דֶער וֶועג פוּן תְּשׁוּבָה

לב שומע | August 20, 2026

מִלְחֶמֶת הַיֵּצֶר

מִיר הַאלְטְן אַצִינְד אִינְמִיטְן חֹדֶשׁ אֱלוּל, אַ חֹדֶשׁ פוּן יְמֵי הָרַחֲמִים וְהָרָצוֹן, אַ צַייט וָואס עֶס אִיז מְסוּגָל צוּ קֶענֶען בֵּייקוּמֶען דִי יֵצֶר הָרָע, אוּן אַרוֹיס גֵיין פְרֵיי פוּן זֵיינֶע שְׁלֶעכְטֶער הֶענְט. דֶער אוֹר הַחַיִּים הַקָּדוֹשׁ זָאגְט בְּדֶרֶךְ רֶמֶז אַז דִי פָּסוּק (כא יא) כִּי תֵצֵא לַמִּלְחָמָה עַל אוֹיְבֶךָ גִייט אַרויף אויף דִי מִלְחָמָה מִיטְן יֵצֶר הָרַע. אַז דוּ וֶועסְט אַרוֹיס גִיין מִיט אַ מִלְחָמָה אוֹיף דִיין מֵיינְט, וָואס דָאס מֵיינְט וֶוען דִי נְשָׁמָה גֵייט אַרוֹיס פון יֶענֶער וֶועלְט, אַרָאפּ צוּקוּמֶען צוּ דִי וֶועלְט, צוּ מִלְחָמָה הַאלְטְן מִיטְ'ן יֵצֶר הָרַע.

דֶער אוֹר הַחַיִּים הק' טֵייטְשְׁט דָאס אַרֵיין אִין דִי פְּסוּקִים וַוייטֶער וָואס עֶס רֶעדְט זִיךְ פוּן דִי נְשָׁמָה וָואס אִיז אַרָאפּ אוֹיף דֶער וֶועלְט, אוּן אִין לֵיידֶער דוּרְכְגֶעפַאלְן, אוּן יֶענְט וִויל זִי תְּשׁוּבָה טוּן, וְיָשְׁבָה בְּבֵיתֶךָ, זָאל זִי זִיצְן אִין שוּל וָואס אִיז דִי שְׁטוּב פוּנֶעם אוֹיבֶּערְשְׁטְן, וּבָכְתָה אֶת אָבִיהָ וְאֶת אִמָּהּ, אוּן זִי זָאל וִויינֶען אוּן זִיךְ מִתְוַדֶה זֵיין אוֹיף דֶעם וָואס זִי הָאט גֶעזִינְדִיגְט קֶעגְן אִיר טַאטֶע אִין הִימְל, אוּן זִיךְ אָפְּגֶעשֵׁיידְט פוּן אִיר מַאמֶע וָואס דָאס גֶעוֶוען אוּן זֵיי הָאבְּן זִיךְ צוּטֵיילְט.

