Skip to content
לב שומע

עבדו את ה' בשמחה

  • Ki Savo
  • 5786
  • Yiddish
View printout

תחת אשר לא עבדת את ה' אלקיך בשמחה ובטוב לבב (כח מז)

  • ווי אזוי איז מען זוכה צו שמחה?
  • דער מעלה פון זיין בשמחה
  • יעדע מצוה - א טייערע אוצר
  • פנים אל פנים
  • עצבות איז עבודה זרה
  • תשובה טון מיט שמחה

תחת אשר לא עבדת את ה' אלקיך בשמחה ובטוב לבב (כח מז)

די תורה הק' זאגט אונז דער טעם פארוואס די אלע קללות וואס די תורה רעכנט אויס וועלן קומען "תחת אשר לא עבדת את ה' אלקיך בשמחה ובטוב לבב" וויבאלד מען האט נישט געדינט דעם באשעפער מיט 'שמחה', דאס מיינט כאטשיג וואס מען איז מקיים אלע מצות, אבער אויב עס פעלט דער 'שמחה' דער פרייליכקייט און דער גוט מוטיגקייט, קומט ליידער שווערע קללות.

מען דארף פארשטיין פארוואס איז אזוי הארב צו מקיים זיין א מצוה אן דעם וואס מען טוט עס בשמחה? מען איז דאך מקיים די מצוות גענוי ווי אזוי מען דארף בכל פרטיה ודקדוקיה אבער עס פעלט נאר די חלק פון שמחה, ווי קען זיין אז אלע קללות איז נאר צוליב דער סבה? נאכמער איז שווער, אונז טרעפן דאך נישט אין די תורה א מצות עשה פון זיין בשמחה ווען מען איז מקיים א מצוה, אויסער ביי געוויסע פעלער, ווי ביי ימים טובים וואס דארטן שטייט "ושמחת בחגך" (ראה טז יד), איז ווי אזוי באשטראפט השי"ת מיט אזא הארבע תוכחה אויף דעם וואס מען איז נישט בשמחה ווען מען איז מקיים א מצוה?

כדי צו פארשטיין פארוואס די אלע קללות קומען אויף דעם וואס מען איז נישט בשמחה, דארף מען ערשט פארשטיין וואס איז דער באדייט פון שמחה.

אין רבנו בחיי שטייט (כד הקמח – ערך שמחה) "השמחה הזאת מן התורה נצטוה אדם עליה וחשובה יותר מן המצוה" שמחה איז מער חשוב ווי דער מצוה אליין. מען קען זאגן פשט אין די ווערטער פארוואס איז שמחה טאקע דער עיקר און אפלו מער ווי דער מצוה זעלבסט. וויבאלד דער גאנצע תכלית פארוואס מיר זענען מקיים מצות הבורא, איז נאר צוליב שאפן א נחת רוח און צו דערפרייען דעם באשעפער, און דורך דעם וואס אונז זענען מקיים זיינע מצוות ווערן מיר אנגערופן זיינע קינדער, דעריבער ווען מיר האבן דער זכיה צו טון זיין ווילן און מקיים זיין זיינע מצות, דארפן מיר האבן אזא געוואלדיגע תשוקה און שמחה צו מקיים זיין א מצוה, אזוי ווי איינער באדינט זיין פאטער און ער ברענגט אים א נחת רוח, איז ער ממילא בשמחה, אזוי אויך ווען א איד פריידט זיך אז ער קען דינען דער אייבערשטער און אים שאפן א נחת רוח, ווייזט ער מיט דעם אז ער גלייבט און ער איז געבינדען אין הקב"ה.

