנְוַוייזוּנְגֶען װָאס אַבְרָהָם הָאט אִים פַארְאוֹיס גֶעזָאגְט.
דִי אוֹיפְגַאבֶּע פֿוּן אֱלִיעֶזֶר אִיז בִּכְלַל נִישְׁט גֶעװֶען קֵיין גְרִינְגֶער שְׁלִיחוּת צוּ אוֹיסְפִירְן; עֶר הָאט נִישְׁט גֶעװָאוּסְט קֵיין נָאמֶען צוּ װֶעמֶען עֶר דַארְף זִיךְ װֶענְדְן, כָאטְשׁ װָאס עֶר הָאט בַּאקֻומֶען אָנְוַוייזוּנְגֶען פֿוּן אַבְרָהָם װָאס צוּ זוּכְן, פָארְט הָאט עֶר נִישְׁט גֶעהַאט קֵיין אַנוּנְג װִי אַזוֹי אוּן װוּ עֶר גֵייט טְרֶעפְן דֶעם בַּאשֶׁערְטְן זִיוּוּג, עֶר הָאט גֶעדַארְפְט פְּלַאצִירְן אִין דֶער פְרֶעמְד אָן אַ גֶענוֹיע פְּלַאן װֶעם עֶר דַארְף דָארְטְן טְרֶעפְן, נָאכְדֶערְצוּ װֶען עֶס הַאנְדְלְט זִיךְ פֿוּן גֵיין אוֹיסְקְלַייבְּן אַ כַּלָּה װָאס זִי זָאל זַיין אֵיינֶער פֿוּן דִי אוֹיסְדֶערוֶועלְטֶער אִמָּהוֹת.
אָבֶּער דֶער גֶעטְרַייע עֶבֶד אֱלִיעֶזֶר הָאט אוֹיסְגֶעפִירְט זַיין שְׁלִיחוּת בְּנֶאֱמָנוּת, מִיט גְרוֹיס פְלֵייס הָאט עֶר זִיךְ אַרוֹיס גֶעלָאזְט אוֹיפְן װֶעג מִיט פֶּעקְלֶעךְ פֿוּן טַייעֶרֶע מַתָּנוֹת, כְּדֵי צוּ פָאלְגְן זַיין הַאר אוּן אוֹיסְפִירְן דֶער מִיסְיֶע װָאס אִיז גֶעלֶעגְן אוֹיף אִים בִּשְׁלֵימוּת.
אֵיידֶער אַבְרָהָם אָבִינוּ הָאט אַרוֹיס גֶעשִׁיקְט זַיין עֶבֶד אֱלִיעֶזֶר, הָאט עֶר אִים אָנְגֶעװוּנְטְשְׁן (כד ז) הוּא יִשְׁלַח מַלְאָכוֹ לְפָנֶיךָ, הֵיילִיגֶע מַלְאָכִים זָאלְן מִיט גֵיין מִיט דִיר, אוּן דִיר הֶעלְפְן אוֹיסְפִירְן זַיין שְׁלִיחוּת, אֱלִיעֶזֶר הָאט דָאס נָאר גֶעקֶענְט אוֹיסְפִירְן וִויבַּאלְד עֶר הָאט גֶעהַאט הִימְלִישֶׁע כֹּחוֹת װָאס הָאבְּן אִים בַּאגְלֵייט דֶעם גַאנְצֶע װֶעג.
מַלְאָכִים בַּאגְלֵייטְן אִים
אַזוֹי װִי דֶער רַבֵּינוּ בַּחְיֵי שְׁרַייבְּט אוֹיפְן פָּסוּק (כד, טו) וַיְהִי "הוּא" טֶרֶם כִּלָּה לְדַבֵּר, אַז דָאס װָארְט 'הוּא' אִיז מְרוּמָז אוֹיפְן אוֹיבֶּערְשְׁטְן, װֶעלְכֶע הָאט צוּגֶעשְׁטֶעלְט הִימְלִישֶׁע הִילְף פַאר אֱלִיעֶזֶר דוּרְךְ דֶעם מַלְאָךְ װָאס אַבְרָהָם אָבִינוּ הָאט דֶערְמַאנְט, אַזוֹי װִי אַבְרָהָם אָבִינוּ הָאט אִים גֶעזָאגְט "דֶער בַּאשֶׁעפֶער זָאל שִׁיקְן זַיין מַלְאָךְ פַאר דִיר, אוּן דוּ װֶעסְט נֶעמֶען אַ פְרוֹי פַאר מַיין זוּן פֿוּן חָרָן".
דֶערִיבֶּער זֶעעֶן מִיר, אַז בִּיז װֶען אֱלִיעֶזֶר הָאט גֶעפֻונֶען רִבְקָה, רוּפְט אִים דִי תּוֹרָה אָן מִיטְן טִיטְל 'עֶבֶד', אָבֶּער פֿוּן װֶען רִבְקָה אִיז אָנְגֶעקֻומֶען צוּם בְּרוּנֶעם װֶערְט עֶר אָנְגֶערוּפְן אִין דִי תּוֹרָה מִיטְן טִיטְל 'אִישׁ', וִוידֶער װֶען עֶר הָאט גֶעעֶנְדִיגְט זַיין שְׁלִיחוּת, אוּן בְּתוּאֵל אוּן לָבָן הָאבְּן מַסְכִּים גֶעװֶען צוּ דֶער שִׁדּוּךְ פֿוּן רִבְקָה, רוּפְט דִי תּוֹרָה אִים וִוידֶער מִיט'ן טִיטְל 'עֶבֶד', וִויבַּאלְד אַ מַלְאָךְ װֶערְט גֶערוּפְן אִישׁ, אַזוֹי װִי עֶס שְׁטֵייט עֶטְלִיכֶע מָאל אִין פָּסוּק דֶער טִיטְל 'אִישׁ' אוֹיף אַ מַלְאָךְ, (דניאל ט, כא) 'וְהָאִישׁ גַּבְרִיאֵל', (בראשית לז, יז) 'וַיֹּאמֶר הָאִישׁ נָסְעוּ מִזֶּה', אוּן װֶען אֱלִיעֶזֶר הָאט גֶעזֶען װִי דִי װַאסֶער אִין בְּרוּנֶעם אִיז אַרוֹיפְגֶעקֻומֶען אַקֶעגְן רִבְקָה אִמֵּנוּ, הָאט עֶר פַארְשְׁטַאנֶען אַז עֶס אִיז מְקֻיָּם גֶעװָארְן דִי בְּרָכָה פֿוּן אַבְרָהָם אָבִינוּ אַז אַ מַלְאָךְ װֶעט אִים בַּאגְלֵייטְן, אוּן עֶר װֶעט גֶעפִינֶען אַ פְרוֹי פַאר יִצְחָק דוּרְךְ הִימְלִישֶׁע װֶעגְן, אוּן דֶערִיבֶּער װֶערְט עֶר דֶעמָאלְטְס אָנְגֶערוּפְן מִיטְן טִיטְל אִישׁא, אוֹיפְן נָאמֶען פֻּונֶעם מַלְאָךְ װָאס הָאט אִים בַּאגְלֵייט, אוּן װֶען דֶער נֵס אִיז פַארְעֶנְדִיגְט גֶעװָארְן, אַז לָבָן אוּן בְּתוּאֵל הָאבְּן מַסְכִּים גֶעװֶען אַז רִבְקָה זָאל װֶערְן אַװֶעקְגֶעפִירְט דוּרְךְ אַ פְרֶעמְדְן מֶענְטְשׁ, דַאן הָאט אֱלִיעֶזֶר צוּרִיקְבַּאקֻומֶען זַיין אָרִיגִינֶעלְן טִיטְל עֶבֶד (עיי"ש).
א. הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א ברענגט אין זיין ספר 'לקט אמרים' (עמוד קי), אז די ערשטע אות פון די ווארט 'איש' איז די אות אל"ף, ראשי תיבות א'רץ, און די לעצטע אות פון די ווארט 'איש' איז די אות שי"ן, ראשי תיבות ש'מים, און אינדערמיט איז דא א יו"ד. דאס קומט צו ווייזן אז דער עבודה פון א איד איז צו מעלה זיין די ארציות צום רוחניות, אלע זאכן וואס געפינען זיך אויף דער וועלט, דארף דער מענטש דאס אויסנוצן אלס א הייליג מיטל.
