זיכה וזכה
א שמועס מיט די גליקליכע משפיעים
אין פארזעצונג צו די שמועס וואס מיר פארגאנגענעם וואך מיט א חשוב’ער רב, ווערט דא פארגעלייגט נאך א טייל דערפון, אין לויף וואס דער רב טיילט אונז מיט אן אינספרירנדע געשיכטע וואס ער האט אליינס מיטגעלעבט, וואס איז דירעקט פארבינדן מיט די הייליגע אונטערנעמונג וואס ער האט זיך גענומען צו פארשפרייטן די ‘השגחה פרטית גליון’ – און געוויס, מיט אן אויסטערלישע אפענע השגחה פרטית.
דער רב האט געהאט אריינגערופן אין אפיס פון ‘השגחה פרטית’ , ער האט אויסגעדריקט זיין ווילן צו האבן א חלק אין די געוואלדיגע זכיה פון זיין א ‘מזכה את הרבים’, און ווערן א ‘מפיץ’ פון דעם הייליגן גליון. און כדי די אונטערנעמונג זאל פארן גלאטיג, האט דער רב אויפגעשטעלט א ‘זעל’ אין זיין באנק, ווי ס’האט אויטאמאטיש געזאלט ארויספארן א סומע געלט פון זיין באנק אקאונט מידי חודש בחדשו, אן קיין אפשטעל. דערמיט האט ער געוואלט אריינכאפן די זעלטענע זכיה פון שטיצן דעם הייליגן ‘מכון השגחה פרטית’, און באקומען די מעגליכקייט צו ווערן א מפיץ פון דעם גליון.
גלייך צומארגנס האט דער רב באקומען א שטרענגע טעלעפאן קאל פון די עלעקטריק קאמפעני, ווי מ’האט אים איינדייטיג געלאזט הערן אז וויבאלד ער האט שוין נישט באצאלט זיין לעקטער ביל פאר א שיינע פאר חדשים, דארף ער נאך היינט אלעס אפצאלן. “אויב נישט, וועלן מיר דיר גלייך אפהאקן די לעקטער!” – האט מען אים געסטראשעט.
נישט האבנדיג קיין אנדערע ברירה האט זיי דער רב געוואלט פארשלאגן זיין קרעדיט קארטל, אבער צו זיין באדויער האבן זיי עס נישט געוואלט אקצעפטירן. “וויבאלד די פעימענט איז אזוי פארשפעטיגט, נעמען מיר נאר אן א ‘זעל’ פעימענט”, האבן זיי אים אינפארמירט.
קיין סאך אויסוואלן האט דער רב נישט געהאט. ער האט אויפגעהויבן א טעלעפאן און געבעטן די וואס געבן זיך אפ מיט זיינע פינאנציעלע חשבונות, אז זיי זאלן ארויסשיקן א ‘זעל’ צו די פאלגנדע אדרעס. אבער למעשה זענען אלע פרואוון אויפצושטעלן אזא אקאונט געווארן געענטפערט מיט ‘פארבאטן’. דער רב האט זיך פארבינדן מיט די באנק צו פארשטיין פשט דערפון, און דער באנק-באאמטער האט אים געזאגט אז ער זעט אז אין די לעצטע תקופה האט דער רב געמאכט עפעס אן באשטעטיגונג פאר אן אויטאמאטישע זעל, וואס האבן פארגעהאלטן דעם איז זייער פארדעכטיגט ביי זיי. דער באאמטער האט אים צוגעלייגט אז די חשבון פון יענע זעל וועט נישט קענען ווערן גענוצט פאר קיין שום צוועק, ווילאנג ער קומט נישט פערזענליך אריין אין באנק און באשטעטיגט אז ער איז אייגנטליך דער וואס האט עס אויפגעשטעלט.
דער רב האט זיך דא דערזען מיט א פראבלעם. פון איין זייט וויל אים נישט די באנק באשטעטיגן א זעל, און פון די אנדערע זייט האט די לעקטער קאמפעני דרוק אויף אים, אים סטראשענדיג אז אויב ער וועט נישט זאפארט באצאלן וועלן זיי אים אפהאקן די לעקטער. ענדליך האט ער געצווינגענערהייט אויפגעהויבן א טעלעפאן צו זיינ’ס א באקאנטער, און אים פארבעטן ער זאל מאכן א זעל אין באנק פאר אים. “וואס?!” האט אים יענער געזאגט מיט אן אומגלויבליכע שוידער, “די עלעקטריק קאמפעני זאגט אז דער רב קען נאר באצאלן די ביל דורך זעל? נישטא אזא זאך! קיין שום מאל פאדערט נישט די עלעקטריק קאמפעני צו באצאלן א ביל דורך זעל... ס’מוז זיין אז מ’רעדט דא פון א באנדע גנבים. דער רב זאל שוין אפהאקן די טעלעפאן מיט זיי!”
אזוי האט דער רב געטון. און ס’האט זיך טאקע אויסגעשטעלט אז די גאנצע טעלעפאן רוף איז נישט געווען מער ווי א ביליגע שווינדל, ווי די גנבים האבן געפלאנט אנצופילן זייערע טאשן. ערשט דעמאלטס האט דער רב געכאפט אז די באנק האט געהאט גלייך בלאקירט די אקאונט פון זעל, ווי נאר ער האט אנגעשטעלן די נתינה פאר השגחה פרטית, א דאנק וואס ס’איז נאכנישט געהאט דורכגעגאנגען אפילו איין באצאלונג פאר השגחה פרטית. אין זכות וואס דער רב האט זיך איינגעשריבן צו ‘השגחה פרטית’, איז ער געווארן געראטעוועט פון אזא ערנסטע גניבה!
ערשט שפעטער איז דער רב געוואר געווארן אז ס’וואלט זיך נישט געענדיגט ביי דעם, ווייל די שווינדלער האבן זיך זייערע וועגן וואס ווי נאר מ’געבט זיי אפילו אן איינצעלע באצאלונג, זיי זענען אומשטאנד ארויסצונעמען געלייגט אומגעהויערע ענדלאזע געלט דורך יענע אקאונט. אזוי ארום האט זיך אויסגעשטעלט, אז אין זכות פון בלויז וועלן שטיצן דעם הייליגן מכון ‘השגחה פרטית’, איז ער געווארן געראטעוועט פון א באנדע שווינדלער. סומעס