Skip to content
Project Likkutei Sichos

לקוטי שיחות - תצא ב

  • Ki Teitzei
  • 5783
  • Yiddish
View printout

א. אויפן פסוק "כי תבנה בית חדש ועשית מעקה לגגך" שטייט אין ספרי: "בית — לרבות היכל",

אז די מעקה אויפן גג פון היכל המקדש איז געווען (ניט נאר "לנוי" וכיו"ב, נאר) א חיוב, מצות מעקה.

איז ידוע די שאלה: דער דין איז, אז בתי כנסיות ובתי מדרשות זיינען פטור פון א מעקה, ווי די גמרא דרש'נט "גגך .. למעוטי בתי כנסיות ובתי מדרשות" — איז פארוואס איז דער היכל המקדש מחויב במעקה?

ב. דער ראגאטשאווער ענטפערט אויף דעם, אז דער חיוב מעקה איז חל (ווי עס שטייט אין ספרי) "משעת חידושו" — גלייך ווען דער בית ווערט געבויט (נאך איידער מ'הויבט אן אים נוצן); און וויבאלד אז ביים בית מקדש איז דער דין, אז "בונין בחול ואח"כ מקדישין", וויבאלד אבער אז עס ווערט געבויט לשם מקדש, איז מסתבר, אז מען האט זיך ניט משתמש געווען (אדער מען טאר זיך ניט משתמש זיין זיך) מיט'ן בית לצרכי הדיוט.

ב) א בית המחויב במעקה — אז מ'האט אים דענאך געמאכט פאר א בי-הכנ"ס (וכיו"ב — בית הפטור ממעקה), ווערט במילא בטל חיוב המצוה דמעקה.

ג. ויש לומר הביאור בזה:

רש"י איז מסביר, אז דאס וואס בתי כנסיות ובתי מדרשות זיינען ניט בכלל "גגך" איז ווייל "אין חלק לאחד מהן בו שאף לבני עבר היום הוא". דערמיט באוואָרנט רש"י פארוואס בתי כנסיות כו' זיינען אנדערש פון א בית של שותפין: דער דין איז, אז בית של שותפין איז חייב במעקה, ווי די גמרא זאגט, אז כאטש פון ווארט "גגך" איז משמע "דידך אין דשותפות לא", פונדעסטוועגן, וויבאלד דער פסוק טייטשט אויס דעם טעם פון מעקה — "כי יפול הנופל ממנו", און מצד דעם חשש איז ניט קיין נפק"מ צי ס'איז א בית של יחיד אדער של שותפין, דעריבער איז א בית של שותפין מחויב במעקה.

ווערט דאך לפי זה קשה: מיט וואס זיינען אנדערש בתי כנסיות ובתי מדרשות וואס ווערן יא נמעט פון ווארט "גגך"? אפילו אז ס'איז ניט "גגך", מוז מען דאך אבער באוואָרענען דעם חשש פון "כי יפול הנופל ממנו".

איז רש"י מסביר, אז ביי בתי כנסיות ובתי מדרשות איז ניטא וועמען צו מחייב זיין: דער חיוב מעקה איז אויף די בעלים פון דעם בית (און ביי בית של שותפין — איז דער חיוב מעקה אויף יעדערן און אלע שותפים), אבער די בני העיר (וועלכע האבן געבויט דעם ביהכנ"ס אדער ביהמ"ד) אין חלק לאחד מהן אין ביהכנ"ס וביהמ"ד, ווייל "אף לבני עבר היום הוא", איז במילא ניט שייך ארויפצולייגן אויף זיי דעם חיוב צו מאכן א מעקה.

ס'איז קיין סתירה ניט פון דעם וואס מען געפינט, אז לגבי אנדערע דינים ווערן די בני העיר יא פאררעכנט ווי די בעלים פון דעם ביהכנ"ס כו' — ווייל לגבי חיוב מעקה איז נוגע (ניט נאר דער קנין הגוף פון ביהכנ"ס כו', וואס געהערט בלויז צו די בני העיר, נאר אויך) אז דאס איז זיינער א מקום לדור.