אֱלִיעֶזֶר אִיז גֶעװֶען אַרוּם גֶענוּמֶען מִיט נִסִּים
חַזַ"ל (פרקי דרבי אליעזר טז) דֶערְצֵיילְן אַסַאךְ װוּנְדֶערְלִיכֶע נִסִּים װָאס הָאבְּן בַּאגְלֵייט אֱלִיעֶזֶר דֶער גַאנְצֶע װֶעג, הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא הָאט בְּהַשְׁגָּחָה צוּגֶעפִירְט פַאר אֱלִיעֶזֶר אוּן צוּגֶעשְׁטֶעלְט מַלְאָכִים אַז דֶער שִׁדּוּךְ זָאל צוּשְׁטַאנְד קֻומֶען. אַ װֶעג װָאס אִין אַלְגֶעמֵיין גֶעדּוֹיעֶרְט צוּ גֵיין זִיבֶּעצְן טֶעג, הָאט פַאר אֱלִיעֶזֶר גֶעדּוֹיעֶרְט בְּלוֹיז דְרַיי שָׁעָה, אַ מַלְאָךְ הָאט אִים גֶעטְרָאגְן פֿוּן חֶבְרוֹן בִּיז חָרָן דוּרְךְ קְפִיצַת הַדֶּרֶךְ. אַזוֹי אוֹיךְ אִיז גֶעװֶען אַ נֵס אַז רִבְקָה װָאס זִי אִיז דָאךְ גֶעװֶען אַ בַּת מְלָכִים אִיז יֶענֶעם טָאג אַרוֹיסְגֶעגַאנְגֶען שֶׁעפְּן װַאסֶער, כָאטְשׁ װָאס זִי פְלֶעגְט קֵיינְמָאל נִישְׁט אַרוֹיסְגֵיין.
אוּן אַזוֹי אוֹיךְ אִיז גֶעװֶען אַ נֵס אַז זִי הָאט מַסְכִּים גֶעװֶען חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן מִיט אַ מַאן װָאס זִי הָאט קֵיינְמָאל נִישְׁט גֶעזֶען, אוּן אֲפִילּוּ לָבָן אוּן בְּתוּאֵל הָאבְּן צוּגֶעשְׁטִימְט אַז רִבְקָה זָאל גֵיין חֲתוּנָה הָאבְּן מִיט יִצְחָק, װַייל זֵיי הָאבְּן אָנֶערְקֶענְט אַז אַלֶעס װֶערְט פִּינְקְטְלִיךְ צוּגֶעפִירְט פֿוּן אוֹיבְּן אַזוֹי װִי זֵיי הָאבְּן גֶעזָאגְט (כד נ) וַיַּעַן לָבָן וּבְתוּאֵל וַיֹּאמְרוּ מֵה' יָצָא הַדָּבָר לֹא נוּכַל דַּבֵּר אֵלֶיךָ רַע אוֹ טוֹב, וִויבַּאלְד פֿוּן הִימְל הָאט מֶען צוּגֶעפִירְט אַז דֶער שִׁדּוּךְ זָאל װֶערְן, אִיז אַ סִימָן אַז אַזוֹי אִיז בַּאשֶׁערְט, אוּן מִיר קֶענֶען גָארְנִישְׁט קָאמַאנְטִירְן דֶערוֹיף.
אֱלִיעֶזֶר הָאט זוֹכֶה גֶעװֶען צוּ אָט דִי אַלֶע נִסִּים אוּן הַשְׁגָּחָה פְּרָטִית, וִויבַּאלְד הֵיילִיגֶע מַלְאָכִים הָאבְּן זִיךְ גֶעדְרֵייט אַרוּם אִים אוּן זֵיי הָאבְּן אִים צוּגֶעהָאלְפְן אַז עֶר זָאל קֶענֶען אוֹיסְפִירְן דֶער שְׁלִיחוּת. װָאס מֶער מֶען שְׁטְרֶענְגְט זִיךְ אָן צוּ טוּן אַ דָּבָר טוֹב צוּ מְקַיֵּם זַיין אַ מִצְוָה רִיכְטִיג בִּשְׁלֵימוּת, קֻומְט אַרוֹיס דֶערְפֿוּן הֶעכֶערֶע אוּן שְׁטַארְקֶערֶע מַלְאָכִים. דֶער שְׂפַת אֱמֶת (תרל"ח ד"ה ברש"י אלי) עֶרְקְלֶערְט לוֹיט דָאס װָאס ס'שְׁטֵייט אִין חַזַ"ל אַז אֱלִיעֶזֶר הָאט דָאךְ גֶעהַאט אַ פַיינֶע טָאכְטֶער, אוּן עֶר הָאט גֶעװָאלְט אַז אַבְרָהָם אָבִינוּ זָאל נֶעמֶען זַיין אֵייגֶענֶע טָאכְטֶער פַאר יִצְחָק, אוּן פֿוּנְדֶעסְטְװֶעגְן הָאט אֱלִיעֶזֶר אוֹיפְגֶעגֶעבְּן זַיינֶע אֵייגֶענֶע נְגִיעוֹת אוּן עֶר אִיז גֶעגַאנְגֶען טוּן דִי מִצְוָה מִיט אַ כַּװָנָה צוּ טוּן נָאר דֶעם רְצוֹן הַבּוֹרֵא, פָאלְגְן זַיין שְׁלִיחוּת װִי אַ גֶעטְרַייע עֶבֶד, אֲפִילּוּ דָאס אִיז גֶעװֶען פַארְקֶערְט װִי זַיין אֵייגֶענֶע רָצוֹן, אוּן דֶערִיבֶּער זָאגְט דֶער שְׂפַת אֱמֶת אִיז בַּאשָׁאפְן גֶעװָארְן פֿוּן דֶעם אַ סְפֶּעצִיעֶלֶע שְׁטַארְקֶע מַלְאָךְ, װָאס הָאט גֶעקֶענְט אַרוֹיסְנֶעמֶען רִבְקָה פֿוּן חָרָן אִין אֵיין טָאג.
מַלְאָכִים הַמוֹנֵי מַעְלָה
יֶעדֶער אִיד אִיז אַן 'עֶבֶד' הַשֵּׁם, װָאס װֶען אִימֶער מֶען אִיז מְקַיֵּם אַ מִצְוָה בִּשְׁלֵימוּת, מֶען מַאכְט דֶעם רְצוֹן ה' רִיכְטִיג, אוּן מֶען אִיז פֿוּלְשְׁטֶענְדִיג אוּנְטֶערְטֶענִיגְט צוּם בַּאשֶׁעפֶער, דַאן בַּאקֻומְט מֶען הִימְלִישֶׁע כֹּחוֹת, דֶער בַּאשֶׁעפֶער שְׁטֶעלְט צוּ מַלְאָכִים װָאס בַּאגְלֵייטְן אוֹיף יֶעדְן טְרִיט אוּן שְׁרִיט, אוּן אַזוֹי הָאט מֶען דִי סִיַּעְתָּא דִשְׁמַיָּא צוּ קֶענֶען טוּן דֶעם רְצוֹן הַבּוֹרֵא.
עֶס שְׁטֵייט אִין זוֹהַר הַקָּדוֹשׁ (זוהר חדש אנפאנג פרשת תרומה), אָמַר רַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחַאי: װֶען אַ אִיד שְׁטֵייט אוֹיף אִינְדֶערְפְרִי אוּן עֶר לֵייגְט תְּפִלִּין אוֹיפְן קָאפּ אוּן אוֹיף דִי הַאנְט אוּן עֶר װִיקְלְט זִיךְ אֵיין אִין אַ טַלִּית, אוּן עֶר גְרֵייט זִיךְ אַרוֹיסְצוּגֵיין פֿוּן זַיין שְׁטוּבּ, דַאן בַּאהֶעפְטְן זִיךְ צוּ אִים פִיר הֵיילִיגֶע מַלְאָכִים, אוּן זֵיי גֵייעֶן אַרוֹיס צוּזַאמֶען מִיט אִים פֿוּן זַיין הוֹיז, אוּן זֵיי פִירְן אִים צוּם בֵּית הַמִּדְרָשׁ, אוּן זֵיי רוּפְן אוֹיס: הַבוּ יְקָרָא לִדְיוֹקְנָא דְּמַלְכָּא קַדִּישָׁא, הַבוּ יְקָרָא לִבְרֵיהּ דְּמַלְכָּא, לְפַרְצוּפָא יַקִּירָא דְּמַלְכָּא, גִיבְּט כָּבוֹד פַאר דִי צוּרָה פֻּונֶעם הֵיילִיגְן קֶענִיג, גִיבְּט כָּבוֹד פַארְ'ן זוּן פֻּונֶעם קֶענִיג, פַאר דִי הֵיילִיגֶע גֶעשְׁטַאלְטב.
ב. נאך שטייט אין זוהר (זוה"ח רות כו.) יעדע אות תורה וואס א מענטש לערנט, ווערט דערפון באשאפן א מלאך אלקים, וואס דער מלאך גיבט צו פארשטיין די תורה וואס דער מענטש לערנט.
