פרשת כי תבוא - הכרת הטוב
ואמרת אליו - שאינך כפוי טובה * דער שאנד פון א כפוי טובה * תכלית פון די בריאה * די פארדינסטן פון הכרת הטוב * הראנו ה' חסדך * לויבן בשעת א צרה
ואמרת אליו - שאינך כפוי טובה. עס שטייט אין פסוק אנפאנג פרשה אז ווען די אידן וועלן אריין גיין אין ארץ ישראל, וועלן זיי באקומען די מצוה פון 'ביכורים' דאס ערשטער זאך פון די שבעת המינים וואס וועט וואקסן, דארף מען געבן פאר'ן כהן. דער יסוד און דער שורש פון די מצוה פון ביכורים איז ארויס צו ווייזן 'הכרת הטוב' פארן הייליגן באשעפער אים צו דאנקען און לויבן אויף דעם וואס ער פירט דער גאנצע בריאה, און אז ער האט געמאכט די בוים וואקסן, און אזוי האט ער משפיע געווען פאר'ן מענטש צו נהנה זיין פון די גוטע פירות. אזוי ווי עס שטייט אין רש"י (ד"ה ואמרת) ואמרת אליו - שאינך כפוי טובה.
א. די וועלט פרעגט א קשיא, פארוואס זאגט רש"י אז די טעם פארוואס מען דאנקט דעם אייבערשן איז צוליב דעם וואס מען וויל נישט זיין קיין 'כפוי טובה', פארוואס זאגט נישט רש"י ואמרת אליו – אז מען דאנקט דעם באשעפער פאר אלע זיינע גוטס, און דעריבער ברענגט מען ביכורים צו ווייזן 'הכרת הטוב', און נישט נאר ווייל מען וויל נישט זיין קיין כפוי טובה.
נאר באמת איז נישט מעגליך צו דאנקען השי"ת אויף אלע זיינע גרויסע חסדים און וואונדער, ווייל אונז זענען טאג טעגליך ארום גענומען מיט אן א שיעור חסדים, סיי וואס מען זעט קלאר מיט די אויגן, און אויף פיל חסדים וואס מיר ווייסן אפילו נישט דערפון, אז מען ווייסט אפילו נישט אויף וואס מען דארף אלס דאנקן און לויבן. אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים קו ב) מי ימלל גבורות ה' ישמיע כל תהלתו ווער קען פארציילן אלע חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אונז יעדן מינוט, און אלע גרויסע חסדים וואס דער באשעפער האט געמאכט פאר אונזערע עלטערן, עס איז דאך אן קיין שיעור און אן קיין סוף, אפילו די חסדים וואס דער באשעפער טוט מיט איין איינציג מענטש יעדן טאג, קען מען נישט ציילן, אזוי ווי עס שטייט (שם מ ו) אגידה ואדברה עצמו מספר, און ווי חז"ל (נדה לא:) זאגן 'אין בעל הנס מכיר בנסו'.
דער שאנד פון א כפוי טובה
הכרת הטוב איז גאר א וויכטיגע מדה, דאס איז פון די יסודות פונעם לעבן, און פארקערט כפוי טובה – נישט אנערקענען אין א טובה, און נישט צוריק געבן א דאנק פאר איינער וואס טוט א טובה, איז פון די ערגסטער מדות. אזוי ווי עס שטייט אין משנת רבי אליעזר (פרק ז) אין לך קשה לפני הקב"ה יתר מכפית הטובה, דער באשעפער האט זייער נישט ליב ווען מען איז נישט מכיר טוב, ער ברענגט דארטן אסאך פעלער ווי מ'זעט אז דער באשעפער האט געשטראפט ווען מען איז געווען א כפוי טוב, אנגעהויבן פון אדם הראשון וואס ער איז פארטריבן געווארן פון גן עדן וויבאלד ער האט זיך אפגערעדט (בראשית ג יב) ויאמר האדם, האשה אשר נתן עמדי דאס הייסט אז דער עונש פון ווערן פארשיקט פון גן עדן, איז נישט געקומען צוליב דעם עצם חטא פון עץ הדעת, נאר ווייל ער האט געזאגט פאר'ן רבונו של עולם "איך האב געזינדיגט דורך די פרוי וואס דו האסט מיר געגעבן", דאס איז געווען אן ענין פון כפית טובה, און דערפאר איז ער פארשיקט געווארן פון גן עדן.
