דברות קודש מאת כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א בנוגע צניעות בנשים ושייטלעך בדרשת שבת שובה תשפ"ז לפ"ק
- Ha'azinu
- 5787
- Yiddish
לאמיר גיין צו א צווייטע נקודה: צניעות בנשים. ס'איז נישט קיין דרשה פאר ווייבער, ס'איז א דרשה פאר מענער, אבער ס'איז נוגע פאר זיי. א מאן איז מחויב צו זען אז די שטוב זאל זיין אן איידעלע שטוב. ס'איז די חוב פונעם מאן, ס'איז נישט א זאך וואס מ'רעדט צו די ווייב, דאס איז א זאך וואס מ'רעדט צו דעם מאן, ער איז מחויב מסדר צו זיין אז זיין שטוב זאל זיין א שטוב וואס איז געבויט אויף צניעות. וואס ער קען, איז ער מחויב צו טון. יעדער פארשטייט די שיינקייט פון צניעות, אז מ'דארף זיך נישט דרייען אינדרויסן אויף די גאס אנגעטון אויף אזא וועג וואס ס'זאל מכשיל זיין אנדערע מענטשן. איז דאס מיט די שייטלעך, איז דאס מיט די קליידונג. ווען מ'גייט ארויס אויף די גאס, דארף א מענטש זיין באשיידן.
און אונז זעמיר אלע מחנך אונזערע טעכטער, פון קליין אן, פון די דריי יאר, הייבט מען אן מחנך צו זיין קינדער אז מ'דארף גיין מיט צניעות, מ'דארף זיין איידל, מ'זאל נישט זיין אויפגעדעקט. און ווען ס'קומט צו די האר, איז מען מחנך די קינדער, אז מ'דארף האבן קורצע האר, נישט צולאזטע האר, ס'זאל זיין צוזאמגענומען אינאיינעם. יעדער בגד וואס מ'טוט אן, ס'זאל זיין איידל. און עס איז באמת א פראכט וויאזוי אונזערע אידישע טעכטער וואס גייען אין די סקולס, וויאזוי זיי גייען ארויס אויף די גאס, ווען מען זאל צוזאמנעמען גויי הארץ, און קוקן וויאזוי אונז גיי מיר. איז עס א קידוש ה', שלא עשנו כגויי הארצות ולא שמנו כמשפחות האדמה, ראו מה בין בני לבן חמי, וויאזוי אונזערע טעכטער ווערן נתחנך, און וויאזוי די גוי'אישע גאס זעט אויס.
אלעס איז זייער פיין ביז מ'האט חתונה, מ'ווערט א כלה, מ'הייבט אן צו בויען א שטוב. יעצט גייט זי ווערן אן אשת איש, אן ערוה מן התורה, וואס דארף זיך מער היטן ווי ביז יעצט. און די תורה האט גע'אסר'ט גילוי שער, מ'האט חתונה געהאט. די האר טאר נישט זיין אויפגעדעקט, מ'טאר נישט זאגן אין שטוב קיין דבר שבקדושה אקעגן שער, אקעגן טפח באשה, מ'טאר נישט זאגן קיין קידוש, מ'טאר נישט זאגן קיין שום ברכה, מ'טאר נישט בענטשן, ווייל ס'ברענגט א הרהור חטא, אז מ'גייט אזוי אנגעטון. וואס טוט מען? מ'שערט אפ די האר ווי דער סדר איז, א אידישע טאכטער שערט אפ די האר נאך די חתונה. וואס טוט מען נאכדעם? אנשטאט די אייגענע האר, וואס ביז יעצט איז מען געגאנגען שיין צוזאמגענומען די האר, מען איז געגאנגען צוזאמגענומען אז ס'זאל נישט זיין לאנג, ס'זאל נישט זיין צופלאסן, וכדומה, וואס טוט מען יעצט? מען נעמט א לאנגע שייטל, צולאזט און צופלאסן, מיט אלע פריצות ווי די אלע סטיילס זענען געמאכט געווארן, און עס איז דא אפילו וואס גייען מיט פיאות, לויט ווי די היינטיגע סטיילס איז אזוי אויסגעשטעלט.