חוֹנֶה מַלְאַךְ ה'
דֶער יְסוֹד אִיז אַ שְׁטַארְקֶער לִימוּד װָאס מִיר דַארְפְן שְׁטֶענְדִיג חַזֶרְ'ן אוּן גֶעדֶענְקֶען. װֶען מֶען אִיז מְקַיֵּם מִצְוֹת ה' בִּשְׁלֵימוּת, מֶען פָאלְגְט דֶעם גְרוֹיסְן בַּאשֶׁעפֶער בַּאקֻומְט מֶען מַלְאָכִים װָאס דְרַייעֶן זִיךְ אַרוּם דֶעם מֶענְטְשׁ אוּן הֶעלְפְן אִים צוּ װֶען ס'פֶעלְט זִיךְ נָאר אוֹיס.
עֶס אִיז כְּדַאי צוּ צוּצֵייכֶענֶען דִי װֶערְטֶער פֻּונֶעם רַמְבַּ"ם (סוף הלכות מזוזה פרק ו הלכה י"ג) דִי 'חֲכָמִים הָרִאשׁוֹנִים' הָאבְּן גֶעזָאגְט: יֶעדֶע װָאס לֵייגְט תְּפִלִּין אוֹיף זַיין קָאפּ, אוּן צִיצִית אוֹיף זַיין קְלֵייד, אוּן אַ מְזוּזָה אוֹיף זַיין טִיר, אִיז פַארְזִיכֶערְט אַז עֶר װֶעט נִישְׁט זִינְדִיגְן, וִויבַּאלְד עֶר פַארְמָאגְט אַסַאךְ מִצְוֹת װָאס דֶערְמַאנֶען אִים אִין בַּאשֶׁעפֶער, װָאס מֵיינְט דָאס דֶער מִצְוֹת דֶערְמַאנֶען דֶעם מֶענְטְשׁ? זָאגְט דֶער רַמְבַּ"ם וְהֵן הֵם הַמַּלְאָכִים שֶׁמַּצִּילִין אוֹתוֹ מִלַּחֲטֹא, פֿוּן דִי מִצְוֹת װֶערְן בַּאשָׁאפְן מַלְאָכִים, אוּן דָאס זֶענֶען דִי מַלְאָכִים װָאס רַאטֶעװֶען אִים פֿוּן צוּ זִינְדִיגְן. אַזוֹי װִי עֶס שְׁטֵייט אִין פָּסוּק (תהלים לד, ח) חֹנֶה מַלְאַךְ ה' סָבִיב לִירֵאָיו וַיְחַלְּצֵם, דֶער מַלְאָךְ פֿוּן הַשִּׁי"ת רוּהְט אַרוּם דִי װָאס טוּעֶן דָאס װָאס דֶער בַּאשֶׁעפֶער פַארְלַאנְגְט, אוּן עֶר רַאטֶעװֶעט זֵיי פֿוּן אַלֶעם בֵּייזְן.
עֶס אִיז בַּאקַאנְט אַז דוּרְךְ דִי תּוֹרָה פֿוּן דֶער בֵּית יוֹסֵף אִיז בַּאשָׁאפְן גֶעװָארְן אַ מַלְאָךְ, אוּן דֶער מַלְאָךְ אִיז גֶעװֶען דֶער 'מַגִּיד' פַארְן בֵּית יוֹסֵף, עֶר פְלֶעגְט אוֹיסְלֶערְנֶען פַאר דֶער בֵּית יוֹסֵף תּוֹרָה, אוּן עֶר פְלֶעגְט אִים פַארְצֵיילְן סוֹדוֹת פֿוּן הִימְל, דֶער בֵּית יוֹסֵף הָאט אַלֶעס אַרָאפּגֶעשְׁרִיבְּן אִינֶעם סֵפֶר 'מַגִּיד מֵישָׁרִים'ג.
ג. דער בית יוסף שרייבט אז ווען ער האט געלערנט משניות, פלעגט דער מלאך מיט זאגן מיט אים די הייליגע משניות. אזוי אויך שרייבט ר' שלומיל מדרעזניץ – איש צפת, אין זיין בריוו חודש מרחשון שנת שס"ז ווי פאלגענד: יעדע מאל ווען דער בית יוסף האט גע'חזר'ט משניות אויסווייניג, האט דער מלאך זיך אנטפלעקט צו אים און אים געזאגט "שלום עליך רבי יוסף קארו, איך בין די משנה וואס דו האסט איצט געלערנט, אויבן אין הימל שעפט מען הויפנס נחת פון דיין לערנען, און איך האב געזען דיין הייליג ארט וואס מען האט צוגעגרייט פאר דיר אין גן עדן בזכות דעם וואס דו לערנסט פלייסיג משניות" נאך שרייבט ער דארט אז די שכנים פלעגן הערן די מלאך דאס זאגן.
בנוגע דער גרויסע וויכטיגקייט פון לערנען משניות, האב איך געהערט א מעשה פון כ"ק מרן רבי יענקלע מפשעווארסק זי"ע: עסטרייך איז געווען א ריזיגע אימפעריע, אונטער די ממשלה פון דעם קייסער 'פראנץ יאזעף', די לאנד עסטרייך האט דאן געהערשט אויף אונגארן און אויף די לענדער וואס זענען שפעטער געווארן טשעכאסלאוואקיע, און אויף טיילן פון פוילן און נאך, און דאן איז אויפגעשטאנען א גרויסער אונגארישער שר וואס האט געוואלט מאכן אן אויפשטאנד אקעגן 'פראנץ יאזעף', און אפטיילן אונגארן פון די עסטרייכישע אימפעריע.
דער צאנזער רב זי"ע האט דעמאלטס געהאלטן אז דאס איז א גוטע זאך, וויבאלד עס איז נישט אזוי גוט אז מען זאל זיין אונטערטעניגט אונטער דער קייסער פראנץ יאזעף, וועלכער האט אריינגעברענגט אסאך 'השכלה' אין די אידישע קהילות, (עטליכע יארן שפעטער איז געווען די באקאנטע 'אונגערישע טיילונג', וועלכע איז געווען כדי איבערצוקומען א גזירה וואס די משכילים האבן מצליח געווען דורכצופירן אין די עסטרייכישע פארלאמענט, ואכמ"ל) אבער הרה"ק רבי אליעזר'ל דז'יקוב'ער זי"ע האט געהאלטן פארקערט, און ער האט געזאגט פאר דער צאנזער רב "מען פאפט אייך, איר מיינט אז די ווידער-שפענונג איז גוט, זיי – די אונגארישער – זענען נאך פיל ערגער, איך מיט מיין משניות פארטאגס, וועל איך פארטרייבן דעם שר"! און כן הוה, מיט אמאל איז דער שר געשטארבן און אלע פלענער האבן זיך אפגעשטעלט.
אִין סֵפֶר דֶּגֶל מַחֲנֵה אֶפְרַיִם (פָּרָשַׁת מִשְׁפָּטִים) בְּרֶענְגְט עֶר בְּשֵׁם דֶעם 'מוֹכִיחַ' פֿוּן פָּאלְנָאָה זִי"עַ אַ שֵׁיינֶעם טַיְיטְשׁ אִין דֶעם פָּסוּק אִין תְּהִלִּים (קג, כ) בָּרְכוּ ה' מַלְאָכָיו גִּבֹּרֵי כֹחַ עֹשֵׂי דְבָרוֹ לִשְׁמֹעַ בְּקוֹל דְּבָרוֹ, טַיְיטְשׁ עֶר אַרַיין גִּבֹּרֵי כֹחַ – דִי צַדִּיקִים װָאס זֶענֶען זִיךְ מִתְגַּבֵּר אוֹיפְן יֵצֶר הָרָע, עֹשֵׂי דְבָרוֹ – זֵיי מַאכְן דוּרְךְ זֵייעֶרֶע דִיבּוּרֵי תּוֹרָה לִשְׁמֹעַ בְּקוֹל דְּבָרוֹ, אַ מַלְאָךְ װָאס מֶען קֶען הֶערְן פֿוּן אִים אוּן לֶערְנֶען פֿוּן אִים, זֵיי בַּאשָׁאפְן גוּטֶע שְׁלוּחִים צוּ זֵיי הֶעלְפְן דִינֶען דֶעם בַּאשֶׁעפֶער, אוּן זֵיי פַארְדִינֶען דֶערְפֿוּן אַז דוּרְךְ דִי מַלְאָכִים קֶענֶען זֵיי דֶערְגְרֵייכְן צוּ פַארְשְׁטֵיין דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה.