די דור המדבר זענען באשטראפט געווארן מיט שלענג, ווייל זיי האבן זיך אפגערעדט אז זיי ווילן נישט די מן, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (במדבר כא ה) וידבר העם באלקים ובמשה וגו' ונפשנו קצה בלחם הקלקל', און אזוי רעכנט דער הייליגער תנא רבי אליעזר ווייטער אויס נאך ביישפילן אין לויף פון אלע דורות, און ער פירט אויס מפני מה ענש הכתוב ביותר לכפויי טובה פארוואס טאקע שטערט דאס אזוי שטארק פארן באשעפער ווען מען איז נישט מכיר טוב אויף א חסד וואס א צווייטע טוט, מפני שהוא כענין כפירה בהקב"ה, אף הכופר בהקב"ה כופר טוב הוא. ווייל דאס איז אזוי ווי איינער וואס איז 'כופר' אין השי"ת רח"ל, ער אנערקענט נישט דער גוטס און די חסדים וואס דער באשעפער שענקט שטענדיג אן קיין אויסנאם, האדם הזה הוא כופה טובתו של חברו, למחר הוא כופה טובתו של קונו. אזא איינער וואס פארשטייט נישט צו אפגעבן א דאנק פאר א צווייטע, וועט אויך נישט דאנקען דעם כל יכול וואס פירט דער גאנצע וועלט און טוט אזוי פיל גוטס פאר'ן מענטש, און דאס איז פונקט ווי כופר זיין רח"ל אינעם הייליגן באשעפער. מען דארף זיין איינגעוואוינט אין די טבע אז ווען מען באקומט א טובה, איז מען שולדיג הכרת הטוב, און אויב דאס ליגט נישט אין די ביינער, קען מען אנקומען צו נישט אנערקענען חלילה אינעם הייליגן באשעפער וואס איז א טוב ומטיב לכל.
דערפאר איז זייער פארשטענדליך פארוואס רש"י שרייבט נישט 'שאני מכיר טובה', אז איך בין דאנקבאר אויף אלע חסדים, ווייל עס איז באמת נישט מעגליך צו באגרייפן די אלע גרויסע חסדים וואס דער באשעפער טוט יעדן מינוט, אבער לכל הפחות טאר מען נישט זיין קיין כפוי טובה, און זיך נישט וויסנדיג מאכן פון די אלע גוטס וואס דער באשעפער שענקט אונז שטענדיג.
עס שטייט אין פסוק (עקב ח יח) וזכרת את ה' אלקיך כי הוא הנתן לך כח וגו' מען דארף געדענקען אז דער רבונו של עולם גיבט אונז אלעס, און ער גיבט אונז כח צו לעבן. עס שטייט ווייטער אין פסוק והיה אם שכח תשכח אויב דו וועסט פארגעסן פונעם אייבערשטען והלכת אחרי אלהים אחרים ועבדתם והשתחויתם וגו' וועסטו רח"ל אנקומען צו דינען עבודה זרה. דער אור החיים הק' ערקלערט די שייכות צווישן די צוויי פסוקים; וויבאלד עס ליגט א פליכט אויף אונז צו געדענקען אז דער באשעפער שענקט אונז נאר חסדים אן קיין שיעור, און אז אונז זענען ארום גענומען יעדע מינוט פונעם לעבן בלויז מיט גוטס פון השי"ת, דעריבער אויב שכח תשכח, מען געדענקט נישט צו דאנקען אויף אלע חסדים, מ'איז א כפוי טובה, דאן קען מען צו קומען צום ערגסטן און פארגעסן פון השי"ת און גיין דינען פרעמדע אפגעטער ה"י.
פון די ווערטער דארף מען באמת כאפן א טרייסל, ווען מען זעט ווי וויכטיג עס איז פארן באשעפער אז מען זאל דאנקן און לויבן פאר יעדע ביסל הנאה וואס מ'האט, און אויב נישט קען מען חלילה צוקומען צום ערגסטער.