דערפאר ווען אימער מען קען מאכן א נחת רוח פארן באשעפער, לעכצט מען ארויס פאר דער געלעגנהייט, און ווען מען קען שוין מקיים זיין א מצוה, איז דאס דער גרעסטער תענוג און שמחה וואס מיר קענען נאר האבן, ווי דוד המלך האט געזאגט "שש אנכי על אמרתך כמוצא שלל רב" (תהלים קיט קסב). קומט אויס אז דער גאנצע תכלית צו מקיים זיין וואס עס שטייט אין דער תורה, איז נאר כדי צו פארשאפן א נחת רוח פארן בורא כל עולמים, ממילא איז דער חלק השמחה שטערקער און חשוב'ער ווי דער מצוה אליין, ווייל דאס ברענגט צו דער מצוה. וויבאלד שמחה של מצוה איז נישט אן עקסטערע מעלה, נאר אן שמחה פעלט עס אין דער תכלית המצוה, דער צוגאנג צו א מצוה איז נאר מיט שמחה.

און אויב איינער דינט טאקע אזוי דער באשעפער, איז ער שטענדיג פרייליך און זיין הארץ ווערט אליין אנגעפילט מיט שמחה ביי יעדע מצוה, און דאס איז אונזער חיוב צו לעבן ווי "א איד - בשמחה" און וויבאלד דאס איז דער שליסל און דער סבה צו אלע מצות פארשטייט מען פארוואס מען באקומט אזעלכע שווערע שטראפן און קללות אויב מען טוט א מצוה נישט בשמחה. ווער עס איז נישט מקיים א מצוה מיט שמחה איז ראוי צו באשטראפט ווערן, ווייל שמחה מיט מצוה זענען איינס, אייניג אין זייערע מטרה, צו מקיים זיין דער ציווי הבורא, דער אמת'ע שמחה איז, צו זיין פרייליך אויף דעם וואס מען קען דינען השי"ת, און עוסק זיין אין די תורה און מיט די מצוות.ד

ד. דער חת"ס (פר' ראה ד"ה ראה אנכי וכו') שרייבט "והקללה - אפילו אם ישמור כל המצות אם הם עליו לעול ולמשא, וסופו עונשו מרובה כדכתיב תחת אשר עבדת את ה' אלקיך בשמחה ובטוב לבב וכו' וסופו לעבוד עבודה זרה רח"ל" דער וואס איז מקיים דער מצוות ה' אבער מיט א כונה צו פטר'ן די מצוה, ער פילט אז דער מצוה איז צו שווער פאר אים, ער טוט דאס נאר ווייל ער וויל פארטיג ווערן מיט דער מצוה, דאס איז דער פארקערטער פון דער תכלית המצוה צו האבן א גוטע געפיל און צו ווערן נאנטער צו השי"ת דורך מקיים זיין מצות. אויב איינער וועט לעבן אזא סארט לעבן פון זוכן צו פטור ווערן פון די מצות און עס טון נאר כדי יוצא צו זיין, וועט ער באקומען גרויסע עונשים, און דער סוף וועט זיין אז ער וועט צוקומען צו דינען עבודה זרה.

ווי אזוי איז מען זוכה צו שמחה?

ווען מען טראכט אריין אין דער געדאנק, אז דער באשעפער האט אונז געגעבן דער זכיה צו מקיים זיין מצות און באקומען שכר דערויף, ווערט דער אינערליכער זעל אוטאמאטיש אנגעפילט מיט אהבה אין ליבשאפט צום רבונו של עולם, און דורך דעם קומט מען צו צו זיין בשמחה.