כִּי מַלְאָכָיו יְצַוֶּה לָּךְ
יֶעדֶע אִידִישֶׁע נְשָׁמָה בְּרוֹיךְ צוּקֻומֶען צוּ הֵיילִיגֶע מַלְאָכִים זָאלְן אִים אַרוּם נֶעמֶען, אוּן אִים צוּהֶעלְפְן צוּ שְׁטַייגְן בַּעֲבוֹדַת הַשִּׁי"ת, דִי מַלְאָכִים זֶענֶען דִי פַארְמִיטְלֶער װָאס בְּרֶענְגְן דִי נְשָׁמָה נָאנְטֶער צוּם שְׁכִינָה הַקְּדוֹשָׁה, אוּן דִי גוּטֶע שְׁלוּחִים – מַלְאָכִים קֻומֶען צוּנִיץ אוֹיף דֶער װֶעלְט אוּן אוֹיף יֶענֶע װֶעלְט.
חַזַ"ל זָאגְן (נדה ל:) אַז בֶּעפָאר אַ קִינְד קֻומְט אַרָאפּ אוֹיף דִי װֶעלְט בְּרֶענְט אַ לִיכְט אוֹיף זַיין קָאפּ, אוּן מֶען לֶערְנְט מִיט אִים דִי גַאנְצֶע תּוֹרָהד. דֶער שֵׁם מִשְּׁמוּאֵל (תרעו ד"ה ובזה) בְּרֶענְגְט בְּשֵׁם דֶער 'סֵפֶר מַלְכִּיאֵל', אַ הֶסְבֵּר דֶערוֹיף פַארווָאס דִי נְשָׁמָה דַארְף צוּקֻומֶען אַז מֶען זָאלְן לֶערְנֶען מִיט אִיר תּוֹרָה אֵיידֶער זִי קֻומְט אַרָאפּ אוֹיף דִי װֶעלְט, אִיז עֶר מַסְבִּיר וִויבַּאלְד דִי אَرִיבֶּערְגַאנְג פֿוּן אוּנְטֶער דִי כִּסֵּא הַכָּבוֹד בִּיז אוּנְזֶער טוּנְקֶעלֶע װֶעלְט אִיז זֵייעֶר שְׁװֶער פַאר דִי נְשָׁמָה דוּרְכְצוּגֵייןה, אוּן דֶערִיבֶּער הָאט הַשִּׁי"ת צוּגֶעשְׁטֶעלְט פַאר דִי נְשָׁמָה מַלְאָכִים װָאס זָאלְן לֶערְנֶען מִיט אִיר דִי תּוֹרָה, אוּן דִי מַלְאָכִים בַּאגְלֵייטְן דִי נְשָׁמָה בִּיז דָאס קִינְד װֶערְט גֶעבּוֹירְן.
ד. דער נועם אלימלך (בד"ה או יאמר ואברהם זקן וכו') ערקלערט דער סיבה פארוואס עס פעלט אויס אז א מלאך זאל לערנען דער 'גאנצע' תורה בעפאר מען ווערט געבוירן, זאגט ער נאר דורך דעם וואס מען האט שוין געלערנט די תורה הק' בעפאר מען איז געבוירן, אזוי קען מען דערגרייכן צו פארשטיין די גאנצע תורה, און אלע סודות וואס ליגן באהאלטן אין איר. [זע אין ספר ליקוטי שושנה ווי רבי ר' אלימלך זי"ע איז מאריך דערין].
ה. דער דברי ישראל פון מודזיץ זי"ע ברענגט פון א פריערדיגע ספר 'עבודת הקודש', אז דעריבער זעען מיר אז א קליין קינד שלאפט איין ווען מען זינגט א ליד, אבער ביי אן ערוואקסענער מענטש איז פונקט פארקערט, ער וועקט זיך אויף ווען ער הערט א ליד, דאס איז צוליב א קינד איז צוגעוואוינט צו די זמירות פון די מלאכי השרת, און דעריבער ווערט ער בארוהיגט ווען ער הערט א ניגון, ווידער ווען א מענטש ווערט עלטער איז שוין נישט אזוי שטארק איינגעקריצט ביי אים די רושם פון יענע וועלט, און דעריבער ווערט ער אויפגעוועקט ווען ער הערט א ניגון.
מענין לענין באותו ענין – עס ווערט געברענגט אין ספר 'מעבר יבק', אז צוליב דעם דארף מען זייער אכטונג געבן אז די קינדער זאלן הערן נאר הייליגע ניגונים, וואס האבן כאטש אן ענליכקייט צו די ניגונים פון די מלאכי השרת, ווייל ניגונים וואס קומען פון נישט ערליכע מקורות, זענען אין זייער א שטארקע קאנטראסט צו די טבע פון די נשמה.
אוּן דֶער שֵׁם מִשְּׁמוּאֵל לֵייגְט צוּ דֶערוֹיף, אַז דָאס אִיז דִי סִבָּה פַארווָאס דִי נְשָׁמָה יְתֵירָה װֶערְט בַּאגְלֵייט דוּרְךְ צְװֵיי מַלְאָכִים, אַזוֹי װִי עֶס װֶערְט גֶעבְּרֶענְגְט אִין תִּיקּוּנֵי זוֹהַר, וִויבַּאלְד דִי נְשָׁמָה יְתֵירָה אִיז אַזוֹיפִיל הֶעכֶער װִי אוּנְזֶער װֶעלְט, דֶערִיבֶּער פֶעלְט אוֹיס אַז מַלְאָכִים זָאלְן אִיר בַּאגְלֵייטְן אוּן אַרִיבֶּערְפִירְן פֿוּן דִי הֶעכֶערֶע װֶעלְט צוּ אוּנְזֶער נִידְרִיגֶע װֶעלְט, לַייכְטֶער צוּ מַאכְן פַאר דִי נְשָׁמָה כְּדֵי זִי זָאל קֶענֶען פַארְנֶעמֶען דִי גַשְׁמִיּוּת'דִיגֶע װֶעלְט.
אַ מֶענְטְשׁ – אַ מַלְאָךְ
רַבִּי חַיִּים וָואלָאזְ'ינֶער זַצַ"ל שְׁרַייבְּט אִין זַיין סֵפֶר רוּחַ חַיִּים (אבות פרק א משנה א) גֶעוַואלְדִיגֶע חִיזוּק רֵייד וִוי פָאלְגֶענְד: וֶוען אַיינֶער גֵייט מְקַיֵּים זַיין אַ מִצְוָה, וֶוערְט דָאס בַּאצֵייכְנְט אוֹיף זַיין נְשָׁמָה, אוּן אַ לִיכְטִיגֶע שַׁיין וִויקְלְט אַרוּם זַיין נְשָׁמָה, אוּן דָאס הֶעלְפְט אִים צוּ אוֹיסְפִירְן זַיין מִצְוָה רִיכְטִיג, כִּי הוּא יוֹשֵׁב כְּמוֹ בְּגַן עֵדֶן מַמָּשׁ מְקוֹם קָדוֹשׁ, וְהַקְּדֻשָּׁה מְלֻבָּשָׁתוֹ, עֶס אִיז פַארְרֶעכְנְט וִוי עֶר זִיצְט אִין גַּן עֵדֶן, וִויבַּאלְד אַ מִצְוָה אִיז אַ הֶעכֶערֶע סָארְט זַאךְ, עֶס אִיז נִישְׁט נָאר אַ בַּאפֶעל פֿוּנֶעם בַּאשֶׁעפֶער וָואס מֶען אִיז מְקַיֵּים דָא אוֹיף דֶער וֶועלְט, נָאר דֶער מִצְוָה אִיז רוּחְנִיּוּת'דִיגֶע זַאךְ וָואס דָאס נֶעמְט אַרוּם דֶער מֶענְטְשׁ מִיט אַ גֶעוַואלְדִיגֶע גְרוֹיסֶע הֵיילִיגְקֵייט, אוּן אַזוֹי בַּאקוּמְט מֶען כּוֹחוֹת פֿוּן הִימְל צוּ עוֹסֵק זַיין בְּמִצְוֹת בִּשְׁלֵימוּת.
עֶר עֶנְדִיגְט צוּ מִיט אַ גֶעוַואלְדִיגֶע עֵצָה, וִוי אַזוֹי זִיךְ צוּ בַּאגֵיין מִיטְן יֵצֶר הָרָע, אֵין מָנוֹס יוֹתֵר גָּדוֹל לְהִנָּצֵל מֵעָוֹן כִּמְעַשֵׂה הַמִּצְוֹת, עֶס אִיז נִישְׁטָא נָאךְ אַ רֶעטֶענִישׁ וִוי אַזוֹי צוּ בַּייקוּמֶען דִי יֵצֶר הָרָע, נָאר דוּרְךְ עוֹסֵק זַיין בְּמִצְוֹת, כִּי עַל יָדוֹ הוּא מְסֻכָּךְ בְּצֵל הַקְּדֻשָּׁה, וִויבַּאלְד דוּרְךְ דֶעם וָואס מֶען טוּט אַ מִצְוָה, אִיז דִי נְשָׁמָה אַרוּם גֶענוּמֶען מִיט אַ הֶעכֶערֶע גֵיייסְט, וְרֵיחַ גַּן עֵדֶן נִכְנָס בּוֹ וְאֵין מָקוֹם לִשְׁלוֹט בּוֹ יֵצֶר הָרָע דִי נְשָׁמָה גֶעפִינְט זִיךְ אִין גַּן עֵדֶן וָואס דָארְטְן הָאט דִי יֵצֶר הָרָע נִישְׁט קֵיין שׁוּם וִוירְקוּנְג.