תכלית פון די בריאה
עס איז באקאנט די יסודות'דיגע ווערטער פונעם רמב"ן (סוף פרשת בא בד"ה ולפיכך אמרו) וכוונת כל המצות שנאמין באלקינו, ונודה אליו שהוא בוראנו, והיא כונת היצירה, שאין לנו טעם אחר ביצירה הראשונה ואין אל עליון חפץ בתחתונים מלבד שידע האדם ויודה לאלקיו שבראו דער גאנצע תכלית און מטרה פארוואס דער באשעפער האט אונז באשאפן און באפוילן צו אפהיטן זיינע מצות, איז בלויז כדי אים צו קענען לויבן און דאנקן. פון די ווערטער קומט אויס אז אויב מען דאנקט נישט און מען אנערקענט נישט און די טובות וואס מיר געניסן שטענדיג פונעם אייבערשטער, דאן איז נישטא קיין תכלית אויף דער וועלט.
טאקע דערפאר וויבאלד דער מצוה פון הודאה – לויבן, איז אזוי וויכטיג און דאס איז פון די יסודות פונעם לעבן, דעריבער פארשטייט מען פארוואס ביי די מצוה פון ביכורים האט מען געמאכט אזא עסק מיט א גרויס פאראדע, וואס מען זעט נישט ביי אנדערע מצות, אזוי ווי עס שטייט אין די משנה (ביכורים פרק ג משנה ב) אלע אידן האבן זיך צאמגענומען און ארויף געקומען קיין ירושלים כדי צו מיט האלטן די גרויסע מעמד פון ביכורים, און אלע ירושלימ'ער איינוואוינער האבן צעפרידן אויפגענומען די אלע געסט, אא"ו, ווייל די מצוה ווייזט דאך אויף הכרת הטוב, מען גיבט אוועק די פירות וואס מען האט אליין שווער געארבעט דערויף, און מען ברענגט עס ארויף צום בית המקדש, צו ווייזן אז מען אנערקענט אז דאס האט נאר געקענט וואקסן ווייל עס איז דא א מנהיג וואס פירט אלעס פון אויבן, וואס הייסט פאר'ן בוים ארויס צו געבן פירות, און טאקע ווייל הכרת הטוב איז דער פונדאמענט פונעם אידישן לעבן, מאכט מען אזא גרויסע עסק פון אט די מצוה.
די פארדינסטן פון הכרת הטוב
עס שטייט אין ספר החינוך (מצוה תרו) לגבי דער מצוה פון בכורים ומתתוך התעוררות נפשו בשבח השם ובטובו זוכה ומתברכת ארצו דורך דעם וואס מען איז נישט קיין כפוי טובה, און מען ברענגט ארויס א דאנק פאר השי"ת אויף זיינע חסדים, שיקט דער רבונו של עולם צו דער וואס דאנקט אים, ווייטער גוטע חסדים און השפעות.
עס איז דא א שיינע טייטש פון דער גאון רבי עקיבא אייגער זצ"ל (סוף דרו"ח על התורה, דרשה א' לכבוד המלכות שנת תקצ"ד) אויף די פסוק (תהלים נ כג) זובח תודה יכבדנני ושם דרך אראנו בישע אלקים זאגט ער אזוי: איינער וואס דאנקט שטענדיג פאר דער וואס שענקט אים מתנות, וועט יענער ווייטער געבן גוטע מתנות, ווייל דער וואס גיבט די מתנות ווייסט אז יענער האט הנאה און ער איז אים דאנקבאר דערויף, ווידער איינער וואס ברענגט נישט ארויס זיין דאנק פאר דער וואס גיבט אים מתנות, וועט יענער אויפהערן צו געבן, זאגט רבי עקיבא אייגער דער זעלבע ענין איז ביי דער אייבערשטער, וואס מער מען דאנקט השי"ת, עפנט דער אייבערשטער אויף די טויערן פון השפעות און ער שענקט מער און מער, און דאס איז פשט אין פסוק זובח תודה איינער וואס באדאנקט זיך, יכבדנני טוט ער דערמיט מכבד זיין דער וואס גיבט אים די מתנות, און אויסער דעם ושם דרך אראנו בישע אלקים ער טרעט אויס מיט דעם א וועג אז ער זאל קענען באקומען נאך ישועות פון השי"ת.
דער רבנו יונה אין שערי תשובה (שער ד) ערקלערט די פסוק אין תהלים (נב יא) אודך לעולם כי עשית איך דאנק דער אייבערשטער אויף דעם וואס ער גיבט מיר אזוי פיל חסדים ואקוה שמך כי טוב נגד חסידך און טאקע דערפאר האף איך צו באקומען נאך השפעות פון הימל.