עס איז באקאנט דאס וואס שטייט אין רמב"ם (סוף הלכות לולב-פרק ח') "השמחה שישמח האדם בעשיית המצוה ובאהבת הקל שצוה בהן עבודה גדולה היא, וכל המונע עצמו משמחה זו ראוי להפרע ממנו שנאמר 'תחת אשר לא עבדת את ה' אלקיך בשמחה ובטוב לבב" ווער עס האלט זיך אפ פון דער מצוה פון שמחה צוליב דעם וואס ער וויל אכטונג געבן אויף זיין כבוד, עס פאסט אים נישט צו טון יעדער סארט פעולה וואס ברענגט ארויס שמחה של מצוה, ווערט דאס פאררעכנט ווי א גרויסע עבירה, ווידער פארקערט דער וואס דינט דער רבוש"ע בשמחה קומט דאס פון אהבת השם. און ווי דער מסלת ישרים שרייבט (פרק יט) דער באדייט פון אהבה, איז שמחה. און ווי מער אהבה א מענטש האט צום אייבערשטער, אזוי פיל שמחה האט ער מיט דעם אז ער קען דינען דער באשעפער, אזוי ווי שלמה המלך זאגט אין שיר השירים (א ד) "משכני אחריך נרוצה הביאני המלך חדריו נגילה ונשמחה בך" וואס מער א מענטש איז זוכה צו פארשטיין אין גדלות הבורא, ווערט גרעסער אין אים דער שמחה צו הקב"ה, אזוי אויך געפינען מיר ביי דוד המלך אז ער איז אנגעקומען צו דער מעלה פון שמחה, ביז ער האט זוכה געווען אז זיינע ליפן האבן זיך אליינס געשאקלט און געלויבט דער אייבערשטער מיט אהבה ווי עס שטייט אין פסוק "תרננה שפתי כי אזמרה לך" (תהלים עא כג).

דער מעלה פון זיין בשמחה

אויסער דעם וואס מען דארף זיין בשמחה ווען מען דינט הקב"ה, און מען איז מקיים זיינע מצות, ווערט א מענטש א העכערע מדרגה און ער שטייגט מער אין עבודת השם מיט דעם וואס ער איז בשמחה.

עס שטייט אין גמרא (שבת ל:) "ללמדך שאין השכינה שורה לא מתוך עצלות ולא מתוך עצבות ולא מתוך שחוק ולא מתוך קלות ראש ולא מתוך שיחה ולא מתוך דברים בטלים, אלא מתוך שמחה" נאר ווען מען איז בשמחה קען דער שכינה רוען אויף דער מענטש, אזוי אויך האבן די נביאים נישט געקענט זען נבואות נאר ווען עס האט געהערשט שמחה, וועגן דעם האבן די בני הנביאים געברענגט שפיל-געצייג און מוזיקאנטן, און דערנאך האבן זיי געזאגט נבואה אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (מלכים ב ג טו) "והיה כנגן המנגן ותהי עליו יד ה'".

דער ספר החרדים (הקדמה ד"ה התנאי הרביעי) און דער חיד"א שרייבן (בספרו עבודת הקודש) אז דער אריז"ל האט געזאגט אויף זיך "אז ער האט זוכה געווען צו דער גרויסע מדרגות און חכמה נאר צוליב דעם וואס ער איז געווען בשמחה ביים לערנען און ביי מקיים זיין מצוות".ה

ה. דער אריז"ל שרייבט (שער המצות) אז ווען מען האט דער זכיה צו מקיים זיין א מצוה זאל מען זיך פארשטעלן כאילו מען פארדינט יעצט טויזענטער טויזענטער גאלדענע רענדלעך, און מיט אזא חשק און שמחה זאל מען טון דעם ציווי השם, און ער לייגט צו מורא'דיגע ווערטער "וכפי גודל שמחתו באמת ובטוב לבב פנימי, כך יזכה לקבל אור העליון ואם יתמיד בזה אין ספק שישרה עליו רוח הקודש וענין זה נוהג בין בקיום כל המצות כולן בין שעת שעוסק בתורה שיהיה בחשק גדול ובתלהבות עצומה" וואס מער פרייליך און חשק מען דינט השי"ת, וועט מען זוכה זיין צו א הייליגע ליכטיקייט און צו רוח הקודש.