דִי וֶוערְטֶער זֶענֶען דָאךְ גֶעוַואלְדִיגֶע חִיזוּק, פַאר יֶעדְן מֶענְטְשׁ. מִיר דַארְפְן נָאר אַבִּיסְל אַרַיין טְרַאכְטְן דֶערִין, בֶּעפָאר מֶען גְרֵייט זִיךְ צוּ מְקַיֵּים זַיין אַ מִצְוָה; מִיר הָאבְן אַ גֶעלֶעגְנְהֵייט צֶענְדְלִיגֶע מָאל אַ טָאג צוּ אַרַיין שְׁפַאצִירְן אִין גַּן עֵדֶן, אוּן זַיין אָפּגֶעזוּנְדֶערְט פֿוּן דִי בְּלָאפֶערַיי פֿוּן דִי יֵצֶר הָרָע. וֶוען מֶען לֶעבְּט מִיט אַזָא סָארְט מַחֲשָׁבָה, דַאן וֵוייְסְט מֶען וִוי שֵׁיין אוּן וִוי גוּט אִיז צוּ טוּעֶן מִצְוֹת וּמַעֲשִׂים טוֹבִים, וָואס דוּרְךְ דֶעם בַּאהֶעפְט מֶען זִיךְ צוּם אוֹר הַקְּדֻשָּׁה.
דִי מַלְאָכִים הֶעלְפְן אוֹיסְפִירְן
אוֹיסֶער דֶעם וָואס מֶען אִיז זוֹכֶה אַז הֵיילִיגֶע מַלְאָכִים בַּאהֶעפְטְן זִיךְ צוּם מֶענְטְשׁ דוּרְךְ דֶעם וָואס מְ'לֶערְנְט תּוֹרָה, אוּן מֶען טוּט מַעֲשִׂים טוֹבִים, אוּן זֵיי בַּאגְלֵייטְן דֶער מֶענְטְשׁ אִין אַלֶע צַייטְן, דֶער זֶעלְבֶּע אִיז אוֹיךְ וֶוען מֶען טְרַאכְט אַז מֶען גֵייט זַיין גוּט, מֶען שְׁטְרֶעבְּט צוּ דֶערְגְרֵייכְן אַ גוּטְן צִיל, מֶען וִויל בֶּאֱמֶת זַיין וָואוֹיל, דַאן הֶעלְפְן דִי מַלְאָכִים צוּ, אוּן זֵיי בְּרֶענְגֶען אַרוֹיס דִי מַחֲשָׁבוֹת פֿוּנֶעם מֶענְטְשׁ אַז עֶר זָאל דָאס קֶענֶען בְּפֹעַל מְקַיֵּים זַיין.
עֶס שְׁטֵייט אִין תַּנָּא דְבֵי אֵלִיָּהוּ (זוטא פרק ג) אַלֶעס וָואס דֶער מֶענְטְשׁ טְרַאכְט צוּ זַיין, גֶענוּי אַזוֹי הֶעלְפְט דֶער מַלְאָךְ אוֹיסְצוּפִירְן זַיין מַחֲשָׁבוֹת לְמַעֲשֶׂה, וֶוען מֶען טְרַאכְט זִיךְ צוּ פַארְבֶּעסֶערְן אוּן נָאר רֶעדְן אוֹיסְגֶעהַאלְטֶענֶע רֵייד, דַאן שְׁטֵייעֶן דִי מַלְאָכִים אוֹיפְן וַואךְ, אוּן זֵיי מַאכְן זִיכֶער אַז מֶען זָאל אָנְהַאלְטְן מִיט דִי גוּטֶע מַחֲשָׁבוֹת, דָאס אִיז אַ גֶעוַואלְדִיגֶע פַארְדִינְסְט, וָואס השי"ת שֶׁענְקְט אוּנְז.
מוֹלִיכִין אוֹתוֹ – לְשׁוֹן רַבִּים
עֶס אִיז בַּאקַאנְט דִי מַאֲמַר חַזַ"ל (מכות י:) בְּדֶרֶךְ שֶׁאָדָם 'רוֹצֶה' לֵילֵךְ "מוֹלִיכִין אוֹתוֹ", דָארְט וווּ דֶער מֶענְטְשׁ שְׁטְרֶעבְּט צוּ דֶערְגְרֵייכְן, פִירְט מֶען אִים אַהִין. דֶער מַהַרְשָׁ"א (חידושי אגדות שם) עֶרְקְלֶערְט דָאס וָואס דִי גְּמָרָא בַּאנוּצְט זִיךְ מִיט דִי לָשׁוֹן 'מוֹלִיכִין – מֶען פִירְט אִים' בִּלְשׁוֹן רַבִּים, וֶוער אִיז דֶער 'זֵיי' וָואס פִירְן דֶעם מֶענְטְשׁ? זָאגְט דֶער מַהַרְשָׁ"א אַז דָאס גֵייט אַרוֹיף אוֹיף דִי מַלְאָכִים וָואס וֶוערְן בַּאשָׁאפְן דוּרְךְ דִי מַחֲשָׁבוֹת אוּן 'רְצוֹנוֹת' פֿוּנֶעם מֶענְטְשׁ, וַוייל יֶעדֶע מַחֲשָׁבָה אוּן דִיבּוּר וּמַעֲשֶׂה פֿוּן אַ אִיד בַּאשַׁאפְט אַ מַלְאָךְ, אוּן דִי נַאטוּר פֿוּנֶעם מַלְאָךְ אִיז לוֹיט דִי מַהוּת פֿוּן דִי מַחֲשָׁבָה דִיבּוּר וּמַעֲשֶׂה וָואס הָאט אִים בַּאשָׁאפְן, אוּן דֶער מַלְאָךְ פִירְט דֶעם מֶענְטְשׁ אִין דֶעם וֶועג וָואס דֶער מֶענְטְשׁ הָאט גֶעטְרַאכְט צוּ גֵיין, וָואס דוּרְךְ דִי מַחֲשָׁבָה אִיז דֶער מַלְאָךְ בַּאשָׁאפְן גֶעוָוארְן.
דֶערִיבֶּער וֶוען אַ מֶענְטְשׁ טְרַאכְט צוּ זַיין עֶרְלִיךְ אוּן וָואוֹיל, וֶוערְן בַּאשָׁאפְן פֿוּן דִי מַחֲשָׁבוֹת גוּטֶע מַלְאָכִים וָואס זֵיי הֶעלְפְן אַרוֹיס דֶעם מֶענְטְשׁ צוּ דֶערְגְרֵייכְן זַיין צִיל, דִי מַלְאָכִים בַּאגְלֵייטְן אִים שְׁטֶענְדִיג. פֿוּן יֶעדֶע קְלֵיינֶע מַחֲשָׁבָה'לֶע וֶוערְט בַּאשָׁאפְן נָאךְ אוּן נָאךְ מַלְאָכִים, מִמֵּילָא וֶוען מֶען טְרַאכְט גוּטֶע פְּלֶענֶער וִוי אַזוֹי צוּ שְׁטַייגְן, מֶען טְרַאכְט צוּ טוּן מִצְוֹת וּמַעֲשִׂים טוֹבִים, וֶוערְן מִיט דִי דָאזִיגֶע הִרְהוּרִים בַּאשָׁאפְן פִיל מַלְאָכִים וָואס זֵיי שְׁטֵייעֶן צוּ הִילְף אַז מֶען זָאל דָאס טַאקֶע קֶענֶען עֶרְפִילְן, אוּן דָאס אִיז אַ גֶעוַואלְדִיגֶע כֹּחַ וָואס דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער הָאט אַרַיינְגֶעלֵייגְט אִין דִי בְּרִיאָה, אוּן דָאס אִיז אַ מוֹרָא'דִיגֶע חִיזוּק פַאר יֶעדֶע מֶענְטְשׁ וָואס וִויל זִיךְ דֶערְנֶענְטֶערְן צוּם בַּאשֶׁעפֶער, אַז עֶר אִיז נִישְׁט אַלֵיין, וַוייל עֶס זֶענֶען פַארְהַאנֶען גְרוֹיסֶע מְסַיְּעִים – מַלְאָכִים פֿוּן הִימְל וָואס וֶוערְן בַּאשָׁאפְן לוֹיט זַיין רָצוֹן.