דִי מַהוּת פוּן חוֹדֶשׁ אֱלוּל

עֶס אִיז בַּאקַאנְט אַז דִי מִלְחָמָה פוּן יַעֲקֹב אוּן עֵשָׂו, הָאט זִיךְ שׁוֹין אָנְגֶעהוֹיבְּן נָאךְ פַאר זֵיי זֶענֶען גֶעבּוֹירְן גֶעוָוארְן, וִוי עֶס שְׁטֵייט אִין אֵלִיָּהוּ זוּטָא (פָּרָשָׁה יט) אַז וֶוען יַעֲקֹב אוּן עֵשָׂו זֶענֶען גֶעוֶוען בִּמְעֵי אִמָּן, הָאט יַעֲקֹב גֶעזָאגְט צוּ עֵשָׂו, "מַיין בְּרוּדֶער עֵשָׂו, אוּנְז זֶענֶען צְוֵויי קִינְדֶער צוּ אוּנְזֶער טַאטֶע אוּן מַאמֶע אוּן דִי זֶעלְבֶּע אִיז אוֹיךְ דָא צְוֵויי וֶועלְטְן, עוֹלָם הַזֶּה אוּן עוֹלָם הַבָּא, אִין עוֹלָם הַזֶּה אִיז דָא עֶסְן אוּן טְרִינְקֶען אא"וו וָואס דָאס אַלֶעס אִיז נִישְׁט דָא אִין עוֹלָם הַבָּא, אִיז לָאמִיר זִיךְ צוּטֵיילֶען, דוּ וֶועסְט גֶעמֶען עוֹלָם הַזֶּה אוּן אִיךְ וֶועל גֶעמֶען עוֹלָם הַבָּא", אוּן עֵשָׂו הָאט מַסְכִּים גֶעוֶוען אוּן זֵיי הָאבְּן זִיךְ צוּטֵיילְט.

אָבֶּער חוּץ פוּן דִי וֶועלְטְן וָואס זֵיי הָאבְּן זִיךְ גֶעטַיילְט, הָאבְּן זֵיי זִיךְ אוֹיךְ גֶעטַיילְט מִיט דִי שְׁלִיטָה אוֹיף דִי תְּקוּפוֹת פוּן יָאר, אִין מִדְרָשׁ תְּהִלִים (קאפיטל יט) שְׁטֵייט, אַז עֶס אִיז דָא פִיר תְּקוּפוֹת אִין יָאר, תְּקוּפַת נִיסָן אִיז דְרֵיי חֲדָשִׁים - נִיסָן אִיָר סִיוָן, תְּקוּפַת תַּמּוּז אִיז דְרֵיי חֶדָשִׁים - תַּמּוּז אָב אֱלוּל, תְּקוּפַת תִּשְׁרֵי אִיז דְרֵיי חֲדָשִׁים – תִּשְׁרֵי חֶשְׁוָן כִּסְלֵו, אוּן תְּקוּפַת טֵבֵת אִיז דְרֵיי חֲדָשִׁים – טֵבֵת שֵׁבֶט אֲדָר, אוּן עֶס שְׁטֵייט אִין זוֹהַר הַקָּדוֹשׁ (פָּרָשַׁת יִתְרוֹ עח:) אַז אִין דִי חֵלֶק פוּן יַעֲקֹב אִיז נִיסָן אִיָיר סִיוָן, אוּן אִין דִי חֵלֶק פוּן עֵשָׂוֹ, אִיז תַּמּוּז אָב אֱלוּל.

שְׁרַייבְּט אוֹיף דֶעם דֶער בְּנֵי יִשָּׂוֹשׂוֹכָר (מַאֲמָרֵי חוֹדֶש תַּמּוּז אָב, מַאֲמָר א' - מַהוּת הַחֲדָשִׁים), אַז עֵשָׂו הָאט זִיךְ גָאר שְׁטַארְק גֶעפְרֵיידְט אַז עֶר הָאט בַּאקוּמֶען חוֹדֶשׁ אֱלוּל, וֵוייל אַזוֹי וֶועלְן דִי אִידְן נִישְׁט קֶענֶען תְּשׁוּבָה טוּן פַאר רֹאשׁ הַשָּׁנָה, אָבֶּער יַעֲקֹב אָבִינוּ הָאט גֶעמַאכְט פִילֶע מִלְחָמוֹת בִּיז עֶר הָאט מִיט חָכְמָה מַצְלִיחַ גֶעוֶוען אַרוֹיס צוּנֶעמֶען דֶעם חוֹדֶשׁ אֱלוּל פוּן דִי הֶענְט פוּן עֵשָׂו, אוּן עֶר הָאט עֶס צוּגֶעגְרֵייט פַאר דִי אִידְן פַאר אַ חוֹדֶש פוּן תְּשׁוּבָה.