יעדע מצוה - א טייערע אוצר

דער חפץ חיים (שם עולם פרק כ) איז מסביר דער ענין פון א אידישע שמחה פון א מצוה און ווי שטארק אונז דארפן זיין פרייליך ווען מיר האבן דער זכיה צו מקיים זיין מצות און צו טון דעם רצון הבורא, מיט א משל, צו איינער וואס האט געראטעוועט א קינד פונעם קעניג פון א זיכערע טויט, און כדי אים צו באלוינען האט דער קעניג אים ערלויבט צו אריין קומען אין זיין פאלאץ און נעמען וואס ער וויל, אבער נאר פאר פיר און צוואנציג שעה. יענע מעת לעת וואס ער איז געווען ביים קעניג אין פאלאץ האט ער זייער שווער געארבעט און ער האט איינגעזאמלט וואס ער האט נאר געזען אין דער קעניגליכע פאלאץ, ער האט צאמגענומען זייער אסאך גאלד און זילבער און טייערע ווערדפולע אוצרות, און דאס האט אים געברענגט צו קענען האנדלען, און אזוי האט אים עס צוגעברענגט א מורא'דיגע רייכטום, ער איז געווארן מער און מער רייך, ביז ער איז געווארן גאר א מפרסם'דיגע עושר אין די וועלט.

יעדער יאר פלעגט ער פראווענען א גרויסע סעודה אין דער דאזיגע טאג וואס האט אים געמאכט רייך, און אלע גרויסע עשירים פלעגן קומען זיך באטייליגן אין זיין סעודה. אזוי איז אנגעגאנגען פאר אפאר יאר ביז אלע האבן שוין פארגעסן פון וואו ער איז בכלל רייך געווארן.

איינמאל אינמיטן דער יערליכע סעודה וואס ער האט פארברענגט מיט אלע שרים און עשירים, האט ער זיי געפרעגט "וואס מיינט איר איז מיין בעסטע טאג פונעם יאר?" אלע האבן באלד געענטפערט, "וואס הייסט? זיכער היינט ווען דו זיצט דא אזוי מכובד'יג און עס ווערט סערווירט פון דער בעסטע און שענסטע מאכלים, און דו זיצט אזוי שיין אנגעטון ארום גענומען מיט גאלד און זילבער, און אלע הארן קומען צו דיר אפצוגעבן כבוד מלוכה" האט ער זיי געענטפערט "ניין! איין טאג וואס דאס איז געווען דער בעסטע טאג אין מיין לעבן איז געווען, ווען איך בין געגאנגען מיט פשוטע קליידער און געהונגערט א גאנצע טאג, און אפלו אזוי האב איך מיך מער געפריידט ווי איך פרייד זיך יעצט". האט ער זיי געגעבן צו פארשטיין "דאס איז געווען דער טאג וואס איך בין געווען אינעם אוצר פון דער קעניגס פאלאץ! איך האב א גאנצע טאג געשוויצט מיט פשוטע קליידער און גארנישט אריין גענומען אין מויל - וויסנדיג אז וואס איך כאפ יעצט בין איך פארזיכערט, און נאר דאס קען איך אהיים נעמען, איך האב נישט געהאט קיין צייט צו עסן צו שלאפן נאר געווען פארנומען רונדע ארום דער זייגער צו נעמען און איינזאמלען וואס מער אוצרות פון גאלד און זילבער. אבער איך האב נישט געשפירט קיין שום צער; ווייל איך בין געווען בשמחה אז איך גיי ווערן רייך, אבער יעצט איינמאל איך בין שוין געוואוינט צו מיין רייכער שטייגער האב איך נישט אזא מורא'דיגע שמחה".

מיט דעם איז דער חפץ חיים מסביר דער חשיבות און דער מתנה וואס אונז האבן צו זיין א איד, און איינזאמלען נאך און נאך מצות ומעשים טובים, נאך א בלאט גמרא און נאך א סגיא אדורך לערנען, און אויב מיר וועלן ריכטיג פארשטיין אז יעצט איז דער צייט צו איינזאמלען נאך און נאך מצוות וועלן מיר זיין אזוי פרייליך אונז וועלן זוכן נאר צו טון א גאנצע צייט מצות און מעשים טובים, אפלו ווען עס גייט שווער, ווען עס איז נישט באקוועם, אט אין די צייטן דארף מען שפירן א מור'דיגע שמחה אז מען איז זוכה צו זיין א איד און צו מקיים זיין א מצוה, וואס דאס איז דאך דער גרעסטע שמחה פארן באשעפער, צו טוהן נאך און נאך מצות, און דאס מאכט אונז גליקליך און פרייליך צו קענען מקיים זיין דער ציווי הבורא.ו

