Skip to content

מעשה שהיה

פארשיקט פון שפיטאל...

עס דערציילט הר"ר אברהם ווייס הי"ו פון קרית יואל:

לעצטנס האבן איינע פון מיין משפחה מיטגלידער אנגעהויבן שפירן זייער שטארקע יסורים. מיר זענען געגאנגען צום דאקטאר, און דער דאקטאר האט גלייך געזאגט אז אלע סימפטאמען ווייזן אז ס'איז א שווערע אינפעקשאן אויפ'ן אפענדיקס, און מ׳דארף תיכף אריינגיין אין שפיטאל. מיר האבן גערופן דעם באקאנטן רפואה מומחה, ר' יצחק שלמה פאלאטשעק פון קרית יואל, און נאכ'ן אויספרעגן און הערן די דעטאלן, האט ער אויך באשטעטיגט אז לויט אלע סימנים איז דאס אן ערנסטע אפענדיקס אנצינדונג, און מ׳זאל רופן הצלה און גיין אין שפיטאל.

אויפ׳ן וועג, זייענדיג אינעם הצלה אמבולאנס, האב איך שטארק מתפלל געווען צום אויבערשטן און כ'האב זיך מקבל געווען אז ווילאנג מיר זענען אין מאנהעטן, וועל איך היטן מיינע אויגן בכל החומר, אן קיין מעשיות! איך וועל זיך אפהיטן אויפ'ן שטארקסטן אופן, און אין דעם זכות זאל מען אהיימקומען געזונט און שטארק און מ'זאל נישט דארפן האבן קיין שום אפעראציע.

איבערבליק

מיר האבן געוויילט אין שפיטאל עטליכע שעה, ווי מ׳האט דורכגעפירט פארשידענע טעסטס, און ס'איז ב"ה צוריקגעקומען די שטוינענדע רעזולטאטן אז ס׳איז ממש גארנישט. די יסורים זענען געווען צוליב א קלייניגקייט, און זי איז טאקע באפרייט געווארן אן קיין שום פראצעדורן!

פאקטיש, ווען מיר זענען אריינגעפארן אין שפיטאל איז געווען א ליסטע פון צען סימנים וואס האבן גאנץ קלאר געוויזן אז ס'האנדלט זיך פון אן אפענדיקס אנצינדונג, און אזוי איז אויך געווען די מיינונג סיי פונעם דאקטער און סיי פון די הצלה מומחים! אלע אנדייטונגען האבן געוויזן אז מ'רעדט דא פון אן ערנסטע מעדיצינישע קעיס, אבער דער אויבערשטער איז דאך א כל יכול, און ער האט אונז ב"ה געהאלפן מיט אזא נס נסתר, אין זכות פון שמירת עינים צוזאמען מיט'ן כח התפלה.

אפילו אויב מ'איז שוין ח"ו איינגעוואוינט מיט שלעכטע הרגלים, דארף מען בלויז אנהויבן ארבעטן אויף א נייעם גוטן הרגל. צוביסלעך וועט מען אנטוויקלען א נייע נאטור און ס'ווערט אסאך גרינגער ווי מ'מיינט!

ווען א איד איז מחליט אראפצושטעלן א פיס און זיך מתגבר זיין, איז ער זוכה צו זען אומגלויבליכע רעזולטאטן. דאס איז בלויז א זאך וואס פאסירט בדרך הטבע נאר ס'איז פארהאן א ספעציעלע סייעתא דשמיא וואס באגלייט אז מ'זאל זיך צוגעוואוינען און די נסיונות זאלן ווערן לייכטער.

ס'איז טאקע שווער אין אנהויב, אבער שפעטער שפירט מען אזא זיסקייט, מ'דארף זיך מער נישט שלאגן אגאנץ לעבן, און שמירת עינים ווערט א חלק פונעם נאטור.

בחורים האבן א זעלטענע געלעגנהייט וואס לוינט זיך נישט צו פארפאסן! אין די בחורי'שע יארן קען מען זיך איינגעוואוינען צו האבן שמירת עינים, אז מ'זאל זיך מער נישט דארפן פלאגן אין די שפעטערע יארן.

אין דעם גרויסן זכות פון ארויסהעלפןמיר וואונטשן פאר אלע "מזכים", אז צו מזכה זיין אזויפיל אידישע קינדער מיט שמירת עינים, זאלט איר זוכה זיין צו אלע ברכות און השפעות טובות, און עס זאל נשפע ווערן אויף אייך און אייערע משפחות בני חיי ומזוני רויחי, וכל טוב סלה.

PDF Preview