קוּמְט אוֹיס פוּן דֶעם, אַז דִי גַאנְגֶע מַהוּת פוּן חוֹדֶשׁ אֱלוּל, אִיז צוּ אוֹיסְלֵייזְן, אוּן אוֹיפְהֵייבְּן אַלֶע גוּטֶע חֲלָקִים וָואס זֶענֶען פַארְכַאפְּט גֶעוָוארְן בַּיים סִטְרָא אַחֲרָא, אוּן וִוי דֶער אוֹר הַחַיִּים הק' זָאגְט, אַז דִי פָּסוּק זָאגְט נִישְׁט וְשָׁבִיתָ "אוֹתוֹ" נָאר וְשָׁבִיתָ "שִׁבְיוֹ" אַז דוּ וֶועסְט אַרוֹיסְפַאנְגֶען פוּן דֶעם יֵצֶר הָרַע דִי הֵיילִיגֶע נְשָׁמוֹת וָואס עֶר הָאט גֶעפַאנְגֶען. א. ענליך צו דעם שטייט אין חיד"א (פני דוד פרשת כי תצא אות ג) 'ושבית שביו' גייט ארויף אויף די אברים וואס דער יצר הרע האט געפאנגען, און זיי זענען געווארן צוגעוואוינט צו פאלגן דעם יצר הרע, דאס זאלסטו צוריקפאנגן און עס איינגעוואוינען צו דינען דעם אויבערשטען.

דוּרְךְ דֶעם וָואס מִיר טוּן תְּשׁוּבָה, וֶוערְן מִיר אוֹיסְגֶעלֵייזְט פוּן דִי הֶענְט פון יֵצֶר הָרַע, אוּן וֶוערְן דֶערְהוֹיבְּן בִּיז צוּ דֶעם כִּסֵּא הַכָּבוֹד, וִוי דִי גְמָרָא זָאגְט אִין מַפֶּכֶת יוֹמָא (פו.), גְּדוֹלָה תְּשׁוּבָה שֶׁמַּגַּעַת עַד כִּסֵּא הַכָּבוֹד, תְּשׁוּבָה אִיז אַזוֹי גְרוֹיס אַז דָאס קוּמְט אָן בִּיזְ'ן כִּסֵּא הַכָּבוֹד, וִוי סְ'שְׁטֵייט אוּן פָּסוּק (הושע יד ב) שׁוּבָה יִשְׂרָאֵל עַד ה' אֱלוֹקֶיךָ, אַז דוּ זָאלְסְט תְּשׁוּבָה טוּן בִּיז דוּ וֶועסְט אָנְקוּמֶען צוּם אוֹיבֶּערְשְׁטְן.

דִי טִיר אִיז אֶפְן

עֶס קֶען זִיךְ אַמָאל מַאכְן אַז אַ מֶענְטְשׁ וָואס פַאלְט עֶטְלִיכֶע מָאל דוּרְךְ מִיט עֲבֵירוֹת, וֶוערְט עֶר אַבִּיקֶעלֶע מְיוּאָשׁ, אוּן עֶר טְרַאכְט, אַז אוֹיב אֵיידֶער עֶר הָאט גֶעזִינְדִיגְט הָאט עֶר זִיךְ נִישְׁט גֶעקֶענְט מִתְגַּבֵּר זַיין, אִיז זִיכֶער נָאכְדֶעם וָואס עֶר אִיז שׁוֹין דוּרְכְגֶעפַאלְן וִוי וֶועט עֶר הָאבְּן כֹּחַ זִיךְ צוּ שְׁלָאגְן אַקֶעגְן דֶעם יֵצֶר הָרַע, אוּן אַזוֹי דְרֵייט עֶר זִיךְ אַרוּם מִיט אַ הַרְגָּשָׁה אַז עֶר הָאט שׁוֹין נִישְׁט קֵיין הָאפֶענוּנְג אַקֶעגְן דֶעם יֵצֶר הָרָע. ב. צדיקים האבן געזאגט, אז די מלחמת היצר איז אזוי ווי א מענטש גיבט א פאטש פאר א צווייטן, און יענער גיבט אים צוריק, גיבט דער ערשטער ווידער צוריק א פראסק, אא"וו, אבער דער וואס גיבט דעם לעצטן פאטש, דער איז דער געווינער. די זעלבע איז ביי מלחמת היצר, אמאל איז דער יצר מנצח, און אמאל באזיגן אונז, דער עיקר דארף מען זען צו געבען דעם לעצטן פאטש.

