Skip to content

אידן האבן ניט געוואלט דערלאזן דעם ענין ההסתלקות

Lebin mit Moshiach | September 22, 2023

...די הוראה פון כללות הפרשה, וואס ווערט גערופן מיט'ן נאמען "האזינו", ע"ש "האזינו השמים ותשמע הארץ".

וואס דאס איז ניט נוגע בלויז ביום השבת במיוחד, ווען מען לייענט די גאנצע פרשה בהמשך אחד, און אפילו דער "גזירה משום הנכנסים ומשום היוצאים" (מגילה לא, ב) האלט מען אויך אינמיטן גאנצן נאך איין ברכה אויף דער גאנצער פרשה, און מ'לייענט עס פאר איין ציבור און אויף איין בימה, און אלע אידן שבכל העולם הערן די זעלבע קריאה, וואס דאס אלץ איז מדגיש דעם קשר פון כללות פרשת האזינו צום היינטיקן שבת.

נוסף לזה איז דאך אבער אויך פאראן דער לימוד פון היינטיקן שיעור חומש אין דער פרשה גופא, דער שיעור פון יום השבת, פון "שביעי", וואס דערמיט דארף מען "לעבן" במיוחד, לויט דער הוראה פון אלטן רבי'ן.

כג. געפינט מען אויך אין היינטיקן שיעור חומש אן ענין וואס איז פארבונדן במיוחד מיט דער תנועה פון "לכתחילה אריבער":

אין היינטיקן שיעור, קרוב לסיומו, שטייט אין פסוק "וידבר ה' אל משה גו' עלה אל הר העברים הזה הר נבו וגו' ומות בהר וגו'".

בנוגע דעם ענין פון "הר נבו" איז דאך ידוע תורת הרב המגיד (לקוטי אמרים, כ, א. אה"ת ברכה ע' תקיסג), אז כאטש ד' גמרא (ר"ה כא, ב) זאגט אויפן פסוק (תהלים ח, ו) "ותחסרהו מעט מאלקים" אז "חמשים שערי בינה נבראו בעולם וכולן ניתנו למשה חסר אחד", ד.ה. אז משה האט געקראגן בלויז מ"ט שערי בינה, אבער בשעת העלי' להר נבו האט משה געקראגן אויך דעם שער הנו"ן, און דאס איז דער רמז פון "נבו", נו"ן בו.

וואס דאס איז אן ענין פון "לכתחילה אריבער": עס רעדט זיך וועגן משה רבינו, בשעת ער האט שוין די מ"ט שערי בינה, תכלית השלימות, וואס לכאורה איז דאס אן ענין פון "עשירות", "אתה מצווה לעשרו" (ראה כתובות סז, א), און ניט "מחסורו אשר יחסר לו" (ראה טו, ח. וראה כתובות שם. פרש"י עה"פ): ובלשון רש"י אין פרשת וילך (לא, ב) — "היום מלאו ימי ושנותי", אן ענין פון "מילוי ושלמיות", אעפ"כ זאגט מען אים דאס איז אן "ותחסרהו", און בשעת העלי' להר נבו האט ער געדארפט מקבל זיין אויך דעם שער הנו"ן!

ווייל בשעת מ'האט מ"ט שערי בינה איז "מאי קמ"ל" וואס איז דער חידוש שבדבר, די וועלט איז דאך באשאפן געווארן באופן פון "וירא אלקים את כל אשר עשה והנה טוב מאד"! נאר דער חידוש איז, אז מ'דארף האבן דעם שער הנו"ן.

איז א רגע לפני זה איז שוין געווען די שלימות פון "מלאו ימי ושנותי", ביז און אן אופן פון "עד תומם", בתכלית השלימות — און אבער וויבאלד אז יעצט איז נאך א טאג, נאך א רגע, דארף מען גיין "מלכתחילה אריבער", און קריגן אויך דעם שער הנו"ן.

כד. וואס כאטש דער ענין בפשטות שטייט בנוגע צו משה רבינו, איז דאס אבער שייך צו יעדן אידן, היות אז דאס שטייט אין תורה וואס איז "מורשה קהילת יעקב" (ברכה לג, ד. וראה נדה מט, רע"א), און נאך דעם וואס דער ענין שטייט אין תורה, איז אויך אלס נשמה בגוף, איז יעדער איד שייך צו מקבל זיין דעם שער הנו"ן!

און ווי דאס איז געווען בפשטות בזמן ההוא, אז כאטש משה רבינו אליין איז טאקע ניט אריין אין א"י און איז נסתלק געווארן בשעת ער האט מקבל געווען דעם שער הנו"ן, איז אבער "אזלינן בתר רובא", און רוב אידן זיינען געבליבן בחיים, "ואתם הדבקים בה' אלקיכם חיים כולכם היום" (ואתחנן ד, ד. וראה פרש"י חוקת כ, כב), און זיינען אריין קיין ארץ ישראל — איז דאך מובן, וויבאלד אז מ'האט זיי מודיע געווען וועגן דעם ענין פון "הר נבו", זיינען זיי אויך שייך צום ענין פון "הר נבו", פון שער הנו"ן, אזוי ווי זייער נשיא, משה רבינו אין וועמען זייערע נשמות הענגען.

און דער קשר פון די אידן באותו הדור צו דרגת משה בעת עלייתו להר איז אויך מודגש אין פירוש רש"י על התורה סוף פרשתנו, וואו ער איז מסביר דעם פסוק (לב, מח) "בעצם היום הזה וגו'", לפי שהיו ישראל אומרים בכך וכך אנו מרגישין בו אין אנו מניחין אותו וכו', אמר הקב"ה הריני מכניסו בחצי היום", ד.ה. אידן האבן ניט געוואלט דערלאזן דעם ענין ההסתלקות וואס איז געווען בהר נבו — וואס דערפון איז מובן אויך וויפל זיי האבן געהאט א השפעה אויף זי.

[וואס דורך אגב איז אין דעם פאראן א "קלאָץ-קשיא", וואס ברענגט טענות מען דעם זיווג אויף איר:

עס רעדט זיך וועגן דעם דור שנכנסו לארץ, ווען אידן זיינען געשטאנען במצב הכי נעלה, נאך דעם וואס די אנשי דור המדבר זיינען אלע שוין ניט געווען, ביז אז דער פסוק זאגט "ואתם הדבקים בה' אלקיכם חיים כולכם היום" — איז ווי קומט עס צו זיי אז מיין זאגט, זיי זאלן זיך מנגד זיין צו רצון השם! וואו קאן דאס האבן להאריך וד"ל].

וואס איינע פון די הסברות בזה איז ע"פ הידוע (תניא פמ"ב וראה תק"ז תס"ט (ק, א. קוד, א). אגה"ק סוף ביאור לסי' כז) אז עס איז פאראן דער משה שבכל אחד ואחד, וואס מצד דעם איז יעדערער עולה להר נבו צוזאמען מיט משה רבינו.

(משיחת ש"פ האזינו, י"ג תשרי תשמ"ו)

PDF Preview