משא"כ בביהכנ"ס וואס כל ישראל האבן רעכט צו אריינגיין און משתמש זיין זיך מיט יעדן בית הכנסת שבכל עיירות שבעולם; ובלשון פון ראגאטשאווער: "גבי מעקה .. תלוי בדירה ודירת ביהכנ"ס שייך לכל".

ד. עפ"י ווארט אויך רעכט פארוואס דער היכל המקדש איז חייב במעקה:

אין דעם מקדש האבן אלע אידן געהאט א חלק, (כעין) שותפות: סיי אין דעם מקום המקדש, וואס דוד המלך האט געקויפט פון ארונה היבוסי מיט'ן געלט וואס ער האט גענומען פון אלע שבטים; און עד"ז דער מקדש גופא ווערט דאך געבויט פון נדבות הציבור (און פונקט ווי אלע אידן האבן זיך משתתף געווען אין נדבת המשכן, איז מסתבר, אז אלע אידן האבן זיך משתתף געווען אויך אין דער קופה ולשכה פון וועלכער מ'האט געבויט (אדער בדק הבית ה)מקדש);

און אע"פ אז בשעת דער יחיד גיט זיין נדבה אין דער קופה, איז עס באופן פון "נמסר לציבור יפה יפה" (ניט ווי ממון וואס געהערט צו כמה יחידים בתור שותפות) — פונדעסטוועגן ווערט דורך דעם ניט נתבטל (לגמרי) דער חלק היחיד (כידוע די ראי' אויף דעם פון בקשת משה (בקשר צו קורח ועדתו): "אל תפן (בתמידי ציבור) אל יקבל"); און דערפאר איז דער מקדש (עכ"פ) מעין שותפות דכל ישראל.

און וויבאלד אז יעדער איד האט א חלק אין ביהמ"ק — כנ"ל (ובמכש"כ — פון תמיד), דעריבער זיינען די אידן די בעלים פון דעם היכל, און דעריבער איז ער מחויב במעקה.

ה. מען קען נאך אבער פרעגן: דער חיוב מעקה איז דוקא בא א "בית דירה" (ווייל אנדערש איז דאך "אינו זקוק לו"); וואס (אויך) מטעם זה זיינען בתי כנסיות ובתי מדרשות פטור ממעקה, ווייל ביהכנ"ס "אינו בית דירה" (ובפרט לדעת הרמב"ם וואס ברענגט נאר דעם טעם — "לפי שאינן עשויים לדירה" — כנ"ל סעיף ב) —

און דער היכל איז דאך ניט א בית דירה?

יש לומר בזה: דער ענין הדירה איז פארבונדן בעיקר מיט אכילה, ווי דער דין ביי סוכה, וואו עס דארף זיין "תשבו כעין תדורו", אז "עיקר מצות הישיבה בסוכה" איז די אכילה בסוכה.

און דערפאר איז מקדש א "בית דירה", ווייל דאס איז דער מקום קבוע אויף אכילת קדשים; און אע"פ אז אכילת קדשים איז נאר בעזרה און ניט אין היכל (אויף וועלכן ס'איז געווען די מעקה (על גגו)) — איז אבער דער דין, אז מען מעג יותר מזה — מען דארף און מען מוז (בשעת הדחק) עסן קדשי קדשים בהיכל.