איך רעד נישט יעצט פון די איסור פון עבודה זרה וואס איז פארבינדן מיט רובא פון די שייטלעך וואס ס'גייט אן דערביי. וואס האט מען געטוישט? די תורה האט געוואלט דו זאלסט זיין איידל. די תורה האט געהייסן דו זאלסט אראפנעמען די האר ווייל ס'פאסט נישט פאר אן אשת איש אזוי צו גיין אינדרויסן. וואס האסטו געטון? האסט אראפגענומען דיינע שיינע איידעלע האר וואס דו האסט געהאט, וואס איז געווען שיין צוזאמגענומען, ס'איז נישט געווען צופלאסן, און אנשטאט דעם האסטו גענומען די גוי'ס האר, און דו האסט עס אויסגעקעמט מיט די שענסטע סטייל וואס איז שייך אויסצוקומען, און אזוי גיי איך יעצט ארויס אויף די גאס?! יעצט בין איך אן אשת איש, יעצט גיי איך טון על פי תורה?! פארשטייט מען דען נישט אז ס'מאכט נישט קיין סענ"ס? ס'האט נישט קיין פשט וואס מ'טוט?
און ס'ווערט נאך נישט פערטיג, מ'נעמט לעי"ס שייטלעך, וואס אלע חכמי ישראל האבן דאס גע'אסר'ט, ס'קוקט אויס ממש אזוי אז מ'זאל גארנישט דערקענען ווען מ'גייט אינדרויסן, מ'גייט אויף די גאס, צו דאס איז א בתולה, צו זי האט שוין נישט חתונה געהאט. איז דאס נישט קיין חוכא וטלולא פון די תורה? מ'האט גענומען א זאך און מ'האט עס אויפגעטוישט אויף ערגערס פון וואס ס'איז געווען. אנשטאט וואס ס'איז געווען בצניעות, האט מען עס פארטוישט אויף א שייטל וואס איז פריצות.
אבער מען רעדט צו די וואנט. מ'פארשטייט מיט'ן שכל אז ס'איז אזוי, אבער ווען ס'קומט צו די מציאות, ווען מען דארף עס ארויסברענגען בפועל, דעמאלטס קומען די הרגשות מיט די הארץ, און די כח היצר וואס איז זיך מתגבר, מ'פארגעסט אלעס וואס מ'פארשטייט מיט'ן שכל, מ'וויל געפעלן פאר יעדן איינעם, מ'קען נישט זיין אנדערש פון יעדן איינעם. אין שטוב קען מען גיין אנגעטון מיט א שמאטע אויפ'ן קאפ, וואס דארט האט די תורה נישט גע'אסר'ט, דו קענסט גיין מיט'ן שענסטן שייטל וואס דו ווילסט, אין שטוב גייט מען מיט שמאטעס, און ווען מ'גייט ארויס אויף די גאס, דעמאלטס טוט מען זיך אן אויפ'ן ערגסטן וועג וואס איז שייך ארויסצוגיין אויף די גאס, מיתת סייף, ס'איז אפגעהאקט די קאפ פונעם הארץ, ער איז נישטא מיט איר.
נישט נאר וואס א מאן וואלט געדארפט פארלאנגען אין שטוב, און ארויסברענגען אין שטוב די שיינקייט פון צניעות, זאגט ער נאך א קאמפלימענט פאר איר, אז דו זעסט אויס אזוי גוט, וכדומה, און אמאל פארלאנגט ער אפילו אז זי זאל גיין אזוי. וואו זעמיר אונז געפאלן? וואו איז אונזער מיתת סייף? טראכט אריין א פאר מינוט, וועסטו זען אז דו נעמסט אוועק דעם צניעות, די שיינקייט פון כלל ישראל.