עֶס שְׁטֵייט אִין פָּסוּק (שמות יד יט) וַיִּסַּע מַלְאַךְ הָאֱלֹקִים הַהֹלֵךְ לִפְנֵי מַחֲנֵה יִשְׂרָאֵל וַיֵּלֶךְ מֵאַחֲרֵיהֶם אַ מַלְאָךְ אִיז גֶעגַאנְגֶען פֿוּן הִינְטֶער כְּלַל יִשְׂרָאֵל, רַשִׁ"י עֶרְקְלֶערְט אַז דֶער מַלְאָךְ הָאט זִיךְ גֶעשְׁטֶעלְט צְוstandardִישְׁן דִי אִידְן אוּן דִי מִצְרַיִם כְּדֵי אַרַיינְצוּכַאפְן דִי פַיילְן אוּן דִי שְׁוֶוערֶע שְׁטֵיינֶער וָואס דִי מִצְרַיִם הָאבְן גֶעוָוארְפְן אוֹיף דִי אִידְן. פְרֶעגְט אוֹיף דֶעם דֶער 'אִמְרֵי אַבְרָהָם' (בשלח אות כ'), וֶעלְכֶע מַלְאָךְ אִיז דָאס גֶעוֶוען, אוּן אִין וֶעלְכֶע זְכוּת אִיז דֶער מַלְאָךְ בַּאשָׁאפְן גֶעוָוארְן? דִי אִידְן הָאבְן דָאךְ גֶעהַאלְטְן נָאךְ פַאר קַבָּלַת הַתּוֹרָה? אוּן עֶר עֶנְטְפֶערְט, אַז דֶער מַלְאָךְ אִיז בַּאשָׁאפְן גֶעוָוארְן דוּרְךְ דִי מַחֲשָׁבָה טוֹבָה וָואס דִי אִידְן הָאבְן גֶעהַאט, אַז זֵיי 'וִוילְן' מְקַבֵּל זַיין דִי תּוֹרָה.
אוּן עֶר טַייטְשְׁט דָאס אַרַיין אִינֶעם פָּסוּק: וַיִּסַּע מַלְאַךְ הָאֱלֹקִים 'הַהֹלֵךְ' לִפְנֵי מַחֲנֵה יִשְׂרָאֵל דֶער מַלְאָךְ פֿוּן בַּאשֶׁעפֶער וָואס אִיז בַּאשָׁאפְן גֶעוָוארְן פֿוּן דִי מַחֲשָׁבוֹת פֿוּן דִי אִידְן אוֹיף דֶעם וָואס זֵיי גֵייעֶן טוּן, וַיֵּלֶךְ מֵאַחֲרֵיהֶם הָאט זִיךְ גֶעשְׁטֶעלְט הִינְטֶער זֵיי כְּדֵי זֵיי צוּ הִיטְן פֿוּן אַלֶעם בֵּייזְן.
זֶעט מֶען דֶערְפֿוּן גֶעוַואלְדִיגֶע עִנְיָנִים, אֲפִילוּ וֶוען מֶען טְרַאכְט נָאר בְּמַחֲשָׁבָה אַ גוּטֶע זַאךְ, וֶוערְט שׁוֹין בַּאלְד בַּאשָׁאפְן פֿוּן דֶעם מַלְאָכִים וָואס בַּאשִׁיצְן דֶער מֶענְטְשׁ, דָאס דַארְף מֶען וִויסְן אוּן שְׁטֶענְדִיג גֶעדֶענְקֶען, אַז דִי מִצְוֹת וָואס מִיר זֶענֶען מְקַיֵּים זֶענֶען נִישְׁט נָאר טֶעכְנִישׁ וָואס מִיר זֶען מִיט דִי פְלֵיישִׁיגֶע אוֹיגְן, נָאר יֶעדֶע מִצְוָה אוּן אֲפִלּוּ יֶעדֶע מַחֲשָׁבָה אוּן דִיבּוּר אָדֶער פְּעוּלָה, טוּט בַּאשַׁאפְן אַ מַלְאָךְ, אוּן דִי מַלְאָכִים הָאבְן אַ גֶעוַואלְדִיגֶע הַשְׁפָּעָה אוֹיפְן מֶענְטְשׁ אוּן אוֹיף אַלֶעס אַרוּם אִים וָואס הָאבְן אַ שַׁיָּכוּת מִיט אִים, לְטוֹב וּלְמוּטָב.
זֶה לְעֻמַּת זֶה
פּוּנְקְט וִוי וֶוען מֶען טוּט גוּטֶע זַאכְן בַּאשַׁאפְט מֶען גוּטֶע מַלְאָכִים, אַזוֹי אוֹיךְ אִיז פַארְקֶערְט אוֹיבּ מֶען טוּט לֵיידֶער נִישְׁט גוּטֶע מַעֲשִׂים פַארְטְרַייבְּט מֶען דִי גוּטֶע מַלְאָכִים, אוּן מֶען בַּאשַׁאפְט שְׁלֶעכְטֶע מַלְאָכִים רח"ל וָואס זֵיי שְׁטוּפּן צוּ אַז מֶען זָאל חָלִילָה זִינְדִיגְן.
דוּרְךְ דֶעם וָואס מֶען טוּט עֲבֵירוֹת, קוּמֶען דִי שְׁלֶעכְטֶע מַלְאָכִים אוּן זֵיי וֶוערְן דֶער הוֹיפְט מַחֲנֶה... זֵיי פְּרוּבִּירְן צוּ שֶׁעדִיגְן דֶעם מֶענְטְשׁ, אוּן מִיט זֵייעֶר שְׁלֶעכְטֶע כּוֹחוֹת פְּרוּבִּירְן זֵיי צוּ אוֹיסְפִירְן דִי פַאלְטְשֶׁע מַחֲשָׁבוֹת, דֶערִיבֶּער דַארְף מֶען וִויסְן וָואס עֶס קֶען אַלְס אַרוֹיס קוּמֶען פֿוּן אַן עֲבֵירָה, אוּן אַנְטְלוֹיפְן דֶערְפֿוּן מִיט אַלֶע כּוֹחוֹת, אוּן מֶען דַארְף שְׁטֶענְדִיג בֶּעטְן אוֹיף סִיַּיעְתָּא דִּשְׁמַיָּא.
נִשְׁמוֹת פֿוּן צַדִּיקִים
נָאךְ אַ גֶעדַאנְק גֶעפִינֶען מִיר אִין דִי סְפָרִים הַקְּדוֹשִׁים, אַז אוֹיסֶער דֶעם וָואס דֶער אוֹיבֶּערְשְׁטֶער אִיז מְמַנֶּה מַלְאָכִים אַז זֵיי זָאלְן צוּהֶעלְפְן פַאר אִידְן צוּ טוּן מִצְווֹת, אִיז אוֹיךְ פַארְהַאן אַזָא זַאךְ אַז אַ אִיד אִיז זוֹכֶה אַז נְשָׁמוֹת פֿוּן צַדִּיקִים קְלֶעבְּן זִיךְ צוּ צוּ אִים אוּן זֵיי הֶעלְפְן אִים צוּ גֵיין אִין דֶעם דֶּרֶךְ הַיָּשָׁר.
מִיר זֶעעֶן דֶעם יְסוֹד אִין תִּפְאֶרֶת שְׁלֹמֹה (פָּרָשַׁת וַיְחִי) וָואס בְּרֶענְגְט דָאס פֿוּן פְּרִיעֶרְדִיגֶע מְקוּבָּלִים, אוּן עֶר אִיז דָאס מַסְבִּיר, אַז צוּמָאל אִיז אַ אִיד זוֹכֶה אַז עֶר בַּאקוּמְט אַ הוֹיכֶע נְשָׁמָה, גְלַייךְ וֶוען עֶר קוּמְט אַרָאפּ אוֹיף דִי וֶועלְט, אוּן אֲפִילוּ אַ אִיד וָואס הָאט נִישְׁט בַּאקוּמֶען אַ נְשָׁמָה וָואס אִיז גְרֶעסֶער אוּן חָשׁוּב'ער וִוי אַנְדֶערֶע נְשָׁמוֹת, אוֹיבּ דִינְט עֶר דֶעם בַּאשֶׁעפֶער מִיט אַ גוּטֶע כַּוָּנָה, דַאן בַּאהֶעפְטְן זִיךְ גְרוֹיסֶע נְשָׁמוֹת פֿוּן צַדִּיקִים צוּ זַיין נְשָׁמָה, אוּן זֵיי הֶעלְפְן אַרוֹיס זַיין נְשָׁמָה אַז זִי זָאל קֶענֶען דִינֶען דֶעם בַּאשֶׁעפֶער מִיט אַ הֶעכֶערֶע גַיייסְט, אוּן דוּרְךְ דִי הִילְף פֿוּן דִי נְשָׁמוֹת פֿוּן דִי גְרוֹיסֶע צַדִּיקִים קֶען זַיין נְשָׁמָה שְׁטַייגְן פֿוּן אֵיין מַדְרֵיגָה צוּם צְוstandardייטְן גָאר הוֹיעךְ.