ווען מיר האלטן סוף יאר, און מען גרייט זיך פאר א משפט וואס יעדער וויל זוכה זיין צו א גוט געבענטשטע יאר מיט אלע גוטע השפעות, איז דער פאסיגע עצה, צו לויבן און דאנקען צום קל חי אויף אלע גוטע זאכן וואס ער טוט מיט אונז יעדער מינוט, און דורך דעם וואס מען דאנקט דער אייבערשטער, וועט ער אונז ווייטער שיקן נאר גוטע חסדים און עס וועט מקוים ווערן די פסוק (דברים א יא) ה' אלקי אבותכם יסף עליכם ככם אלף פעמים.
הראנו ה' חסדך
דער תולדות אדם (פר' כי תבוא ד"ה ובאת) שרייבט אז מען קען טייטשן די ווארט 'כפוי טובה' א לשון פון באדעקט און פארהוילן. מיר זענען נישט קיין כפוי טובה,
ב. איינער פון די נאנטער תלמידים פון דער חפץ חיים האט געהערט ווי דער חפץ חיים זאגט זיך אליין מוסר מוצאי שבת בעפאר סליחות, "ישראל מאיר! וואס איז מיט דיר? צו דען ביסטו נישט מכיר טובה דעם אייבערשטן אויף דעם וואס ער האט דיר געגעבן דעת און פארשטאנד צו פארפאסן דאס ספר 'חפץ חיים', צו דען ביסטו נישט מכיר טובה אויף דעם וואס דער וועלט לערנט דעם ספר 'חפץ חיים'?"! (הח"ח חייו ופעלו חלק ג תתרצ"ד)
מיר לאזן נישט די טובה זיין פארדעקט און פארהוילן פון אונז, דורך דעם וואס מיר זענען מכיר טובה און מיר אנערקענען די גוטס. דאס מיינט אז דורך דעם וואס מ'ברענגט בכורים, טוט מען אויף אז דער אייבערשטער זאל זיך פירן צו אונז מיט די מדת החסד, וואס דאס איז באתגליא – מען זעט אפן די חסדים פון השי"ת. אמאל באווייזט זיך דער אייבערשטער צו אונז מיט דעם מדת הדין, די חסד איז באהאלטן – באתכסיא, אבער דורך דעם וואס מען דאנקט דער אייבערשטער און מען ברענגט בכורים, דעקט מען אויף די באהאלטענע חסדים.
דאס איז א געוואלדיגע חיזוק פאר די אלע וואס טראגן אויף זיך דאגות און שוועריגקייטן, און ווילן זוכה זיין צו זען די חסדים פון השי"ת מיט די פליישיגע אויגן אפגעהילט, דורך לויבן און ווידער לויבן, דאנקען השי"ת אויף אלע זיינע פילע חסדים מיט וואס ער נעמט אונז שטענדיג ארום, און אזוי איז מען זוכה אז די חסדים דעקן זיך אויף, און מען קען דאס זען קלאר מיט די אויגן.
לויבן בשעת א צרה
מיר געפינען ביי דוד המלך עליו השלום אז ער האט געדאנקט און געלויבט השי"ת אפילו ווען ער האט נאך געהאלטן אינמיטן א צרה, אזוי ווי ער האט געזאגט (תהלים קי סא) חבלי רשעים עודני תורתך לא שכחתי, חצות לילה אקום להודות לך על משפטי צדקך, דער צל"ח (ברכות ד: ד"ה והנה) זאגט אז דאס מיינט, אז אפילו אין די שווערסטע מצבים וואס ער האט זיך נאר געפינען, אזוי שווער ווי די טונקלקייט פון די נאכט פארט האט ער געדאנקט השי"ת אויף זיין צרה.
ג. אוודאי לויבן אויף א צרה בשעת ווען מען געפינט זיך אין די צרה, איז גאר א הויכע מדריגה, אבער עס איז דא א לייכטערע מדריגה צו לויבן און דאנקן בשעת מען איז אין די צרה, אויף די ישועה וואס גייט קומען, אזוי ווי עס רש"י טייטש די פסוק (תהלים יט ד) מהולל אקרא ה' בהלולים אקרא ואתפלל לפניו תמיד כלומר אף לפני התשועה אני מהללו לפי שבטוח אני שאושע מאויבי מען דאנקט השי"ת נאך איידער דער ישועה איז דא, ווייל מ'איז זיכער אז דער ישועה גייט קומען.