ו. איינער פון די תלמידים פונעם חפץ חיים האט פארציילט אז איינמאל האט ער זיך אונטער געהערט ווי דער חפץ חיים מאכט זיך א חשבון הנפש, און זאגט זיך מוסר, ער האט אויסגערעכנט אלע לא תעשה און אלע מצות עשה פון די תורה הק', און אינמיטן האט ער זיך שטארק צו-וויינט און געזאגט "ישראל מאיר וואס האסטו פון דעם אז דו טוסט אלע מצות און ס'פעלט דער עיקר דער שמחה של מצוה?!" אזוי האט דער חפץ חיים דאס איבער גע'חזר'ט אסאך מאל מיט הייסע טרערן.

פנים אל פנים

אויסער דער ענין פון זיין בשמחה בשעת ווען מען איז מקיים א מצוה, פעלט זיך אויך אויס מען זאל זיין שטענדיג פרייליך אפלו ווען מען איז נישט מקיים א מצוה, מיטן ארויף לייגן א שמייכל אויפן געזיכט, קען מען נאר פארדינען, עס קאסט נישט קיין געלט, אבער עס איז ווערד א מיליאן. דורך דעם וואס מען טראגסט א שמייכל אויפן פנים, ווערן בשמחה און גוטמוטיג אלע צוקוקער. מען קען קיינמאל נישט וויסן וואספארא גוטע זאכן מען פועל'ט פאר יענעם ווען מען האט א שמייכל אויפן פנים, דאס איז חסד וואס מ'קען טון אנדעם וואס מען זאל זיך אנשטרענגען, און מיט א שמייכל קען מען טוישן יענעמ'ס צוקונפט. און חלילה פארקערט ווען מען דרייט זיך ארום פארביטערט און מיט א זויערע געשטאלט, גיבט דאס אן איינקלאנג פון זויער און עס לייגט אריין דער מענטש און אנדערע אין נישט א גוטע גייסטער.

אזוי אויך זען מיר ביי דער מצות צדקה ווערט גע'פסק'נט אין שו"ע (הל' צדקה סימן רמט ס"ג) "צריך לתן צדקה בסבר פנים יפות בשמחה ובטוב לבב ומתאונן עם העני בצערו ומדבר לו דברי תנחומין, ואם נתנה בפנים זועפות ורעות הפסיד זכותו" צדקה דארף מען געבן מיט א שמייכל, און אויב מען גיבט צדקה פאר אן ארימאן מיט א זויערע פנים, נישט נאר וואס מען פארדינט נישט דערפון קיין שכר, נאר מען 'פארלירט דער זכות פון דער מצוה'ז

דער רמב"ם ערקלערט די משנה (אבות א טו) ומקבל כל אדם בסבר פנים יפות, "בפנים צוהלות" מיט א לעכטיגע פנים. דאס קומט אונז צו לערנען אז א מענטש דארף אייביג ארום גיין מיט א שמייכל אויף זיין פנים און יעדעם שיין באגריסן מיט א שמחה.

אפלו עס קען זיך אפט מאל מאכן שווערע צייטן, אבער פון שמייכל טאר מען קיינמאל נישט פארגעסן, ארום גיין מיט א פרייליכער געזיכט איז דער בעסטע היילונגס מיטל זיך ארויס צו זען פון אלע שווערע פיין און ליידן.

