ס'שוין נישט קיין ווערטל – ס'איז א פאקט!
א וועלט פון אמונה. א לעבן פון בטחון
דערציילט מיר א איד: מיין פינף-יעריג יונגל איז געלעגן אין שפיטאל אויף באהאנדלונגען. כדי דאס קינד זאל נישט זיין אליינס אין שפיטאל, האבן מיר עלטערן איינגעטיילט צווישן זיך ווער און ווען מ'ווייט וויילן נעבן זיין בעט. יענע נאכט, איז געווען מיין רייע צו שלאפן אין מיין קינד'ס צימער. אבער דעמאלטס האט דאס קינד אנגעהויבן זיין טעגליכע היסטעריע: וויינען און פארפירן פונדאסניי אז ער וויל אהיימגיין און שלאפן מיט מאמי.
געווענליך ווען דאס קינד האט אנגעהויבן וויינען דערוועגן, האב איך יעדעס מאל געדארפט אויפקומען מיט אן אנדערע וועג וויאזוי אים צו בארואיגן. די נאכט, האב איך געקלערט אז א גוטע ווערטל וועט אים מעגליך העלפן. האב איך אים געזאגט: "וויאזוי קענסטו אהיימגיין?! איך מוז דאך בלייבן שלאפן דא אין שפיטאל, און אויב דו גייסט אוועק – ווער וועט אכטונג געבן אויף מיר...?"
מיינע ווערטער האבן באוויזן ארויפצוברענגען א שמייכל אויף דאס קינד'ס ליפן, און ער איז פיין איינגעשלאפן.
ערשט צומארגנס האב איך זיך געכאפט: ס'איז בכלל נישט געווען קיין ווערטל. אייגנטליך איז דאס די מציאות – איך בין שטענדיג געווען צוגעוואוינט צו אלעס גוטס. פון ווען כ'בין אראפגעקומען אויף דער וועלט, בין איך געווארן אויפגעוואקסן ביי מיינע עלטערן מיט אלע באקוועמליכקייטן און סיי וואס א קינד קען זיך וואונטשן. און אזוי איז ביז היינט, כסדר בין איך ארומגענומען מיט גוטס פון אלע זייטן, געלויבט דעם אויבערשטן.
אוודאי וויל איך אז דאס לעבן זאל מיר ווייטער פארן געשמירט. און דעריבער, ווען אומער ס'מאכט זיך א זאך וואס גייט נישט ווי איך האב געחלומ'ט, הייב איך אן צו שפירן אז איך דארף זיך ספראווען דערמיט. איך הייב אן טון דערוועגן בלויז מיט גרויס שוועריגקייט. ווי צום ביישפיל; יעצט, ווען איך דארף אכט געבן אויף מיין קינד אין א וויסטע שפיטאל...
אבער דא האב איך פארשטאנען דעם אמת: די וועלט אין וואס מיר לעבן איז געווארן באשאפן פאר נסיונות. אזוי ס'שטייט בפירוש אין פסוק: "אדם לעמל יולד"! און די ראשונים ערקלערן, אז פארדעם איז דא א וועלט – כדי דער מענטש זאל דורכגיין אירע אלע עליות און ירידות און שוועריגקייטן, יעדער לויט זיין אייגנארטיגע שליחות און תכלית אויף די וועלט.
דעריבער, ווען א מענטש גייט אדורך די אלע מצבים אין וואס דער באשעפער לייגט אים אריין און ער לאזט זיך דעם אויבערשטנ'ס הייליגע רצון אים פירן – איז דווקא די נסיון דאס וואס ברענגט פארן מענטש אלע השפעות און גוטס, וואס ווערן דערנאך אנטפלעקט אין זיינע אלע אנדערע חלקים פון לעבן.
פירט דער טאטע אויס: "נו, אויב אזוי, היט איך טאקע נישט אויפן קינד – נאר דאס קינד היט מיר!"
שבת שלום ומבורך, פינחס שאפער