איך האב געהערט פון א תלמיד פון חפץ חיים, אז איין צופרי איז דער חפץ חיים אנגעקומען אין שול א צוקלאפטער, און ווען מען האט איהם געפרעגט וואס ס'איז געשען, האט ער פארציילט אז ער האט זיך אנגעהויבן מיט'ן יצר הרע, וואס איז געווען, יעדן טאג שטייט ער אויף פינף אזייגער, און היינט איז געקומען צו אים דער יצר, און ער האט אים געזאגט "דו ביסט דאך שוין אלט פארוואס דארפסטו אויפשטיין אזוי פרי? דו דארפסט מער רוען". האב איך אים געענטפערט "דו ביסט דאך שוין אויך אלט, וויבאלד ניינציג יאר שטערסטו מיר שוין דינען דעם אויבערשטען, און דו רוסט נאכאלס נישט, נאר די ארבעסט ווייטער". האט דער חפץ חיים געזאגט "וויבאלד איך האב אים געוואלט שטראפן, האב איך זיך אראפ געווארפן, פון בעט צו די ערד, און אזוי אויפגעשטאנען, און נישט נאר דאס נאר איך האב זיך אונטערגענומען אז מארגן וועל איך אויפשטיין פיר אזייגער".

ג. עס איז דא א באזונדערע יצר הרע, צו קליין מאכן די מענטש אין זיינע אייגענע אויגן, און די עיקר שווערקייט פון די יצר הרע איז, אז ער מאכט אז דער מענטש זאל טראכטן אז ער איז גאר נידריג, ווי ס'איז באוואוסט בשם צדיקים, אז נאך מער ווי דער יצר הרע וויל די עבירה אליין, וויל ער די געפאלנקייט פון נאך די עבירה. אונזער ארבעט איז, צו זיין ויגבה לבו בדרכי ה', זיך האלטן שטאלץ מיט די אייגענע עבודת ה', דאס מיינט נישט, אז מען זאל זיך חס ושלום גרויס האלטן, נאר מען דארף אנערקענען אין די גוטע כוחות וואס מען האט געגעבן פון הימל צו טון דער תפקיד אויף די וועלט. דער באבוב'ער רב זצ"ל, האט געטייטש די פסוק (בראשית ד ז) אם תטיב, אויב דו אנערקענסט אין די גוטע כוחות וואס עס ליגט און דיר, שאת, וועסטו עס קענען נוצן אויף זיך צו דערהייבן, ואם לא תטיב, אויב אבער נישט, לפתח חטאת רובץ, שטייט דער יצר הרע גרייט אויף צו מחטיא זיין אן דעם וואס דו זאלסט זיך קענען באניצן מיט די כוחות וואס דו האסט אקעגן אים.

