Skip to content

'יראה' און 'חיזוק' אינאיינעם

וַיִּהְיו חַיֵּי שָׂרָׂה מֵּאָׂה שָׂנָׂה וְעֶשְרִּים שָׂנָׂה וְשֶבַע שָׂנִּים שְנֵּי חַיֵּי שָׂרָׂה (כג, א)

און די לעבנסטעג פון שרה זענען געווען הונדערט און צוואנציג יאר, דאס זענען געווען די יארן וואס שרה האט געלעבט

דער הייליגער בית אברהם פון סלאנים זי"ע טייטשט: "וַיִּהְיו חַיֵּי שָׂרָׂה מֵּאָׂה שָׂנָׂה" – די גאנצע לעבן פון שרה האט זי געשטרעבט צו דערגרייכן איין תכלית: מורא צו האבן פון באשעפער מיט א ריכטיגע בושה (וואס דאס איז מרומז אין דעם ווארט 'מאה', ווי דער פסוק זאגט (דברים י, יב): "מה ה' אלקיך שואל מעמך כי אם ליראה", און חז"ל דרש'ענען (מנחות מג:), אז דאס ווארט 'מה' ווערט 'מאה'), "וְעֶשְרִּים שָׂנָׂה" – זי האט אנגעהויבן מיט א 'יראת העונש', מורא צו האבן פון די עונשים (וואס דאס איז מרומז אין דעם ענין פון 'צוואנציג יאר', ווייל דאן הייבט מען אן שטראפן דעם מענטש אויף יענע וועלט, (בראשית רבה נח, לא)), "וְשֶבַע שָׂנִּים" – פון דער אנדערער זייט האט זי זיך שטענדיג מחזק געווען צו גלייבן אין די חסדים פון השי"ת, זי האט זיך שטענדיג באטראכט כאילו זי האט נישט קיין שום עבירה, פונקט ווי א קינד פון זיבן יאר, און דורכדעם האט זי זיך מחזק געווען אנצוהייבן כסדר דינען דעם אויבערשטן מיט א שמחה און התחדשות .

א

PDF Preview