'טבע' – ס'איז נישטא אזא זאך!

השגחה פרטית | November 07, 2026

השגחה עליונה

סיפורי אמונה וביטחון מצדיקי הדורות זי"ע

יאר: תרצ"ג. ארט: א באהאלטענע דירה, ערגעץ אין לאדזש. די פחד וואס האט ארומגענומען די פינסטערע צימער, האט מען געקענט טאפן מיט די הענט. די געהיימע אסיפה איז געווארן פלאנירט מיט די גרעסטע מאס פארזיכטיגקייט, ווייט פון לאקערנדע אויגן פון די פאליציי און זייערע שפיאנען. בלויז זעקס מענטשן זענען געווען אנוועזנד.

ביים טיש איז געזעצן דער הייליגער 'בית אברהם' פון סלאנים זצ"ל, און נעבן אים זיין זון און שפעטער ממלא מקום, רבי שלמה דוד יהושע זצ"ל הי"ד; דאן נאך א בחור.

אנטקעגן איבער זענען געשטאנען די צוויי שותפים, ווארעמע חסיד'ישע אידן, ר' אברהם יצחק שווארצמאן און זיין פריינד ר' יחיאל קריבוס. מיט יראת הכבוד האבן זיי דערציילט פארן רבי'ן די שווערע צרה וואס איז זיי באפאלן, ווי א דונער אינמיטן העלן טאג.

פאר לאנגע יארן האבן זיי געפירט גרויסע געשעפטן אינאיינעם, זייער ביזנעס איז געוואקסן און געשפרודלט, און גלייכצייטיג איז אויך געשטיגן זייער רייכטום. אבער ווי ס'איז געווען צו ערווארטן, האט נישט אלעס פונקטליך געשטימט מיט די געזעץ...

אזוי איז געווען ביז נישט לאנג צוריק. אבער דעמאלטס איז געווארן אריינגעגעבן א שרעקליכע מסירה אויף זיי, וואס האט זיך געענדיגט מיט א שווערע אנקלאגע אין געריכט.

די געפאר איז געווען שוידערליך. אויף די קעפ פון ר' אברהם יצחק און ר' יחיאל האט געלויערט א סכנה פון באקומען לאנגע יארן אין טורמע אונטער אוממענטשליכע באדינגונגען, און דאס איז אויסער פארלירן זייער גאנצע פארמעגן.

אבער וואס טוען חסידים? מ'לויפט צום רבי'ן... און אזוי זענען די צוויי שותפים געשטאנען פאר זייער רבי, וואו זיי האבן געוויינט אן אויפהער. ביז נישט לאנג האט עס דאס רבינ'ס הייליג הארץ מער נישט געקענט אויסהאלטן, און ער מיט זיין זון האבן אויך אויסגעבראכן אין א כליפע. אין די גאנצע צימער האט געהערשט א חרדת אלקים.

נאכן זיך אביסל בארואיגן, האבן די שותפים פארגעשטעלט פארן רבי'ן א דריטער מענטש וואס איז געווען אנוועזנד אין צימער – אן עסקן. דער עסקן איז צוגעקומען צום טיש און אנגעהויבן פארצושלאגן אז אויב דער רבי וועט מסכים זיין, קען ער אקטיוויזירן זיינע פארבינדונגען ביי די הויכע פענסטער און מסדר זיין אז די גאנצע קעיס זאל 'פארשוואונדן ווערן'. נאר וואס? פארדעם וועט מען דארפן שאפן א ריזיגע סומע פון פינף טויזנט זלאטעס.

א אראפגעלאזט אין צימער, ווי נאר ס'האט אפגעקלינגען די אומגעהויערע פרייז. קיינער האט נישט געעפנט דאס מויל. אבער פלוצלינג האט זיך געהערט די קול פונעם רבינ'ס זון, רבי שלמה דוד יהושע:

"ניין, מיר זענען נישט מסכים צו באצאלן אזא גרויסע סכום!"

אלע אויגן זענען געווארן פול מיט וואונדער. דא רעדט מען דאך פון א לעבנס געפאר! אבער רשד"י איז געווען אנטשלאסן מיט זיין שטעלונג, און די צוויי שותפים האבן עס געדארפט אננעמען אן קיין ווייטערדיגע פראגעס.

נישט האבנדיג קיין אנדערע ברירה, האט דער עסקן פארלאזט די צימער צו פרובירן זען וואס ער קען טון.

נאך א קורצע צייט, איז דער עסקן צוריקגעקומען און געמאלדן אז מען קען מאכן דעם דיל פאר 'בלויז' דריי טויזנט זלאטעס. אבער אויך דאסמאל האט זיך רשד"י קעגנגעשטעלט דערצו. דער עסקן האט ווייטער פרובירט ארומצונישטערן, ביז ער איז

טויט-שטילקייט האט זיך

צוריקגעקומען און אנגעבאטן עס צו ערלעדיגן פאר בלויז צוויי טויזנט, און נאכאמאל האט דעם רבינ'ס זון צוריקגעוויזן דאס געשעפט. ענדליך איז דער עסקן צוריקגעקומען און פארגעשלאגן צו פארווישן די גאנצע מעשה פאר בלויז טויזנט זלאטעס.

ערשט יעצט, האט דעם רבינ'ס זון צוגעשטימט צום דיל. דאס געלט איז געווארן איבערגעגעבן צו די ריכטיגע הענט, ווערטער זענען געווארן אריינגעשושקעט אין די ריכטיגע פאר אויערן, און ביז א קורצע צייט זענען אלע באשולדיגונג דאקומענטן געווארן אפגעווישט...