ו. דער ביאור החילוק צווישן ביהכנ"ס און ביהמ"ק (לגבי חיוב מעקה) בפנימיות הענינים — וועט זיין פארשטאנדיק לויט'ן ביאור ענין המעקה בעבודה רוחנית:

דער פירוש פנימי אין "ועשית מעקה לגגך כי יפול הנופל ממנו" איז: "גגך" ווייזט אויף הגבהה וגאוה, און "ועשית מעקה לגגך" מיינט, אז מען מוז פארצוימען און מגביל זיין די גאוה; "כי יפול הנופל ממנו" — ווייל מדת הגאוה איז דער שורש פון יעדער נפילה רוחנית, כידוע אז מדות רעות ביים אדם נעמען זיך פון זיין ישות וגאוה.

און דאס איז אויך די הוראה כללית פון דעם וואס אויף דער היכל דארף האבן א מעקה:

די אכילה איז א מצוה וואס מען טוט אויפן אופן פון "למשחה — לגדולה", איז דאס אן ענין של קביעות. תורה האט געהייסן עסן ק"ק בהיכל (עכ"פ בשעת הדחק), איז עס א "בית דירה".

ז. מעקה כפשוטה איז דאך ניט (אזוי) אויף פארהיטן זיך, נאר (בעיקר) צו באווארענען אז א צווייטער זאל ניט פאלן פון "גגך".

ועד"ז איז אין ענין המעקה ברוחניות: די "מעקה לגגך" איז ניט ענינה ניט נאר צו אופּהיטן זיך אליין פון א נפילה רוחנית, נאר אויך צוליב א צווייטן איד, אז "גגך" — דיין גבהות וגאוה — זאל ניט גורם זיין א נפילה רוחנית ביי א צווייטן.

בשעת א איד פארנעמט זיך מיט הפצת היהדות און מקרב זיין אידן לאביהם שבשמים — וואס דאס איז אויך נכלל אין "כי תבנה בית חדש" (לויט פנימיות הענין), אז א איד זאל זיך ניט באגנוגענען מיט עבודת עצמו, נאר ער דארף "אויפבויען" א בית לה', אויפשטעלן א גאנצן אומגעבונג, "בית", א סביבה וואס זאל זיין דורכגענומען מיט אידישקייט —

און דערביי האט ער גאוה, איז עס ניט נאר א חסרון אין זיין עבודה (פרטית), נאר עס קען גורם זיין א נפילה ביים צווייטן אויך וואס ער וויל און דארף משפיע זיין. בשעת ער איז משפיע אויף דעם זולת מיט דברים היוצאים מן הלב, איז מען בטוח אז די דברים וועלן אויך זיין נכנסים אל הלב און פועל זיין פעולתם;

אויב אבער אין זיינע רייד איז דא אן אריינמישונג פון ישות וגאוה, איז לבד זאת וואס דאס איז א שטערונג אין דער השפעה והצלחה פון זיינע רייד צו מקרב זיין דעם זולת, איז עס עלול צו גורם זיין דעם היפך דערפון — די גאוה אין זיינע רייד קענען נאך מרחק זיין דעם שומע, ר"ל.

ח. אויף דעם קען מען האבן א טענה: וויבאלד ער ווייסט אז ער האט ישות, איז צו וואס זאל ער זיך אריינלאזן אין א ספק — צי ער וועט יא קענען אדער ניט קענען מאכן א "מעקה" כדבריו, וואס זאל באווארענען (זיינע און) דעם צווייטנס נפילה — ער וועט אינגאנצן ניט פארנעמען זיך מיט "בנין הבית", ובפרט — מיט אויפבויען און מקרב זיין א צווייטן איד!

איז דער פסוק מקדים און אלס א ברכה "כי תבנה בית חדש": א איד דארף בויען א בית לה' דורך אויפשטעלן ארום זיך א סביבה פון אידישקייט, כנ"ל; און ער קען זיך ניט פאטערן אויף אנדערע, נאר עס דארף זיין "בית חדש": פאר יעדן איד איז צוגעטיילט געווארן א חלק בעולם וואס ער דארף מברר זיין און ער דארף אין עס מחדש זיין — דארפן מאכן א דירה לו ית'. ער קען זיך ניט פארלאזן אויף דער עבודה פון אלע פריערדיקע דורות, אדער אויף דער עבודה פון אנדערע אידן שבדורו — נאר עס ליגט אויף אים א חיוב גברא צו אויפבויען זיין חלק בעולם, וואס דאס איז זיין חידוש (און ניט א צווייטנס).

