Skip to content
לעבן מיט משיח

תהא שנת פרייליך זיין

  • Ha'azinu
  • 5787
  • Yiddish
View printout

ביים טאַטן איז געווען אַ קאָך און אַ חיות אין לימוד התורה, און דאָס גופא – אין אַן אופן פון "לאפשא לה" (זח"א יב, ב), לחדש בתורה (ראה הל' ת"ת לאדה"ז פ"ב ס"ב. אגה"ק סכ"ו (קמה, א). ועוד), און אין דעם גופא – "לאפשה לה" אין פנימיות התורה, און פנימיות התורה אין אַן אופן פון "יתפרנסון מיני"" (ראה תקו"ז ת"ו בסופו. כסא מלך לתקו"ז שם. מק"מ בהקדמה לזהר. ועוד) בחסידות חב"ד, וואָס דאָס איז פארבונדן מיט רבותינו נשיאינו.

אין דעם גופא האָט ער זיך ניט אַזױי געקאָכט אַז די חידושים זאָלן בלייבן פֿאַר זיך אַליין, נאָר אַז דאָס זאָל אויך אָנקומען צו אַנדערע, הפצת המעינות חוצה.

וואָס דאָס (די הפצה פון די חידושים צו אַנדערע) גופא קען זיין אויף כמה אופנים: עס קען זיין אַז מ'גיט עס אַרויס בלויז בדיבור, אָבער דעמולט האָט עס דעם חסרון אַז דאָס בלייבן באם שומע נאָר לזמן קצר וואָס ער געדענקט דאָס וואָס ער האָט געהערט, נוסף לזה וואָס בשעת ער גיט עס איבער צו אַנדערע קען אין דעם ווערן אַ ספק צי דאָס איז לשון הרב און צי דאָס איז בדיוק וכו'.

דערנאָך איז דאָ אַ צווייטער אופן ווי מ'קען אַרויסגעבן די חידושים צו אַנדערע – ע"י כתב, ווי ס'איז געווען באַם טאַטן, וואָס דעמולט ווייסט מען אַז דאָס איז בדיוק בלשונו ווייל מ'זעט אַז דאָס איז כתב ידו, און דערצו איז דאָס אַ זאַך וואָס בלייבט לעולם ווייל ס'איז ניט געבליבן בדיבור וכיו"ב נאָר ער האָט עס אַראָפּגעשריבן בכתב, און מיט דער האָפענונג אַז מ'וועט עס דערנאָך אָפּדרוקן.

דאָס איז אַ הנהגה בלתי רגילה כלל וכלל – אַז געפינענדיק זיך אין אַזאַ גלות, וגלות בתוך גלות כו', וואָס איז קשה כהיפך החיים און נאָך ערגער, זאָל זי גיין קלייבן עשבים בכדי איר מאַן זאָל האָבן טינט מיט וואָס צו שרייבן:

ע"פ תורה איז דאָ דער ענין אַז אַן "עזר כנגדו" דאַרף צוגרייטן מאכלים ולבושים לבעלה וכיו"ב, כמאחז"ל (יבמות סג, א (ובפרש"י)) עה"פ, "אדם מביא חיטין חיטין כוסס (בתמי') וכו'", אָבער ס'איז ניטאָ אַזאַ חיוב אַז זי דאַרף אַרויסגיין קלייבן עשבים בכדי מאַכן דערפון טינט פֿאַר איר מאַן!

ס'איז ניטאָ אַזאַ חיוב ניט אין די חיובים ע"פ תורה פון אַן אשה לבעלה, ניט אין די חיובים מדרבנן, ניט אין די חיובים ע"פ מנהג ישראל תורה היא, ניט אין די חיובים ע"פ מנהג העולם.

נאָר דאָס איז אַ זאַך וואָס איז אינגאנצן ניט בדרך הטבע פון סדר העבודה פון אַן אשה. מ'קען אפילו ניט זאָגן אַז דאָס איז למעלה מטבע האשה, ווייל דאָס איז אינגאנצן ניט בגדר טבע וסדר ההנהגה פון אַן אשה!

אַזאַ הנהגה איז ניט געווען איר שליחות אין לעבן, דאָס איז ניט געווען אַ חלק פון אירע בירורים. אפילו בנות ונשים כשרות בישראל בתכלית השלימות – דארפן ניט טאָן אַזאַ עבודה.

און מ'האט איר בכלל אויף דעם אינגאנצן ניט מחנך געווען, און ניט ווייל ס'האט עפּעס געפעלט אין איר חינוך ח"ו, זי האָט געהאַט אַ חינוך בשלימות, אָבער אין אַ חינוך פון אַ בת ישראל כשרה איז ניטאָ קיין הכרח אַז מ'זאָל איר לערנען צו קלייבן עשבים און מאַכן דערפון טינט!

בשעת דער טאַטע איז אָבער געווען פאַרשיקט אין גלות איז געווען שווער צו שאפן טינט (דיו) מיט וואָס צו שרייבן זיינע הערות וחידושים.

און נאָכמער – מ'האָט איר ניט געקענט מחנך זיין אין אַזאַ הנהגה, ווייל בשעת האָט מען שוין אַמאָל דערציילט בארוכה (און ס'איז שוין געדרוקט בכ"מ), אַז זיין מ'האט איר מחנך געווען האָט מען זיך אינגאַנצן ניט געריכט אַז ס'וועט זיין אַזאַ "עזר כנגדו" (בראשית ב, יח), די מאַמע, זייענדיק צוזאַמען מיטן טאַטן אין גלות, מעמד ומצב, ווייל אין אירע חינוך יאָרן איז געווען אַן אַנדער משטר אין דער איז געגאַנגען קלייבן עשבים און געטאָן דערמיט פאַרשידענע פּעולות ואופנים וכו' מדינה, און מ'האט זיך ניט געקענט פאָראויסזען דעם שינוי המשטר און אַז זיי אויף דאָס מהפּך זיין צו דיו (– מסתמא האָט זי זיך נאָכגעפרעגט ביי אַזאַ וואָס האָט וועלן פאַרשיקן אין גלות און מ'וועט דאַרפן אָנקומען צו טינט וכו'! געקענט די מלאכה), בכדי אַז דער טאַטע זאָל האָבן טינט מיט וואָס צו שרייבן זיינע חידושים, און דערפון איז געוואָרן די פּעולה נמשכת עד היום הזה, אַז איצטער בשנת תשמ"ו קען מען אין דעם לערנען, און זייענדיק אַ חלק פון הפצת המעינות חוצה איז דאָס מקרב די גאולה!

פון די כתיבה ולימוד החידושים בפּנימיות התורה במצב פון "מן המיצר קראתי י- ה" (תהלים קיח, ה. וראה רד"ה מן המיצר אעת"ר. ובכ"מ), און פון לימוד התורה מתוך עוני (ראה אבות פ"ד מ"ט) – איז דערנאָך אַרויסגעקומען ע"י די השתדלות פון דער מאַמען, לימוד תורתו מתוך עושר ובהרחבה, ווי דאָס איז איצטער וואָס

און ניט קוקנדיק אויף דעם אַלעם, איז זי געגאַנגען קלייבן עשבים און געמאַכט דערפון טינט בכדי איר מאַן זאָל קענען שרייבן זיינע חידושים אין פּנימיות התורה פאַרבונדן מיט "יתפרנסון מיני"" פון חסידות חב"ד, און דערפון קען מען לערנען היינט אין שנת תשמ"ו!

און דאס אלעם – בכדי צו מקרב זיין די גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו התלוי בהפצת המעינות חוצה!