דעמאלטס האט זיך דער 'בית אברהם' געוואנדן צו זיין זון מיט די ברענעדיגע פראגע: "וויאזוי האסטו זיך געוואגט אפצוזאגן די ארגינעלע פארשלאג, בשעת די צוויי חסידים האבן זיך געפינען אין אזא גרויסע סכנה?!"

און רשד"י געענטפערט זיין גרויסן טאטן: "טאטע, געדענקסטו נישט אז נעכטן ביי די ברית פון מיין שוואגער, רבי טוביה לאנדא, דער זון פונעם סטריקובער רבי'ן, האסטו נאכגעזאגט פארן מחותן -

תהלים! מיין מאמע איז געווען הונדערט פראצענט זיכער, אז אויב דער אויבערשטער האט צוגעפירט אז די דאקטוירים זאלן איר דערציילן אזא דערשרעקנדע בשורה פונקט אום ו' אדר – איז א סימן אז בזכות די עבודה וואס אונזער טאטע פלעגט אראפלייגן יעדן ז' אדר, וועט ער זיכער האבן א ישועה. דערביי האט מיין מאמע צוזאמגערופן אלע געשוויסטער, און אונז געבעטן אז מיר זאלן אלע צוזאמען ארויפפארן קיין מירון און דארט אנהאלטן די מנהג וואס אונזער טאטע פלעגט זיך פירן. פארשטייט זיך אז מיר האבן איר אויסגעפאלגט, מיר זענען געפארן אינאיינעם קיין מירון וואו מיר האבן זיך איינגעטיילט גאנץ ספר תהלים צווישן זיך. נאכן אויסזאגן תהלים האבן מיר געלערנט צוזאמען פאר א שטיק צייט, דערנאך האבן מיר ווייטער מתפלל געווען און איינגעריסן הימלען. מיין מאמע האט נישט געהאט קיין צווייפל, אז בזכות די ריכטיגע השתדלות וואס מיר האבן געטון, וועלן מיר אט-אט זען גרויסע ישועות.

צומארגנס, ז' אדר, איז מיין מאמע צוריק אריין אין שפיטאל כדי צו וויילן ביים טאטנ'ס בעט. ווי נאר זי איז אנגעקומען אינעם אפטיילונג, האט איר די נורס צוגערופן און איר געמאלדן: "דער דאקטאר וויל רעדן מיט דיר". "כ'וועל דיר זאגן דעם אמת; ס'אינטערעסירט מיר נישט וואס ער האט צו זאגן", האט איר מיין מאמע געענטפערט. זי האט בשום אופן נישט געוואלט הערן אז די צושטאנד איז געווארן ערגער. זי האט געוואלט בלייבן פעסט אירע אומבויגזאמע אמונה ובטחון, אן הערן סיי וועלכע אינפארמאציע וואס קען עס צעווארפן. "ניין, ס'איז גראדע דא גוטע נייעס..." האט איר די נורס פארשטיין געגעבן. נאר דעמאלטס, איז מיין מאמע געווען גרייט זיך צו טרעפן מיטן דאקטאר.

ווי נאר מיין מאמע האט זיך געשטעלט אינעם דאקטאר'ס אפיס, האט ער איר געזאגט די צוויי ווערטער וואס זי איז סייווי געווען זיכער אז זי גייט קורצליך הערן: "דיין מאן האט זיך אויפגעוועקט!" "נו, אוודאי", האט זי געענטפערט, "כ'האב דיר דאך געזאגט אז ז' אדר איז א גרויסער טאג..."

ווערטער קענען נישט ארויסברענגען די שמחה וואס האט דעמאלטס איבערגענומען אונזער משפחה. מיין טאטע, זאל זיין געזונט ביז די הונדערט און צוואנציג, איז ארויס פון סכנה, און פון דעמאלטס ווערט זיין צושטאנד בעסער און בעסער. געלויבט השי"ת, אז מיר האבן זוכה געווען צו א געזונטע טאטע וואס פונקציאנירט געהעריג.

ברוך רופא חולים!

דער סטריקובער רבי - די ווערטער וואס שטייט אין רמב"ן, אז א איד וואס גלייבט נישט אז אלעס איז נסים און אז ס'איז בכלל נישט אזא זאך ווי טבע, האט נישט קיין חלק אין תורת משה?!

"דאס האב איך געהערט פון דיר, הייליגער טאטע, און טאקע לויט דעם האב איך געזאגט מיין מיינונג! ווייל אויב דער באשעפער פירט די וועלט, פארוואס זאלן מיר באצאלן אזויפיל געלט?! בלויז די מינימום השתדלות איז פונקט גענוג, וויבאלד 'טבע' האט דאך סייווי נישט וואס אריינצורעדן דערין, און ס'איז נאר דער באשעפער וואס פירט אלעס!"

(דערביי האט רשד"י אויך ערקלערט פארוואס זיי האבן פארט געדארפט באצאלן טויזנט זלאטעס, ואכמ"ל.)

ווען דער בית אברהם האט שפעטער דערציילט די מעשה פאר זיינע חסידים, האט ער אויסגעפירט מיט א געוואלדיגע קורת רוח: "איך האב נאכגעזאגט דעם רמב"ן, אבער מיין זון האט עס אריינגענומען אין זיך!"

PDF Preview