נאר אן עניו קען משיג זיין די גרויסקייט פונעם אויבערשטן!
וַה' ב רַך אֶת אֲדֹּנִּי מְאֹּד וַיִּגְדָׂל... וַת לֶד שָׂרָׂה אֵּשֶת אֲדֹּנִּי בֵּן לַאדֹּנִּי אַחֲרֵּי זִּקְנָׂתָׂה וַיִּתֶן לו אֶת כׇּל אֲשֶר לו (כד, לה – לו)
[אליעזר האט דערציילט:] און דער אויבערשטער האט זייער געבענטשט מיין הער, און ער איז געווארן גרויס. און שרה האט געבוירן א זון פאר מיין הער אויף איר עלטער, און ער האט אים אוועקגעגעבן אלעס וואס ער פארמאגט
דער הייליגער בית אברהם פון סלאנים זי"ע ערקלערט די כוונה פון דעם פסוק, אז דער אויבערטשער האט געבענטשט אברהם מיט די מידה פון 'מאוד', וואס דאס איז מרמז אויף די משנה (אבות ד, ד): 'מאוד מאוד הוי שפל רוח', אז מען דארף זיך האלטן גאר גאר נידריג, און דורך אט די מידה פון ענוה וואס אברהם אבינו האט פארמאגט: "וַיִּגְד ל" – איז ער געווארן גאר גרויס און דערהויבן. "וַיִּתֶן לו אֶת כׇּל אֲשֶר לוֹּ" – און אט די טייערע מידה פון ענוה האט ער איבערגעגעבן פאר זיין זון יצחק.
הרה"ק רבי משה'לע קאזשניצער זי"ע האט געטייטשט דעם פסוק (תהילים קלח, ו): "כִּי רָם ה' וְשָפָל יִּרְאֶׁה וְגָבה מִּמֶׁרְחָק יְיֵדָע", ווי פאלגנד: "כִּי רָׂם ה'" – דער אויבערשטער איז גאר דערהויבן, "וְשָׂפָׂל יִּרְאֶה" – אבער נאר אן עניו קען זען און משיג זיין די גרויסקייט פונעם אויבערשטן, "וְגַ בֹּה מִּמֶרְחָׂק יְיֵּדָׂע" – און א בעל גאוה קען נאר וויסן פונעם אויבערשטן פונדערווייטנס, אבער ס'איז אים נישט מעגליך צו משיג זיין אמת'דיג דעם אויבערשטן .
לעשות מצותיו יוכל גם כן על ידי אמונה זו שמאמין שאין למעלה מלעשות רצונו יתברך על ידי זה יוכל לצאת מכלל ארור ולהתדבק בהשי"ת ובמדרש בן יכבד אב ועבד אדוניו (מלאכי א
ו) דורש עליו שיש ללמוד משליחותו דרך אמיתי. - כה - טו טו בית אברהם: וה' ברך את אדוני מאד ויגדל. היינו שברך אותו במדת מאד מאד מאד הוי שפל רוח וע"י מדה זו ויגדל הלך וגדל ויתן לו את כל אשר לו, כל אשר יש לו לא כתוב כאן אלא כל אשר לו היינו מדה זו של שפל רוח נתן ליצחק. הרה"ק ר' משה מקוזניץ ז"ל אמר ע"פ כי רם ה' ושפל יראה וגו' כי רם ה' רם על כל רמים, ורק שפל יראה מי שהוא שפל בעיניו הוא יכול לראות ולהכיר גדלות הבורא אבל גבוה שיש לו גאות אז רק ממרחק, ורק יידע ולא יראה.