Skip to content

צולייגן יעדן טאג מער און מער עבודת ה'!

וַיֹּסֶף אַבְרָׂהָׂם וַיִּקַח אִּשָׂה ושְמָׂה קְטו רָׂה (כה, א)

און אברהם האט פארמערט חתונה צו האבן מיט נאך א פרוי, וואס איר נאמען איז געווען 'קטורה'

דער הייליגער בית אהרן זי"ע ערקלערט די כוונה פון דעם פסוק: "וַיִּקַח אִּשָׂה" - אברהם האט זיך גענומען צו עבודת ה', וואס עבודת ה' ווערט אנגערופן 'אשה',

"ושְמָׂה קְטורָׂה" – דאס ווארט 'קטורא' איז א לשון פון 'אנקניפן', די כוונה איז, אז אברהם אבינו האט זיך אנגעבינדן און זיך אנגעקניפט אינעם אויבערשטן.

דער מדרש זאגט אויף דעם פסוק (תנחומא, ה), אז דער טעם פארוואס מען האט מתקן געווען צו דאווענען דריי מאל יעדן טאג איז, כדי א מענטש זאל שטענדיג צולייגן און פארמערן תפילה. דער מדרש פירט אויס, אז נישט נאר תפילה דארף מען צולייגן נאר אויך תורה, און נישט נאר תורה דארף מען כסדר מוסיף זיין, נאר אויך קינדער.

דאס איז אויך מרומז אין דעם פסוק, וויבאלד דער פסוק ניצט דעם לשון: "וַיֹּסֶף אַבְרָהָם", דאס לערנט אונז, אז אין עבודת ה' איז נישט שייך צו בלייבן שטיין אויף איין מדריגה. ביי יעדע איינציגסטע תפילה דארף מען כסדר פארמערן און צולייגן - צו דאווענען מיט א נייע חיות און לעבהאפט, ווייל ממה נפשך, א מענטש וואס דאוונט ווי ס'דארף צו זיין, איז זיכער מוסיף נאך חיות און כוונה ביי יעדע תפילה אָן קיין שיעור און אן קיין סוף, און דער וואס קען נישט דאווענען אויף דעם אופן, דארף זען זיך צו מחזק זיין, און זיך צו שטארקן מיט אלע זיינע כוחות, און מיט זיין גאנצער מוח, אריינצולייגן זיין גאנצער חיות ביי יעדעס דאווענען.

דער מדרש איז ממשיך, אז נישט נאר אין תפילה דארף מען צולייגן, נאר אויך אין תורה, ווייל יעדן איינציגן טאג דארף מען לערנען מיט א פרישע חיות, און מיט א התחדשות.

דער מדרש פירט אויס, אז נישט נאר אין תורה דארף מען צולייגן, נאר אויך אין קינדער. דערויף קען מען זאגן עטליכע פשטים: א] ווי דער פשוט'ער פשט, אז יעדער איד דארף זען צו געבוירן נאך און נאך קינדער און אייניקלעך, וואס זאלן לעבן לאנגע געזונטע יארן, צו קענען דינען דעם אויבערשטן.

ב] 'קינדער' איז מרמז אויף די מעשים טובים [וואס דאס איז דער עיקר 'קינדער' פון די צדיקים (ווי חז"ל זאגן, בראשית רבה ל, ו)] , אז מען דארף יעדן טאג צולייגן נאך און נאך גוטע מעשים.

ג] דורך יעדע תפילה וואס א איד איז מתפלל ווערט א בחינה פון 'געבוירן קינדער', ווייל מען דארף גלייבן מיט א ריינע אמונה, אז דורך יעדע תפילה ווערן געבוירן נייע השפעות, אבער דאס פאסירט נאר אויב מען דאוונט מיט א שמחה, אויב דאוונט מען חס ושלום מיט עצבות קען דאס נישט ברענגען קיין פירות. נאר ווען ער וועט זוכה זיין אן אנדער מאל צו דאווענען מיט א דערהויבנקייט און א שמחה, דאן וועלן אלע זיינע פריערדיגע תפילות קענען ארויפגיין. דאס איז די כוונה פונעם מדרש, אז מען דארף כסדר דאווענען מיט א פרישע שמחה, כדי צו 'געבוירן קינדער' דורך די תפילות.