דער ישמח ישראל (פר' ראה) שרייבט, אז די ראשי תבות שוא – פאלטש, דאס מיינט אז אפלו א פאלטשע שמחה, איז בעסער ווי עצבות און מרה שחורה.ח

עצבות איז עבודה זרה

דער פארקערטער פון שמחה איז 'עצבות', וואס דאס ברענגט ליידער נאר חרבנות. די חסידישע ספרים (בעל התניא איגרת הקודש פי"א, פרי הארץ פר' מטות מסעי) שרייבן אז עצבות איז עבודה זרה און כפירה אין השי"ת, און עס איז מרומז אינעם ווארט, דער שורש פון דער ווארט עצבות איז עצב וואס דאס באדייט עבודה זרה.

הרה"ק ר' שלמה קארלינ'ער האט געזאגט אז עס איז נישט פארהאנען א מצוה פון זיין בשמחה, אבער ווען מען איז בשמחה קען מען צוקומען צו אלע מצוות, אזוי אויך איז עצבות נישט קיין איסור, אבער מיט עצבות קען מען צוקומען צו אלע עברות.ט

תשובה טון מיט שמחה

ווען מיר האלטן אין די טעג פון תשובה דארף מען וויסן אז "תשובה" איז א מצות עשה מן התורה ווי עס שטייט אין פסוק "ושבת עד ה' אלקיך" (דברים ד ל), און פונקט ווי יעדע מצות עשה איז מען מחויב צו טון בשמחה, דארף מען אויך תשובה טון בשמחה, - אודאי איז דא א ענין פון זיין צובראכן אז מען האט געטון עבירות, און האבן חרטה געפילן אויף אלע עבירות וואס מען איז דורך געפאלן, אבער מען טאר נישט אריין פאלן אין עצבות. ווי דער רבנו יונה זאגט אז דאס איז דער וועג פון תשובה, צו דערגרייכן אן אמת'ע חרטה טיף אין הארץ, פונקט ווי א רייכער מענטש וואס האט אריינגעלייגט זיין געלט אין א נארישע אינוועסמענ"ט און דורך דעם דערלייגט זיין פארמעגן, אזוי דארף א מענטש זיך שפירן נאריש אז ער האט געטון אן עבירה, אבער דער חסידישע ספרים לערנען אונז אז עס איז בכלל נישט קיין סתירה מיט שמחה, און מען דארף האבן פלאץ און הארץ פאר ביידע, סיי פאר חרטה געפילן, און סיי פאר שמחה אז מען האט דער זכיה צו תשובה טון, עס שטייט אין פסוק (ירמיהו לא יב) אז תשמח בתולה במחול טייטשט דער בני יששכר און דער פנים יפות אז דאס גייט ארויף אויף חדש אלול, - וואס בתולה איז דאך מזל אלול - ווען מיר טוען תשובה דארף עס זיין בשמחה.י

רביה"ק מסאטמאר זי"ע ברענגט פונעם חוזה מלובלין זי"ע (דברי יואל פרשת צו ד"ה והנה כתבו) אז דאס וואס שטייט אין פסוק (תהלים נא ה) וחטאתי נגדי תמיד מיינט נישט אז א מענטש דארף אייביג קוקן און אריינטראכטן טיף אויף זיינע חטאים, ווייל דאס וועט אים צברענגן צו עצבות און ער וועט נישט קענען דינען דער אייבערשטער ווי ס'דארף צו זיין, נאר פון צייט צו צייט דארף ער מאכן א שטארקער התבוננות [אבער א חשבון הנפש און אדורך קוקן זיינע מעשים, דארף מען אייביג מאכן, נאר דער טיפער און שטארקער מחשבות פעלט נאר אויס פון צייט צו צייט].

אין דער רבי זי"ע שטעלט עס צו, צו דער מצוה פון זכירת עמלק, וואס כאטש עס איז שטענדיג דא דער חיוב פון אויסרייסן עמלק, אין מען דארף עס אייביג מקים זיין, טראצדעם ליינען מיר דער פרשה פון עמלק נאר איינמאל א יאר.