רבי פנחס חיים הלוי הורוביץ זצ"ל בעל פתחא זוטא פארציילט (אין זיין ספר בית פנחס פר' בשלח) וואס ער האט אליין געהערט פון הרה"ק רבי ברוך מגארליץ זצ"ל א געשיכטע וואס האט זיך אפגעשפילט ביי אים אליין, אין יאר תרכ
"א איז זיין גרויסן טאטע דער צאנזער רב זי"ע צאמגעפאלן און ער איז געווארן שטרעבליכ קראנק, אלע חסידים האבן זיך ארמוגעדרייט מיט א צובראכנקייט איבער די שווערע געזונט צושטאנד פון דעם דברי חיים, אויסער דער גארליצער רב וואס ער האט זיך ארום געדרייט מיט א געפיל פון שמחה אז זיין טאטע גייט ווערן געזונט גאר שנעל, ווען מען האט אים אנגעפרעגט ווי אזוי ער ווייסט אז זיין טאטע גייט דאס איבער לעבן, האט ער געזאגט "היינט אינדערפרי ביי 'נשמת' ווען איך האב געלויבט און געדאנקט השי"ת אויף אלע זיינע חסדים, האב איך געשפירט אז דער טאטע גייט ווערן געזונט".
מיר געפינען אין חז"ל (סנהדרין צב:) אז נבוכדנצר האט געלויבט דער אייבערשטער און ער האט געזאגט "אתוהי כמה רברבין, ותמהוהי כמה תקיפין, מלכותה מלכות עלם, ושלטנה עם דר ודר וגו' ווי גרויס זענען די אותות פון השי"ת, און ווי שטארק זענען די וואונדער פונעם אייבערשטן, זיין מלוכה איז אויף אייביג, און ער געוועלטיגט אין יעדע דור".
זאגט די גמרא ווען א מלאך וואלט נישט געקומען אין אים געגעבן א פראסק אויף זיין מויל אז ער זאל אויפהערן צו רעדן, וואלט נבוכדנצר געזאגט אזעלכע שיינע לויב ווערטער אז ער וואלט דערמיט פארשעמט דוד המלך.
ווען רבי ליפמאן מראדומסק זי"ע דער איידעם פון דער תפארת שלמה זי"ע איז אמאל געקומען צו זיין רבי הרה"ק מקאצק זי"ע, האט זיין רבי אים געפרעגט אויב ער קען נאכזאגן עפעס א ווארט פון זיין גרויסן שווער, האט ער געזאגט ביי אהרן הכהן שטייט - נאכדעם וואס זיינע קינדער נדב און אביהוא זענען נפטר געווארן – וידם אהרן, וואס דאס איז גאר א גרויסע מדרגה, אבער דוד המלך האט געזאגט (תהלים ל יג) למען יזמרך כבוד ולא ידם אפלו אין א שווערע צייט האט ער געזונגען און געלויבט השי"ת, - ולא ידם.
ווען דער קאצקע רבי זי"ע האט דאס געהערט, האט ער צוגעלייגט נאך א ווארט באזירט אויף דעם געדאנק, ווי קען זיין אז נבוכדנצר וואלט געקענט זאגן בעסערע לויב ווערטער ווי דוד המלך, נאר די גמרא מיינט צו זאגן אז דוד המלך האט געלויבט דער אייבערשטער אין יעדע צייט אפלו אין די שווערסטער מצבים, אפלו ווען ער איז אוועק געלאפן פון זיינע שונאים, האט ער נאכאלס געלויבט, אבער ווען א מלאך איז געקומען צו נבוכדנצר און אים געגעבן א קליינע פאטש אויף זיין מויל, האט ער באלד אויפגעהערט צו דאנקען, ווי נאר עס איז אים געווארן אביסל שווער, האט ער שוין נישט געזאגט קיין שירה.
ווען מיר וועלן זוכה זיין צום גאולה במהרה בימינו, וועט שוין אלעס קלאר ווערן אז די אלע צער און שוועריגקייטן וואס מיר האבן געהאט איז אלעס געווען בלויז חסדים, הרה"ק רבי שלום קאמינקא זי"ע האט נאכגעזאגט פון הרה"ק מראפשיץ זי"ע אז ווען משיח וועט קומען וועט מען אלעס פארשטיין אזוי קלאר, אז עס וועט נתגלה ווערן אז עס איז אפלו נישט געווען קיין הסתרת פנים. וכשם שאנו אומרים לפניך שירה בעולם הזה כך נזכה לומר לפניך ה' אלקינו שיר ושבחה לעולם הבא.