און דערפאר, ווען ער טרעפט א צווייטן איד — וואס דאס גופא איז (בהשגחה פרטית, ובמילא) א הוכחה אז יענעמ'ס בירור איז פארבונדן מיט אים — מוז ער זיך פארנעמען מיט אים.

אויב אפילו דער צווייטער איז א "נופל", און ביי אים דא "גגך" וואס קען גורם זיין א (תוספת) נפילה ביים צווייטן — איז צי דערפאר וואס ביי עם איז דא ישות וגאוה, דארף פעלן ביי א צווייטן, ביי דעם וואס זיין תיקון איז פארבונדן מיט עם? מאך א מעקה און פארצאם דיין ישות! ולא אתה בן חורין להבטל ממנה — פון פארנעמען זיך מיט א צווייטן איד.

ט. ע"פ כל הנ"ל וועט מען אויך פארשטיין דעם חילוק צווישן ביהכנ"ס כו' און בית המקדש:

דער ענין פון בית הכנסת ובית המדרש איז — עבודת התפלה ולימוד התורה, וואס דאס איז די עבודה רוחנית פון דעם מענטשן אין זיך און מיט זיך; משא"כ ביהמ"ק דריקט אויס כללות עבודת האדם — ניט נאר די עבודה מיט זיך, נאר אויך (ואדרבה — בעיקר) די עבודה פון "דירה בתחתונים", צו מאכן פון ענינים גשמיים און וועלט בכלל א דירה לו ית'.

וואס דערפאר איז איינע פון די עבודות עיקריות אין המקדש — די עבודה פון הקרבנות, מעלה זיין די בהמה וכו' גשמיות לה', און עס איז דא אכילת כהנים ואכילת בעלים, וואס איז אן ענין פון עבודת הבירורים.

ועד"ז אין כללות ענין המקדש צו משפיע זיין אויף דער וועלט ארום, וואס דערפאר זיינען די חלונות המקדש געווען "שקופים אטומים" כדי אז "אורה" זאל לייכטן און באלייכטן דעם חוץ און זיין אן עדות "לכל באי עולם שהשכינה שורה בישראל".

און וויבאלד אז דער תפקיד עיקרי פון מעקה איז צו באווארענען דעם "יפול הנופל ממנו" — א צווייטן וואס איז אין א דרגא פון "נופל", ועד"ז ביי זיך, ווען מ'איז פארנומען מיט דער עבודה וואס איז פארבונדן מיט דער וועלט וואס איז אייגענער מדריגה און פארנעמען זיך מיט בירור העולם (תבנה בית חדש) —

דעריבער מוז א ביהכנ"ס וביהמ"ד, ביי וועלכע דער מענטש איז אויסגעטאן פון עניני העולם, ניט האבן קיין מעקה.

משא"כ ביהמ"ק וואס טוט אויף אין גשמיות העולם — און אין עבודה רוחנית איז דאס די עבודה פון בויען א בית לה', מאכן פון דער סביבה א דירה לו ית' — ביי דעם פאדערט זיך די באווארעניש פון מעקה.

אעפ"כ איז דער תכלית השלימות פארבונדן מיט בית המקדש דוקא, ווייל דורך דער עבודה דוקא פירט זיך אויס די כוונת הבריאה, אז ס'ווערט "תבנה בית חדש" — מען שטעלט אויף א דירה לו ית' בתחתונים,

און דורך דעם איז מען אויך זוכה צום בנין בית המקדש השלישי, במהרה בימינו ממש.

(משיחת ש"פ מטות תנשמ"א)

More in this printout

View the whole printout