אוּן אֵיינֶער וָואס טוּט גְרִינְגְשֶׁעצְן, אוּן עֶר נוּצְט נִישְׁט אוֹיס דִי טֵייעֶרֶע מַתָּנָה פוּן תְּשׁוּבָה, זָאגְט אוֹיף אִים דִי רַבֵּינוּ יוֹנָה אִין שַׁעֲרֵי תְּשׁוּבָה (שַׁעַר א' אוֹת ב'), אַז זֵיין עוֹנֶשׁ אִיז גָאר גְרוֹיס, וִויבַּאלְד עֶר וַוייסְט דִי עוֹנֶשׁ וָואס מְ'בַּאקוּמְט אוֹיף עֲבֵירוֹת, אוּן עֶר וַוייסְט אוֹיךְ אַז דִי עֵצָה זִיךְ צוּ רָאטֶעוֶוען פוּן דֶעם אִיז צוּ תְּשׁוּבָה טון, און אויב פוּנְדֶעסְטְוֶועגְן, בְּלֵייבְּט עֶר בַּיי דִי עֲבֵירוֹת אוּן נוּצְט נִישְׁט אוֹיס דִי מַתָּנָה פוּן תְּשׁוּבָה, וַוייזְט עֶר דֶערמִיט אַז עֶס גִייט אִים בִּכְלָל נִישְׁט אָן, אוּן עֶר דֶערְשְׁרֶעקְט זִיךְ נִישְׁט, אוּן דָאס אִיז נָאךְ עֶרְגֶער וִוי אַלֶעס.

חוֹדֶשׁ אֱלוּל פַארְמָאגְן אַ סְגוּלָה, אַז זֵיי זֶענֶען אַזוֹי וִוי אַ מִקְוָה וָואס השי"ת רֵיינִיגְט דֶערְמִיט דִי אִידִישֶׁע קִינְדֶער, אוּן דָאס הָאט אַ חֶשְׁבּוּן לוֹיט דִי טֶעג אוּן שָׁעוֹת – וִוייל אִין יֶעדְן טָאג זֶענֶען פַארְהַאן פִיר אוּן צְוָואנְצִיג שָׁעָה, קוּמְט אוֹיס אַז פון ראש חוֹדֶשׁ אֱלוּל בִּיז נָאךְ יוֹם כִּיפּוּר אִיז דָא נִיין הוּנְדֶערְט אוּן זֶעכְצִיג שָׁעָה – פּוּנְקְט וִוי דִי צָאל לוּגִין וָואס אַ מִקְוָה דָארְף פַארְמָאגְן צוּ זֵיין כָּשֵׁר, וֵוייל אַ מִקְוָה בַּאשְׁטֵייט פון צוּם וֵויינִיגְסְטְנְס מֶערְצִיג סְאָה וַואסֶער, און מֶערְצִיג סְאָה אִיז נַיין הוּנְדֶערְט אוּן זֶעכְצִיג לוג אַקֶעגְן דִי מֶערְצִיג טֶעג אוּן דִי נַיין הוּנְדֶערְט אוּן זֶעכְצִיג שָׁעָה פוּן רֹאשׁ חוֹדֶש אֱלוּל בִּיז יוֹם כִּיפּוּר.

מַה מִקְוָה מְטַהֵר

אוּן דָאס אִיז מְרוּמָז אִין דִי מִשְׁנָה (פרק ח יומא משנה ט) מַה מִקְוָה מְטַהֵר אֶת הַטְמֵאִים, אַף הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְטַהֵר אֶת יִשְׂרָאֵל, פּוּנְקְט וִוי אַ מִקְנֶה רֵיינִיגְט דִי טְמֵאִים מִיט נַיין הוּנְדֶערְט אוּן זֶעכְצִיג לוּגִין, אַזוֹי אוֹיךְ רֵיינִיגְט השי"ת דִי אִידְן אִין דֶעם חוֹדֶש.

דֶער בְּנֵי יִשָּׂשְׂכָר שְׁרֵייבְּט (מַאֲמָרֵי חוֹדֶשׁ אֱלוּל א אות טו) אַז דִי מֶערְצִיג טֶעג פון

חוֹדֶש.

רובץ, שטייט דער יצר הרע גרייט אויף צו מחטיא זיין אן דעם וואס דו זאלסט זיך קענען באניצן מיט די כוחות וואס דו האסט אקעגן אים.

PDF Preview