דֶער תִּפְאֶרֶת שְׁלֹמֹה אִיז דָאס מְרַמֵּז אִין עֶטְלִיכֶע מַאמְרֵי חַזַ"ל: חַזַ"ל (יומא לח:) זָאגְן "הַבָּא לִטָּהֵר מְסַיְּיעִין אוֹתוֹ", אַ אִיד וָואס קוּמְט זִיךְ רֵיינִיגְן הֶעלְפְן 'זֵיי' אִים, אוּן פִילֶע מְפָרְשִׁים פְרֶעגְן שׁוֹין אוֹיף דֶעם אַז עֶס וָואלְט לִכְאוֹרָה גֶעדַארְפְט שְׁטֵיין בִּלְשׁוֹן יָחִיד 'מְסַיֵּיעַ אוֹתוֹ', אַז דֶער אוֹיבֶּערְשְׁטֶער הֶעלְפְט אִים אַרוֹיס, נָאר דֶער פְּשָׁט דֶערְפֿוּן – זָאגְט דֶער תִּפְאֶרֶת שְׁלֹמֹה – דִי גְּמָרָא בַּאצִיעט זִיךְ צוּ דִי נְשָׁמוֹת פֿוּן צַדִּיקִים וָואס דֶער אוֹיבֶּערְשְׁטֶער שִׁיקְט זֵיי אַז זֵיי זָאלְן זִיךְ בַּאהֶעפְטְן צוּ דִי נְשָׁמוֹת פֿוּן פָּשׁוּט'ע אִידְן וָואס וִוילְן דִינֶען דֶעם בַּאשֶׁעפֶער בֶּאֱמֶת, אוּן אוֹיף דִי נְשָׁמוֹת זָאגְט דִי גְּמָרָא אַז זֵיי הֶעלְפְן אַרוֹיס דֶעם אִיד וָואס וִויל זִיךְ רֵיינִיגְן.
אַזוֹי אוֹיךְ אִיז עֶר דָאס מְרַמֵּז אִין דִי מַאֲמַר חַזַ"ל, (מִדְרָשׁ תַּנְחוּמָא פָּרָשַׁת עֵקֶב סימן ו') "הַמַּתְחִיל בְּמִצְוָה אוֹמְרִים לוֹ גְּמוֹר" – אַ אִיד וָואס פַאנְגְט אָן צוּ טוּן אַ מִצְוָה, זָאגְן 'זֵיי' אִים אַז עֶר זָאל עֶנְדִיגְן דִי מִצְוָה, לִכְאוֹרָה אִיז שְׁוֶוער, וֶוער זֶענֶען דִי 'זֵיי'? אוּן עֶר עֶנְטְפֶערְט אַ תֵּירוּץ מִיט דֶער זֶעלְבֶּע יְסוֹד, אַז דָאס גֵייט אַרוֹיף אוֹיף דִי נְשָׁמוֹת פֿוּן צַדִּיקִים וָואס הָאבְן זִיךְ בַּאהַאפְטְן צוּ דֶעם אִיד וֶוען עֶר הָאט אָנְגֶעפַאנְגֶען דִי מִצְוָה, אוּן זֵיי בֶּעטְן אִים אַז עֶר זָאל אֵיינְגַאנְצְן אוֹיסְפִירְן דִי מִצְוָה.
דֶער תִּפְאֶרֶת שְׁלֹמֹה אִיז דָאס אוֹיךְ מְרַמֵּז אִין דִי מִשְׁנָה אִין מַסֶּכֶת אָבוֹת (א, ד), "יְהִי בֵיתְךָ בֵּית וַעַד לַחֲכָמִים" – דַיין הוֹיז זָאל זַיין אַן אָרְט וִוי חֲכָמִים נֶעמֶען זִיךְ צוּזַאמֶען, דִי וָוארט 'בַּיִת' אִיז מְרַמֵּז אוֹיף דִי נֶפֶשׁ, אַזוֹי וִוי עֶס שְׁטֵייט אִין פָּסוּק (משלי כד, ג) "בְּחָכְמָה יִבָּנֶה בָּיִת" (עיין רלב"ג שם), אוּן דָאס הָאבְן דִי חֲכָמִים בַּאפוֹילְן יְהִי בֵיתְךָ בֵּית וַעַד לַחֲכָמִים, דוּ זָאלְסְט אָנְגְרֵייטְן אוּן פַארְעֶכְטְן דַיין נְשָׁמָה אַז דִי נְשָׁמוֹת פֿוּן אַסַאךְ חֲכָמִים אוּן צַדִּיקִים זָאלְן זִיךְ בַּאהֶעפְטְן אִין דִיר, אוּן מִמֵּילָא וֶועט דַיין נְשָׁמָה זַיין אַן אָרְט וִוי צַדִּיקִים נֶעמֶען זִיךְ צוּזַאמֶען, אוּן דֶעמָאלְטְס וֶועסְטוּ זוֹכֶה זַיין צוּ דָאס וָואס עֶס שְׁטֵייט אִין דִי סוֹף פֿוּן דִי מִשְׁנָה וֶהֱוֵי שׁוֹתֶה בְצָמָא אֶת דִּבְרֵיהֶם, דוּ וֶועסְט לֶערְנֶען דִי תּוֹרָה פֿוּן דִי צַדִּיקִים פּוּנְקְט וִוי אַ דָארְשְׁטִיגֶער וָואס טְרִינְקְט, וִויבַּאלְד דִי נְשָׁמוֹת פֿוּן דִי צַדִּיקִים וֶועלְן דִיר מְעוֹרֵר זַיין צוּ לֶערְנֶען דִי תּוֹרָה אוּן צוּ טוּן דֶעם רָצוֹן ה' מִיט פִיל כַּוָּנָה אוּן הִשְׁתּוֹקְקוּת.
אוּן דֶער תִּפְאֶרֶת שְׁלֹמֹה פַארְצֵיילְט, אַז עֶס אִיז בַּאקַאנְט אַז דֶער אֲרִיזַ"ל הָאט עֵדוּת גֶעזָאגְט אוֹיף דֶער רַ"י מִיגַאשׁ, אַז עֶס הָאבְן זִיךְ בַּאהַאפְטְן צוּ זַיין נְשָׁמָה עֶטְלִיכֶע נְשָׁמוֹת פֿוּן גְרוֹיסֶע תַּנָּאִים.
עֶס אִיז בַּאקַאנְט אַ גֶעשִׁיכְטֶע, וִוי דֶער אֲרִיזַ"ל הָאט זִיךְ אַמָאל אוֹיפְגֶעשְׁטֶעלְט פַאר זַיין תַּלְמִיד רַבִּי שְׁמוּאֵל דֵי אוּזִידָא זִי"עַ [בעל מדרש שמואל] אוּן וֶוען דִי אַנְדֶערֶע תַּלְמִידִים הָאבְן דָאס בַּאמֶערְקְט הָאבְן זֵיי גֶעפְרֶעגְט דֶער אֲרִיזַ"ל פַארווָאס עֶר הָאט זִיךְ אוֹיפְגֶעשְׁטֶעלְט, הָאט עֶר זֵיי גֶעעֶנְטְפֶערְט "עֶר הָאט זִיךְ אוֹיפְגֶעשְׁטֶעלְט פַאר דֶער הֵיילִיגֶער תַּנָּא רַבִּי פִּנְחָס בֶּן יָאִיר"! דַאן הָאבְן זִיךְ דִי תַּלְמִידִים גֶעוַואנְדְן צוּ זֵייעֶר חַבֵר רַבִּי שְׁמוּאֵל דֵי אוּזִידָאשׁ, אוּן זֵיי הָאבְן אִים גֶעבֶּעטְן אַז עֶר זָאל זֵיי פַארְצֵיילְן וֶעלְכֶע מִצְוָה עֶר הָאט גֶעטוּען אַז רַבִּי פִּנְחָס בֶּן יָאִיר בַּאגְלֵייט אִים, הָאט רַבִּי שְׁמוּאֵל דֵי אוּזִידָא זִי"עַ פַארְצֵיילְט: קוּמֶענְדִיג צוּם הֵיילִיגְן אֲרִיזַ"ל אִיז עֶר דוּרְכְגֶעגַאנְגֶען אַ שְׁטוּבּ פֿוּן וווּ עֶס הָאט זִיךְ אַרוֹיס גֶעהֶערְט אַ וֵויין-גֶעשְׁרֵיי, "רוֹיבֶּער'ס זֶענֶען אָנְגֶעפַאלְן אוֹיף דִי הוֹיז, אוּן זֵיי הָאבְן אוֹיסְגֶעלֵיידִיגְט דִי הוֹיז" הָאבְן דִי שְׁטוּבּ-מֶענְטְשְׁען גֶעשְׁרִיגְן, וִוי נָאר אִיךְ הָאבּ דָאס גֶעהֶערְט בִּין אִיךְ שְׁנֶעל גֶעגַאנְגֶען אוּן אִיךְ הָאבּ זֵיי פַארְשַׁאפְט אַלֶעס וָואס עֶס הָאט זֵיי גֶעפֶעלְט, קְלֵיידוּנְג, גֶעשִׁיר, אוּן עֶסְן... עֶרְשְׁט יֶעצְט הָאבְן דִי אַנְדֶערֶע תַּלְמִידִים פַארְשְׁטַאנֶען פַארווָאס דֶער גְרוֹיסֶער תַּנָּא רַבִּי פִּנְחָס בֶּן יָאִיר וָואס הָאט עוֹסֵק גֶעוֶוען אַרוֹיסְצוּהֶעלְפְן אִידְן אִין נוֹיט, אוּן אַרוֹיסְגֶענוּמֶען פַאמִילְיֶעס פֿוּן זֵייעֶר שְׁוֶוערֶע צוּשְׁטַאנְד (אַזוֹי וִוי עֶס וֶוערְט פַארְצֵיילְט אִין גְּמָרָא חוּלִין ז.) הָאט אוֹיסְגֶעקְלִיבְן זִיךְ צוּ בַּאהֶעפְטְן אִין זֵייעֶר חַבֵר רַבִּי שְׁמוּאֵל דֵי אוּזִידָא זִי"עַ. (ספר עמק המלך הקדמה ג' פרק ד).