ד] דער ענין פון 'קינדער' איז מרמז, אז נישט נאר אין תורה און תפילה דארף מען זיך שטענדיג מחדש זיין, נאר אויך ווען א מענטש באשעפטיגט זיך אין גשמיות'דיגע עניינים ווי עסן טרינקען, שלאפן, גיין, און אזוי ווייטער, דארף ער אכטונג געבן, אז זיי זאלן אים נישט דערווייטערן פונעם אויבערשטן, נאר אים ברענגען נענטער צום אויבערשטן. ווייל אויב דער אויבערשטער האט אריינגעשטעלט אין די בריאה, אז מען מוז טון די אלע עניינים, איז זיכער אז ס'איז באהאלטן דערין עבודת ה', דעריבער זאגט דער מדרש, אז מען דארף זען, צוצולייגן שטענדיג א נייע חיות, און אריינלייגן מער און מער עבודת ה' 'אין' די גשמיות.

די אלע עניינים זענען מרומז אין דער אויסדרוק וואס דער פסוק ניצט: "ויוסף אברהם", וואס דאס איז מרמז, אז יעדער איד דארף אלעמאל זען צוצולייגן א פרישע חיות אין עבודת ה', און אויך ביי אלע עניינים וואס ער טוט, זאל ער אינזין האבן בלויז פארן אויבערשטן .

כג כג בית אהרן: ויוסף אברהם ויקח אשה ושמה קטורה. איתא במדרש ע"ז הפסוק. ילמדנו רבינו כמה תפלות חייב אדם להתפלל בכל יום. רשב"נ א' לפי שהיום משתנה ג"פ בכל יום לפיכך צריך אדם להתפלל ג"פ כו' בשחרית השמש במזרח ובצהרים באמצע הרקיע ובמנחה במערב כו.' ומה ראו לתקן שלשה תפלות כדי שיוסיף אדם בתפלתו. ולא בתפלה לבד אלא אף בתורה ולא בתורה לבד אלא אף בבנים. עכ"ל. ונוכל לומר. כי פי' הפסוק כך הוא. ויוסף אברהם ויקח אש"ה ושמה קטורה. היינו שאברהם לקח לעצמו לעבדות הש"י כי אש"ה רומזת על אש"ה יראת י"י כידוע. ושמ"ה קטור"ה. היינו שהתקשר עצמו להשי"ת. כדאיתא בחד קטירא אתקטרנא בקוב"ה... וזהו הפי' ויוסף אברהם. כי בעבודות השייך להשי"ת אין לעמוד על מקום אחד. רק יוסיף ויחזור ויוסיף. ובכל תפלה צריכים להוסיף חיות חדש. ממ"נ אם מתפללין כראוי וכנכון. אז בוודאי מוסיף ומוסיף בלי שיעור וערך. ומי שאינו יכול להתפלל ע"ז האופן צריך בוודאי לראות להתחזק עצמו בקשר אמיץ וחזק ולהתפלל בכל מאמצי כחו ומוחו בכדי להוסיף מה שצריך להוסיף החיות של הקב"ה בזה התפלה כנ"ל... ולא בתפלה לבד אלא אף בתורה צריכים להוסיף בכל יום תמיד חיות חדש ומחודש בתורה. ולא בתורה לבד אלא אף בבנים. עפ"י פשוט נוכל לומר כי ישראל עם קדושו צריכין להוסיף תמיד בבנים ובבני בנים באורך ימים ושנים ובמז"ט ולעבדו שכם אחד. אך באמת נוכל לומר זאת ידוע שעיקר תולדותיהם של צדיקים הם המעש"ט שלהם. וזהו אף בבנים היינו להוסיף בכל יום מעש"ט כדאי' ישלח עזר"ך מקוד"ש כו' מקידוש מעשים שבך. ומציון יסעדך מציון מעשים שבך. גם בכל תפלה שמתפללין נעשה הולדה. וצריכים להאמין בזה מאד. ואימתי נעשה הולדה כשמתפללים בשמחה. אבל ח"ו כשמתפללים בעצבות רח"ל אינו עושה פירות. אך כשהעיר י"י את רוחו ונפשו להתפלל בשמחה אזי הוא מעלה כל התפלות הקודמים וז"ש לא בתפלה בלבד אלא אף בבנים להתפלל בשמחה שנעשה הולדה בתפלה. ובאמת נוכל לומר. כי לא בדברי תורה ותפלה בלבד אלא אף בדבר הרשות. היינו אכילה ושתי' ושינה והילוך ומישוש וכיוצא בהם וכל שאר דברים שבעולם צריכים לראות שלא להתרחק בזה ח"ו מהשי"ת רק לקרב א"ע בזה להשי"ת כי מסתמא כשנקבע שיתנהג העולם בזה האופן הוא בוודאי עבדות גדול להש"י וע"כ צריכין לראות שיתוסף באלו הדברים ג"כ עבדות הש"י בדעה והשכל. וכל

PDF Preview