דרוש פארוואס זאגט מען ארמי אובד אבי מיטן קול?
וְעָנִיתָ וְאָמַרְתָּ לִפְנֵי ה' אֱלֹקֶיךָ אֲרַמִּי אֹבֵד אָבִי וַיֵּרֶד מִצְרַיְמָה וַיָּגָר שָׁם בִּמְתֵי מְעָט וַיְהִי שָׁם לְגוֹי גָּדוֹל עָצוּם וָרָב: (כו ה) זאגט רש"י ד"ה וְעָנִיתָ: מינט מען זאל דאס זאגן ארמי אובד אבי, בַּהֲרָמַת קוֹל, הויך, (סוטה לב ע"ב) ארמי אובד אבי. מינט מען זאל דערמאנען חַסְדֵי הַמָּקוֹם, אז "אֲרַמִּי אוֹבֵד אָבִי", דאס מיינט ווייל לָבָן בִּקֵּשׁ לַעֲקֹר אֶת הַכֹּל כְּשֶׁרָדַף אַחַר יַעֲקֹב, ער האט נאר געוואלט אבער בשביל שֶׁחָשַׁב לַעֲשׂוֹת, חִשֵּׁב לוֹ הַמָּקוֹם כְּאִלּוּ עָשָׂה, עכ"ד רש"י, ראשית דארף מען פארשטיין פארוואס דארף זיין הֲרָמַת קוֹל? אויך פארוואס דארף רש"י זאגן דעם אריכות פון לבן אז ער האט געוואלט פארניכטן ובשביל שֶׁחָשַׁב לַעֲשׂוֹת, חִשֵּׁב לוֹ הַמָּקוֹם כְּאִלּוּ עָשָׂה, וואס איז אונז א נפקא מינא צו ער האט געוואלט טאן צו ער האט געטאן למעשה, און וואס האט דאס מיט זאגן הויך ארמי אובד אבי? נאר מען קען מסביר זיין רש"י לויט וואס עס שטייט אין גמ' (ברכות דף ל"א ע"א) אסור לאדם להגביה קולו בתפילתו, בשעת מען דאווענט שמונה עשרה דארף מען זאגן שטיל, ווייל "המשמיע קולו בתפילתו הרי זה מקטני אמנה", איז רש"י מסביר דארט ווייל ער ווייזט מיט זיין דאווענען הויך, אז חלילה "אין הקב"ה שומע תפילת לחש ומגביה הרבה": אז דער אויבערשטער הערט נישט זיין שטילע תפילה, אבער ווייל דער אויבערשטער איז דאך א יודע מחשבות, איז דאס כ"ש אז ער הערט א שטילע תפילה, דאס איז ביי א אייגענע תפילה, אבער אויב מען איז מגלה אז דער אויבערשטער טוט אזאך וואס מען ווייסט נישט, מעג מען זאגן מיטן קול, ווייל דאס איז א שבח פארן אויבערשטן, און דאס איז געווען ביי לָבָן וואס שטייט בִּקֵּשׁ לַעֲקֹר אֶת הַכֹּל, און די מחשבה האט נאר דער אויבערשטער געוואוסט, און נאר ביי א גוי איז הקב"ה מצרף א מחשבה אזוי ווי א מעשה, אבער ביי א איד איז מחשבה נישט מצרף למעשה (קידושין דף מ' ע"א) איז אפילו בִּקֵּשׁ לַעֲקֹר, איז דאס גערעכנט ווי ער האט דאס געטאן און דער אויבערשטער האט געראטעוועט יעקב פון לבן, דעריבער זאגט רש"י דעם אריכות פון בִּקֵּשׁ לַעֲקֹר, ווייל דאס איז דער טעם פון זאגן ארמי אובד אבי מיטן קול, ווייל דו וועסט דאך פרעגן אז מען טאר נישט זאגן די שבחים פון אויבערשטן אויפן קול ווייל מען איז מקטני אמונה? דעריבער זאגט רש"י אז לבן האט געוואלט עוקר זיין במחשבה און דער אויבערשטער האט אים נישט געלאזט, און מיט דעם איז מען מגלה דער גרויסקייט פון אויבערשטן, און דאס זאל מען זאגן בקול, משא"כ ביי ווידוי מעשר זאגט מען שטיל, ווייל דאס איז נאר די שבח פון מענטש אז ער האט געטאן דעם רצון פון אויבערשטן. (חנוכת התורה רבי ר' העשיל מקראקא)
מיט דעם מהלך קען מען צו שטעלן א באוואוסטע ווארט (תהלים קי"ז ב) הַלְלוּ אֶת ה' כָּל גּוֹיִם שַׁבְּחוּהוּ כָּל הָאֻמִּים: אז די גוים און פעלקער אליין לויבן דעם אויבערשטן, ווייל זיי ווייסן וויפיל זיי האבן געהאט אין זייער מחשבה שלעכטס צו טאן פאר כלל ישראל, און כִּי גָבַר עָלֵינוּ חַסְדּוֹ זיי ווייסן די גרויסער חסדים פון אויבערשטן וואס האט זיי אפגעהאלטן, און דער אויבערשטער האט געהיטן די אידן, און דער הייליגער חיד"א (ספר פה אחד על הגדה) איז מסביר דעם פסוק (אסתר ג ו) וַיְבַקֵּשׁ הָמָן לְהַשְׁמִיד אֶת־כָּל הַיְּהוּדִים, הָמָן האט נאר געטראכט לְהַשְׁמִיד, און אויף דעם מחשבה איז מען דן אזוי ווי א מעשה און ער איז נענש געווארן מיט תליה, און דאס זאגן מיר אין די הגדה: וְהִיא, מיינט די שכינה הקדושה, שֶׁעָמְדָה לַאֲבוֹתֵינוּ וְלָנוּ, שֶׁלֹּא אֶחָד בִּלְבָד, נישט נאר הָמָן האט געוואלט, לְכַלּוֹתֵנוּ, אֶלָּא, נאר שֶׁבְּכָל דּוֹר וָדוֹר עוֹמְדִים עָלֵינוּ לְכַלּוֹתֵנוּ, אין אלע דורות טראכטן די פעלקער דאס צו טאן צו כלל ישראל, אבער וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מַצִּילֵנוּ מִיָּדָם. און פונדעסטוועגן וועט דער אויבערשטער זיי שטראפן פאר זייערע מחשבות, און דעריבער ברענגט די הגדה גלייך נאכדעם די ראיה פון צֵא וּלְמַד מַה בִּקֵּשׁ לָבָן הָאֲרַמִּי לַעֲשׂוֹת לְיַעֲקֹב אָבִינוּ. וגו' וְלָבָן בִּקֵּשׁ לַעֲקֹר אֶת הַכֹּל, שֶׁנֶּאֱמַר: "אֲרַמִּי אֹבֵד אָבִי". (שמח זבולון תשפ"ו)