מֶען פַארְצֵיילְט אוֹיפְן יְהוּדִי הַקָּדוֹשׁ פֿוּן פְּשִׁיסְחָא זִי"עַ, אַז אֵיינְמָאל אִיז אֵיינֶער פֿוּן זַיינֶע תַּלְמִידִים גֶעוֶוען זֵייעֶר הוּנְגֶערִיג בַּיים שִׁיעוּר, אוּן עֶר הָאט מַמָּשׁ גֶעפִּילְט אַז עֶר הַאלְט עֶס מֶער נִישְׁט אוֹיס, אוּן אִינְמִיטְן דִי שִׁיעוּר הָאט זִיךְ דֶער יְהוּדִי הַקָּדוֹשׁ פַארְטְרַאכְט, וַוייל עֶס אִיז אִים גֶעוֶוען שְׁוֶוער פְּשָׁט אִין אַ סוּגְיָא, הָאט דֶער תַּלְמִיד גֶעטְרַאכְט אַז עֶר וֶועט שְׁנֶעל אַהֵיימְלוֹיפְן, אוּן עֶר וֶועט עֶפֶּעס טוֹעֵם זַיין, עֶר הָאט גֶעהָאפְט אַז זַיין רֶבִּי וֶועט זִיךְ פְּלָאגְן עֶטְלִיכֶע מִינוּט אִין דֶער סוּגְיָא, אוּן בִּיז עֶר וֶועט זִיךְ אוֹיפְכַאפְן פֿוּן זַיין טִיפֶע עִיּוּן, וֶועט עֶר שׁוֹין זַיין צוּרִיק אוֹיפְן פְּלַאץ בַּיים שִׁיעוּר, אָנְדֶעם וָואס זַיין רֶבִּי זָאל אוֹיפְכַאפְן אַז עֶר הָאט זִיךְ אַרוֹיס גֶעגְלִיטְשְׁט פַאר גֶעצֵיילְטֶע מִינוּטְן, דֶער בָּחוּר הָאט טַאקֶע אַזוֹי גֶעטוּען אוּן עֶר אִיז אַהֵיימְגֶעלָאפְן אוּן עֶר הָאט שְׁנֶעל עֶפֶּעס גֶעגֶעסְן אוּן גֶעטְרִינְקֶען, אָבֶּער וֶוען דֶער בָּחוּר הָאט גֶעוָואלְט צוּרִיקְגֵיין אִין בֵּית הַמִּדְרָשׁ, הָאט זַיין מַאמֶע אִים גֶעבֶּעטְן אַז עֶר זָאל אִיר בִּיטֶע אַרָאפּנֶעמֶען פֿוּן בּוֹידֶעם שְׁטְרוֹי פַאר דִי קִיה, עֶר הָאט פְּרָאבִּירְט מַסְבִּיר צוּ זַיין פַאר זַיין מַאמֶע אַז עֶר הָאט זִיךְ פָּשׁוּט אַרוֹיסְגֶעכַאפְט אִינְמִיטְן שִׁיעוּר, אוּן אוֹיבּ זַיין רֶבִּי וֶועט זִיךְ אוֹיפְכַאפְן אוּן זֶען אַז עֶר אִיז נִישְׁט דָא, דַאן וֶועט עֶר זַיין זֵייעֶר בֵּייז אוֹיף אִים.
אוֹיפְן וֶועג לוֹיפְנְדִיג צוּם בֵּית הַמִּדְרָשׁ, הָאט דֶער בָּחוּר גֶעטְרַאכְט צוּ זִיךְ: פַארווָאס לֶערְן אִיךְ בִּכְלַל? כְּדֵי אִיךְ זָאל וִויסְן וִוי אַזוֹי מְקַיֵּים צוּ זַיין דִי תּוֹרָה! אוֹי, וִוי אַזוֹי הָאבּ אִיךְ זִיךְ גֶעקֶענְט אַנְטְזָאגְן פֿוּן צוּ מְקַיֵּים זַיין דִי מִצְוָה פֿוּן כִּיבּוּד אֵם? אוּן דֶער בָּחוּר הָאט זִיךְ צוּרִיקְגֶעדְרֵייט אַהֵיים, אוּן עֶר הָאט אַרָאפְּגֶענוּמֶען פַאר זַיין מַאמֶע דִי שְׁטְרוֹי פֿוּן בּוֹידֶעם, אוּן דֶערְנָאךְ אִיז עֶר שְׁנֶעל צוּרִיק גֶעלָאפְן אִין בֵּית הַמִּדְרָשׁ, וִוי נָאר עֶר הָאט אַרַיין שְׁפַאצִירְט אִין שִׁיעוּר-צִימֶער הָאט זִיךְ דֶער יְהוּדִי הַקָּדוֹשׁ אוֹיפְגֶעכַאפְט, וַוייל עֶר הָאט מַשִׂיג גֶעוֶוען דִי פְּשָׁט אִין דִי סוּגְיָא, אוּן עֶר הָאט גְלַייךְ גֶעפְרֶעגְט פֿוּנֶעם תַּלְמִיד וווּ עֶר אִיז אַצִינְד גֶעוֶוען, דֶער תַּלְמִיד הָאט נִישְׁט גֶעהַאט קֵיין אוֹיסְוַואל אוּן עֶר הָאט פַארְצֵיילְט דִי גַאנְצֶע גֶעשִׁיכְטֶע וווּ עֶר אִיז גֶעוֶוען אוּן וָואס עֶר הָאט גֶעטוּען, הָאט דֶער יְהוּדִי הַקָּדוֹשׁ אִים גֶעזָאגְט, אַז יֶעצְט פַארְשְׁטֵייט עֶר שׁוֹין פַארווָאס דֶער אָמוֹרָא אַבַּיֵּי אִיז מִיטְגֶעקוּמֶען מִיט אִים, וִויבַּאלְד עֶר הָאט מְקַיֵּים גֶעוֶוען דִי מִצְוָה פֿוּן כִּיבּוּד אֵם, הָאט דֶער הֵיילִיגֶער אָמוֹרָא אַבַּיֵּי וָואס אִיז גֶעוֶוען אַ יָתוֹם זִיךְ מִדַּבֵּק גֶעוֶוען אִין אִים, וִויבַּאלְד עֶר הָאט אוֹיךְ גֶעוָואלְט הָאבְן אַ שַׁיָּכוּת צוּ דִי מִצְוָה, אוּן יֶעצְט וֶוען עֶר אִיז צוּרִיקְגֶעקוּמֶען אִין בֵּית הַמִּדְרָשׁ צוּזַאמֶען מִיט אַבַּיֵּי, הָאט אַבַּיֵּי מַסְבִּיר גֶעוֶוען פַארְ'ן יְהוּדִי הַקָּדוֹשׁ פְּשָׁט אִין דִי סוּגְיָא אוֹיף וֶעלְכֶע דֶער יְהוּדִי הַקָּדוֹשׁ הָאט זִיךְ שׁוֹין גֶעהַאט גֶעפְּלָאגְט פַאר אַ לֶענְגֶערֶע צַייט.