Skip to content

כשנשיא הדור האט דאס אריינגעשטעלט אין א מאמר... איז דאס א הוכחה שזה שייך לכאו"א!

Lebin mit Moshiach | February 23, 2024

המשך מגליון הקודם

בהשיחה נת' שמש"כ בתניא שכל הגילויים דלעתיד תלויים במעשינו ועבודתנו במשך זמן הגלות, הם ה"מבצעים" - ונת' ע"ד מבצע תורה, אהבת ישראל, חינוך, תפילין, מזוזה - ושבארץ יכול להסביר אי"ז לכ"א, אפי' למי שישנבה לבין העכו"ם... ויבואלד ער גייט בשליחות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, נשיא דורנו. [נעתק בגליונות הקודמים] ובהמשך לזה:

סא. ועוד"ז "מבצע צדקה", און "בית מלא ספרים - יבנה וחכמי'".

ועאכו"כ די שלשה עמודים שעליהם נשען בית ישראל, "בית יעקב - אלו הנשים" - "מבצע נרות שבת קודש", וואס דאס טוט-אויף אז "לא יכשל בעין או באבן" (שו"ע אדה"ז או"ח רס"ג סמ"ג. ומגמ"א שם סק"י-יד); נוסף אויף די רמזים שבה בגולה ובקבלה - אויך דער "לא יכשל בעין או באבן" כפשוטו, ווארום דאס איז א לשון פון שו"ע איז לכל לראש דער פירוש בזה כפשוטו.

און "מבצע כשרות האכיל"ש", וואס דאס האט א שייכות, מיוחדת מיט אונזער פרשה, ווי רש"י ברענגט גלייך בתחלת הפרשה (משפטים) (אויף "אשר תשים לפניהם") "כשולחן הערוך ומוכן לאכול לפני האדם".

וואס אין דעם איז דא א דיוק נפלא:

פארוואס זאגט רש"י די דוגמא דוקא פון "כשולחן .. לאכול" - רש"י האט געקענט זאגן אנדערע דוגמא, "כשולחן .. לשתות", אזוי ווי עס איז מוכן פאר אים דער ענין פון טרינקען, אדער א דוגמא פון א בגד, אזוי ווי א בגד וואס איז מוכן ללבוש (ווארום אין פסוק שטייט דאך ניט א שולחן דוקא) -

אעפ"כ זאגט רש"י דוקא די דוגמא פון "כשולחן .. לאכול", ווארום דער ענין המזון איז א זאך וואס ווערט "דם ובשר כבשרו" (ווי דער לשון פונעם אלטן רבי'ן אין תניא (פ"ה ט, סע"ב), אין במילא וואו נאר ער גייט - גייט דאס מיט מיט אים, און אויך בשעת ער טוט אנדערע ענינים, ער איז מטייל וכו' (ראה רמב"ם הל' דעות רפ"ה), ביז אפילו בשעת ער שלאפט - איז דער מזון מיט אים, ווארום דאס איז געווארן זיין "דם ובשר".

עד"ז דארף די תורה וואס ער עסט - ווערן דם ובשר כבשרו כפשוטו, וע"ד דער סיפור הידוע מיט ר' נחום טשערנאבילער, וואס דער רבי נ"ע ברענגט אין א מאמר (סה"מ תרע"ח ע' קצט) (אנדערע דערציילן דאס אויף אנדערע גדולים), אז פון ענטפערן איהש"ר איז ביי אים צוגעקומען פעטקייט כפשוטו, וואס ער איז געווען א דיקער בגשמיות.

טעה'ט ער אבער: ער האט שוין היינט געענטפערט דורכן טאג כו"כ פעמים איהש"ר, און ביי אים איז נאך אלץ ניט צוגעקומען קיין וואג, ער איז נאך אלץ דאר!

דא האט מען דאס אריינגעשטעלט אין א מאמר, וואס די נקודה זיינע איז - דער ענין פון "כבו" (ראה סה"מ קונטרסים ח"א קצח, ס"א ואילך. הש"ת ע' יא. תש"א ע' 57. ובכ"מ) - וואס לכאורה וואס פאר א שייכות האט דער ענין אז אים קומט-צו תענוג דורך ענטפערן איהש"ר, צו (א מאמר וואס רעדט וועגן) א "בכיו" לכאו"א?!

וויבאלד אבער א נשיא הדור (בדורו) האט דאס אריינגעשטעלט אין א מאמר, און דערנאך האט מען דאס מעתיק געווען און אפגעדרוקט וכו' - איז דעריבער גופא א הוכחה אז דאס האט א שייכות צו יעדערן און יעדערע צו וועמען דאס דערגרייכט.

און יעדער איינער קען דאס אויספרואוון: טאמער איז ער א דארער און ער וויל באקומען נאך וואג, עטליכע "אונצעס" צי אפילו א "פונט" - זאל ער ענטפערן איהש"ר כדבעי וועט ער דאס זעהן במוחש.

און אויב ער זעט דאס ניט, ער איז נאך אלץ א דארער - איז דאס ווייל עס פעלט זיין יגיעה אין דעם, און "לא יגעתי ומצאתי - אל תאמין" (מגילה ו, ב), משא"כ אז ער וועט יע באבן יגיעה אין דעם - איז דעמולט זאגט מען פארקערט "יגעתי ולא מצאתי אל תאמין".

המשך יבוא אי"ה
(ש"פ משפטים, מבה"ח אדר א' ה'תשמ"א)

PDF Preview