ווער דארף מיך האבן?
א איד האט מיר לעצטנס געפרעגט: "איך טראכט אריין, ווער דארף מיך האבן? ווער דארף מיך עכט?"
איך האב געוואלט זאגן: "שוטה וואס דו ביזט"... כ'האב אים געענטפערט, אבער נישט מיט דעם אויסדרוק... וואס הייסט ווער ס'דארף דיך?! דער גרויסער באשעפער, דער מלך העולם דארף דיך!
דער אויבערשטער דארף נישט טראמפ, און ער דארף נישט קיין מלאך און נישט קיין שרף. פאר'ן אויבערשטן איז נישט נוגע קיין שום מלאך, און אפגערעדט להבדיל קיין שום גוי, נישט קיין חילוק צווישן א חשוב'ער גוי און א פראסטער גוי, אסאך גוים, ווייניג גוים.
דער אראבער זאָגט עדות: "האדא מא בשוף אל בנאת"
כ'האב געהערט פון הרה"ח רבי יהושע לייב חשין, מזקני ירושלים, אז אין זיינע יונגע יארן איז נאך געווען אין דער צייט פונעם בריטישן מאנדאט אין ארץ ישראל, אבער די שנאה איז שוין געווען זייער גרויס, און ווען מ'פלעגט גיין דאווענען ביים כותל המערבי, איז מען אויפ'ן וועג דורכגעגאנגען דורך די אראבישע גאסן אין אלטשטאט, און די אראבער פלעגן כסדר טשעפען, ווארפן שטיינער, און צומאל אויך שלאגן.
ער האט אבער באמערקט אן אינטערעסאנטע זאך, אז ס'איז דא איינער אויף וועמען די אראבער ווארפן קיינמאל נישט קיין שטיינער און זיי טשעפען אים נישט: דאס איז געווען מיין טאטע, הגה"צ רבי יצחק דוד גוטפארב זצ"ל.
האט הרב חשין מיר דערציילט אז ער האט אמאל געפרעגט אן אראבער, וואס ס'האט אים אויסגעזען אז מ'קען מיט אים רעדן: "זאג מיר, פארוואס ווארפט איר אויף אים קיינמאל נישט קיין שטיינער, וואס איז ער אנדערש ווי אלע אנדערע?"
האט דער אראבער אים געענטפערט אויף אראביש: "האדא מא בשוף אל בנאת" – "ער קוקט נישט אויף פרויען. מיר האבן דרך ארץ פאר אים"...
ס'איז דא איין נברא וואס דער אויבערשטער איז אינטערעסירט, און וויל אים, און עס גייט אים אן וואס ער טוט: דו אידיש קינד! דו צעבראכענער איד וואס דראפט זיך און זוכט דעם אויבערשטן! דער אייבערשטער דארף דיך, ער וויל דיך, ער זוכט דיך, ער חלש'ט פאר דיר! ער איז א 'פותח יד לקבל לקבל פושעים וחטאים'. פארוואס? ווייל ער וויל דיך, ווייל דו ביסט זיין קינד, און 'ישראל אף על פי שחטא ישראל הוא', און דער טאטע וויל זיינע קינדער, און ער גיבט נישט אויף אויף קיין איין איד.
וויפיל דו ביסט דורכגעפאלן, ביסטו טאקע דורכגעפאלן. אבער איין התגברות איז חשוב'ער פון טויזנטער נפילות און נאכמער אויך. ווייל נפילות זענען דרך הטבע, א מענטש האט א גוף, און דער דרך הטבע איז דורכצופאלן. אבער א התגברות איז למעלה מן הטבע! ס'איז למעלה פון די כוחות האנושי! דאס איז פון דער כח אלוקי, פון דער נשמה וואס א איד האט אין זיך. דאס איז אסאך מער חשוב. איין התגברות איז חשוב'ער ווי מיליאן דורכפעלער.
און דאס דארף א איד געדענקען: דער באשעפער קוקט ארויס יעדע רגע און עס גייט אים אן צי איך קוק וואס מ'טאר נישט, צי איך טראכט וואס מ'טאר נישט. איך בין די מערסט חשוב'סטע זאך אין די בריאה, ווייל דער אייבערשטער דארף מיך! גראדע, מיין שכן דארף ער אויך, מיין ברודער דארף ער אויך, מיין שוואגער אויך, מיין שכן אין כולל אדער אין דער ארבעט דארף ער אויך, און מיין שכן אין בית המדרש דארף ער אויך, און יעדן איד דארף ער. אבער ס'נעמט נישט אראפ פון וואס ער דארף מיך.
פאַרוואָס האָט דער חזון איש זוכה געווען?
איך האב אמאל געהערט. דער חזון איש אליין האט געזאגט אמָאל איינעם, אז ביי דער בר־מצוה האט ער זיך פארגענומען אז ער וועט כל ימיו לערנען תורה לשמה. האט איינער אים אמאל געפרעגט: עס איז דאך געווען נאך גדולים וואס האבן געלערנט ווי ער – צו אפילו מער ווי ער, פארוואס האט ער אזוי זוכה געווען?
האט ער געזאגט: "מען דארף אבער היטן די אויגן, אז מען גיט א פארשמיר די אויגן, זעט מען נישט קיין פנימיות!"
עס איז א מפורש'ער מדרש: "מי שבא דבר ערוה לעיניו", און ער גיט א פארמאך די אויגן, "זוכה לחזות בנועם ה'" - ער זעט 'זיו השכינה', א מורא'דיגע זאך.
"בפרט היינטיגע צייטן, ווען א איד ווייסט ווען די שמחה פון א גוטן 'פארמאך די אויגן', עס טרייסלען זיך הימלען, הימלען טרייסלען זיך, די גאנצע בריאה איז דאך צוליב דעם. בפשטות, די בריאה איז באשאפן געווארן פאר די 'שומרי הברית'. "אז מען גיט אוועק דעם אויבערשטן דער ראיה, האט מען אלעס. און ווען מען קומט אין קבר, אלע שדים אנטלויפן, אלע לילין אנטלויפן 'פשוטו כמשמעו'... בפרט היינטיגע צייטן, אין אזא מין העלמה, וואס די סטרא אחרא האט געעפנט אזא מין באר שחת, ווען מען ווייסט ווען די חשיבות פון קדושה, איז ממש - עס האט געלוינט אראפצוקומען אויף דער וועלט!"
שמועס מיט הרה"ג רבי בנציון גוטפארב שליט"א, אין דעם וועכנטליכן 'דרשו' גליון, מיט זכרונות פון זיין פאטער, הגה"צ רבי יצחק דוד גוטפארב זצ"ל מיקירי ירושלים של מעלה מיר זענען די גליקליכסטע, מיר זענען מיר דער עם הנבחר, "בך בחר ה' לנחלה לו", אונז געהערן פאר'ן אויבערשטן, און ער 'קעירט' פאר אונז, ער קוקט, ער דארף אונז, און ער וויל אונז, און ער וועט אונז קיינמאל נישט איבערלאזן. האדמו"ר מליזענסק שליט"א אין א שמועס אויפ'ן 'יושבי אוהל' טעלעפאן ליניע הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, קונטרס דורשי יחודך אלול תשפ"ו