דער חתם סופר (אנפאנג דרשות) שרייבט אז ראש השנה דארף מען זיין בשמחה, און עס איז מרומז אינעם פסוק (תהלים יד ז) בשוב ה' שבות עמו ווען מיר טוהן תשובה און מען קערן זיך צוריק אויפן ריכטיגן וועג, יגל יעקב ישמח ישראל דארף מען זיין פרייליך און עס טון בשמחה.

אזוי אויך שרייבט דער חתם סופר (דרשות כז אלול דף שנו) אויף די פסוק (תהלים פט יז) "בשמך יגילון כל היום" וואס מיר זאגן נאך תקיעת שופר, איז ראשי תבות בכיה – א געוויין, דער אמת'ע תשובה איז דורך בשמך יגילון – זיך פרייען אויף דבקות השי"ת, און ער לייגט צו געוואלדיגע ווערטער "מיט שמחה איז מען גורם אויף זיך רחמים מער ווי תעניתים, און דורך דעם וואס מען איז בשמחה היט אונז דאס אפ פון אלע שווערע גזירות".

ווען מיר האלטן יעצט סוף יאר, לאמיר זיך מקבל זיין פאר'ן נייעם יאר, צו דינען השי"ת מיט מער שמחה און זיך מחזק זיין ביתר שאת וביתר עז צו טון דעם רצון השם מיט א שמחה של מצוה, און דורך דעם זוכה זיין צו אלע גוטע ברכות און השפעות, און אונזער תפלות זאלן ווערן אנגענומען לפני אדון כל, תכלה שנה וקללותיה תחל שנה וברכותיה.

ח. איך האב געהערט אמאל פון א חשובע 'בעל תשובה' וואס האט געוואוינט דא אין לאנדאן, ער איז נעבעך אויפגעוואקסן אלס א גוי, און זיין אטמאספער איז אייביג געווען פארביטערט און אנגעצויגן, ער איז אריבער א שווערע תקופה וואס ער איז אריין אין א ביטערע דיפרעשעי"ן, איינמאל איז ער געווען אין א קרעטשמער אין געזעצען אויף איין פלאץ פאר לאנגע שעה'ן און גארנישט געטון, ער איז געווען שטארק פארביטערט און אומצופרידן מיט זיין מצב, ער האט נישט געהאט קיין שום חשק ווייטער אנצוגיין אין זיין לעבן, ווען פלוצלינג איז ארויף געשפרינגען אויפן טיש עפעס א קליינע שפילצייג "א קלאו"ן – א לאכעדיגע אויסקוק", און ער האט זיך גענומען אזוי שטארק צו לאכן פון דעם, ביז ער האט ארויס געגעבן זיין גאנצע אנגעצויגענקייט פון זיך, ער איז ארויסגעקראכן פון זיין מצב, און ער האט אנגעהויבן מיט א פרישקייט זוכן א "פלאן" פאר א נייע לעבן, ביז ער איז געווארן א פולקאמע בעל תשובה.

ט. ר' שלמה קארלינער זי"ע האט געזאגט אז ער וואלט ליבערשט גערעדט מיט א מגושם'דיגע בעל תאוה, ווי איינער וואס איז מרה שחורה'דיג, אויך ווערט געברענגט אז ער האט זייער מקפיד געווען נישט אנצוכאפן א בגד פון איינער וואס מרה שחורה'דיג.

י. דער פנים יפות (סוף פרשת אחרי) לייגט צו נאך א ווארט, א שיינע פשט אויף דער פסוק (ירמיהו נ כ) "בימים ההם ובעת ההיא נאם יהוה יבקש את עון ישראל ואיננו" אין די טעג פון אלול – תשרי זענען אנגעפילטע טעג און מען קען אסאך קונה זיין אין די קורצע תקופה, און עס איז מרומז אינעם פסוק בימים "ההם" איז בגימטריא 50 וואס דאס איז דער פופציג טעג פון ר

More in this printout

View the whole printout