לֹא עָבַרְתִּי מִמִּצְוֹתֶיךָ וְלֹא שָׁכֶחְתִּי: (כ"ו יג) שטייט אין מדרש תנחומא (סוף פ' עקב) אויב די אידן וואלטן נישט געזינדיגט מיטן עגל וואלט ניט געווען קיין שכחה אויף די וועלט, און דאס שטייט (במדבר טו מ) וּזְכַרְתֶּם אֶת כָּל מִצְוֹת ה' וַעֲשִׂיתֶם אֹתָם וְלֹא תָתְוּרוּ אַחֲרֵי לְבַבְכֶם וְאַחֲרֵי עֵינֵיכֶם אֲשֶׁר אַתֶּם זְנִים אַחֲרֵיהֶם: איר וועט היטן אלע מצות און חלילה נישט זינדיגן, וועט זיין לְמַעַן תִּזְכְּרוּ, אז מען וועט אלעס געדענקען, און עס וועט נישט זיין קיין שכחה. (טל השמים הגה"ק מקאשוי זצוק"ל) און מוסיף זיין צו דעם עס שטייט אז צדיקים וואס זינדיגן נישט האבן נישט קיין שכחה, אזוי ווי עס שטייט אין הייליגן ספר בית אהרן קארלין מען זאגט אין סדר זכרונות ראש השנה כִי אֵין שִׁכְחָה לִפְנֵי כִסֵא כְבוֹדֶךָ, דער וואס איז דבוק אין כְסֵא הַכָבוֹד, און זינדיגט נישט האט נישט קיין שִׁכְחָה, און מען קען צולייגן אז דער חידוש פון הייליגן צדיק פון קאשוי אז דאס ליגט אויך אין די המשך פון פסוק: לְמַעַן תִּזְכְּרוּ, אויב איר ווילט געדענקען אלעס און נישט האבן קיין שכחה, איז די עצה וַעֲשִׂיתֶם אֶת כָּל מִצְוֹתֶי, טאהן אלע מצות, ממילא וִהְיִיתֶם קְדֹשִׁים לֵאלֹקֵיכֶם: וועט איר זיין דבוק לִפְנֵי פארן כְסֵא הַכָבוֹד, וועט זיין אֵין שִׁכְחָה, און למעשה קומט אויס אז די תורה איז דאס שטארק מזרז מיט דעם איבער חזרן, ווייל עס שטייט שוין וּזְכַרְתֶּם אֶת כָּל מִצְוֹת ה' וַעֲשִׂיתֶם אֹתָם, מען זאל טאהן און היטן די מצות, און פונדעסטוועגן שטייט נאכאמאל וַעֲשִׂיתֶם אֶת כָּל מִצְוֹתָי, צו שטארקן דעם מענטש און אים מזרז זיין. (שמח זבולון תשפ"ו)
More in this printout
- דרוש פארוואס זאגט מען ארמי אובד אבי מיטן קול?א הערליכער דרוש אויף פרשת כי תבוא וואס ערקלערט פארוואס מען זאגט "ארמי אובד אבי" מיט א הויכע קול, און וויאזוי דער אויבערשטער באשטראפט גוים אויף א שלעכטע מחשבה.
- די גרעסטע ברכה וואס א מענטש קען באקומעןדי ארטיקל באהאנדלט די פליאה פארוואס די תורה נוצט א כפל לשון ביי די ברכות אין פרשת כי תבוא, און ערקלערט אז די גרעסטע ברכה איז צו זיין נאנט צום אויבערשטן.
- מדור העובדות ***** הסב"ק ר' ישכר בער פון ראדאשיץ זצוק''ל היילט אויס א קינד מיט הייליגע שֶמֶן *****A captivating Chassidic tale recounts how the holy Radoshitzer Rebbe, Rabbi Yissachar Ber, miraculously healed a paralyzed child using a special oil, emphasizin